Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום
מאנטרעאל איז א שטאט, מיט מעלות און חסרונות ווי איבעראל. אסאך היימישע אידן האבן עס נישט ליב, און ס'איז פארשטענדליך. ער זאגט א פשוט'ע נקודה, אז זיצן און שעלטן אויפ'ן פלאץ וואו מ'וואוינט איז נישט שכל'דיג און נישט געזונט. ממה נפשך, האסטו די ברירה צו וואוינען ערגעץ אנדערש, דזשאסט דו איט, און אויב משום איזו סיבה האסטו נישט די ברירה, מאך דאס בעסטע פון דיין מצב אין לעבן. דערווייל שיסט מען נישט קיין מענטשן אין די גאסן. ס'איז נישט דא קיין מענטש אויפ'ן כדור הארץ וואס אלעס איז זיין לעבן איז וויאזוי ער וואלט זיך געוואונטשן.