וואס קענט איר אלס טוהן מיט GOOGLE ?

סאפטוועיר און אנליין סערוויסעס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

גוגל פראדוקטן וואס איר האט קיינמאל נישט גענוצט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

פילע פון אונז האבן שוין געהערט פון גוגל'ס ברייט באקאנטע זאכן, ווי למשל סעלף דרייווינג קארס, קלוגע קאנטאקט לענסעס און נאך.
אבער די גרויס מערהייט פון אונז קענען זיך עס נישט ערלויבן...

האט איר אבער געוואוסט פון גוגל'ס פראדוקטן וואס איר האט נאך קיינמאל נישט גענוצט? אבער איר קענט זיי נוצן בחינם? אט האט איר אפאר פון זיי...

"גוגל קיפ"(Google Keep) איז א פלאטפארמע וואו איר קענט האבן נאוטס וואס וועט סינקן צווישן אייערע אריינגעסיינטע דיווייסעס, פיל בעסער ווי מייקראסאפט סטיקי נאוטס אדער סיי וואספארא אנדערע נאוטס איר נוצט.

שטעל אָן א טיימער.
לייגט אריין אין גוגל סיי וואספארא נאמבער פון צייט און לייג צו די ווארט טיימער, אז גוגל זאל דיר געבן אן אלארם ווען די צייט גייט פארביי. למשל five minutes timer אין די גוגל סירטש וועט אייך אנשטעלן א טיימער אין 5 מינוט ארום...


Google.com/sky
דאס לאזט אייך קוקן בילדער פון די ווייטע מרחקים נוצנדיג בילדער פון נאסא און די האובעל טעלעסקאפ.

דו ברעכסט דיך קאפ אין וואנט פראבירירנדיג צו לייענען א לאנגע נאמבער? לייג אריין און גוגל די נאמבער און שרייב דערנאך =English און גוגל וועט דיר שרייבן וויאזוי עס צו לייענען... לייג אריין אזוי ווי 58632765=English

Google.com/fonts
דאס איז א מאסיווע לייבערי פון פאנטס צו נוצן פריי פון אפצאל...

צום לעצט, וואס טוט איר אויב די בעיבי וויינט און וויל בשום אופן נישט איינשלאפן? גוגל האט א לעזונג פאר אייך... גוגל שטעלט צו קולות פון באשעפענישן וואס איר קענט אנצינדן פאר אייער קינד... לייגט אריין אין די סירטש animal sounds און איר וועט האבן אן אויסוואל פון פילע קולות פון באשעפענישן צו הערן...

דאס איז א טיילווייזע ליסטע פון גוגל'ס פראדוקטן וואס איר האט לכאורה קיינמאל נישט גענוצט... וועלכע געפעלט אייך דאס מערסטע....?
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

WOW דאס זענען שיינע חידושים.

איז דא א וועג די נומערן קאנווערטער זאל אויך ארבייטן מיט סענט (א דעסימיל), למשל 245.52?
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו(משלי י"ט ג')
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער אינטערסאנט!
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

גוגל פערסענאל אסיסטענט קען יעצט שפילען דריידעל פאר דיך!
Screenshot_20161226-115922.png
איזי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

IMG_0374.JPG
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מה פתאום??? האט געשריבן: זייער אינטערסאנט!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט אויספרובירט דעם טיימער, דאס ארבעט געוואלדיג! יישר כח ר' "עין טובה" פאר די "עצה טובה"
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

https://inbox.google.com
איז אויך א פיינע זאך, מען קען מאכן רימיינדערס און קערנעמען פון אימעלס
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

WOW יישר כח, דער האט טאקע עין טובה, ער פארגינט אונז מיט זיינע רייכע ידיעות
עין טובה האט געשריבן:
צום לעצט, וואס טוט איר אויב די בעיבי וויינט און וויל בשום אופן נישט איינשלאפן? גוגל האט א לעזונג פאר אייך... גוגל שטעלט צו קולות פון באשעפענישן וואס איר קענט אנצינדן פאר אייער קינד... לייגט אריין אין די סירטש animal sounds און איר וועט האבן אן אויסוואל פון פילע קולות פון באשעפענישן צו הערן...

חס ושלום, א קינד לייגט מען שלאפן מיט אויפ'ן פריפיטשיק נישט מיט גוגל.
טייל פירן זיך צו לייגן די שומרים קארטלעך אין די קריבס אלץ א שמירה8.)
אוועטאר
ס'אמת
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 15, 2016 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'אמת »

גוגל האט לעצטענס צו געלייגט אסאך זאכן,
https://www.google.com/intl/en/about/products/
'אמת' מארץ תצמח,
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע:נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

שטאלצער יוד האט געשריבן: WOW יישר כח, דער האט טאקע עין טובה, ער פארגינט אונז מיט זיינע רייכע ידיעות
עין טובה האט געשריבן:
צום לעצט, וואס טוט איר אויב די בעיבי וויינט און וויל בשום אופן נישט איינשלאפן? גוגל האט א לעזונג פאר אייך... גוגל שטעלט צו קולות פון באשעפענישן וואס איר קענט אנצינדן פאר אייער קינד... לייגט אריין אין די סירטש animal sounds און איר וועט האבן אן אויסוואל פון פילע קולות פון באשעפענישן צו הערן...

חס ושלום, א קינד לייגט מען שלאפן מיט אויפ'ן פריפיטשיק נישט מיט גוגל.
טייל פירן זיך צו לייגן די שומרים קארטלעך אין די קריבס אלץ א שמירה8.)


די סאָונד איז דאך נאר א האלבע רגע
שכוח עין!! גוגל קיעפ איז די איינציגסטע וואס כ'האב געוויסט
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ס'אמת האט געשריבן: גוגל האט לעצטענס צו געלייגט אסאך זאכן,

די זאכן וואס איך האב געברענגט איז נישט קיינע פראדוקטן, נאר......
tech yid האט געשריבן: גוגל קיעפ איז די איינציגסטע וואס כ'האב געוויסט

און גענוצט?...
tech yid האט געשריבן: די סאָונד איז דאך נאר א האלבע רגע

דרוק אפאר מאל....

שטאלצער:wink:
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע:נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

איך ריר זיך שוין נישט אן גוגל קיעפ הגם ס'האט נאך חסרונות אבער סזייער גיט
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

ייש"כ! נישט געוויסט קיינמאל איבער די טיימער און די נומערן, קען גוט צוניץ קומען, Keep on!
עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הנבחר »

tech yid האט געשריבן: איך ריר זיך שוין נישט אן גוגל קיעפ הגם ס'האט נאך חסרונות אבער סזייער גיט


איר וואלט מיר אפשר געקענט זאגען וואס די חסרונות זענען
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

עם הנבחר האט געשריבן:
tech yid האט געשריבן: איך ריר זיך שוין נישט אן גוגל קיעפ הגם ס'האט נאך חסרונות אבער סזייער גיט


איר וואלט מיר אפשר געקענט זאגען וואס די חסרונות זענען


איך נוץ עס אויך שוין א שיינע פאר יאר, איין חיסרון וואס עס האט אז מען קען נישט, נישט סעווען די טשענדזשעס.
למשל איך האב בטעות אויסגעמעקט א נאמבער, קען איך נישט ארויסגיין און עס פרעגט מיר צו איך וויל סעווען אדער נישט, עס סעווד עס גראד.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3300
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

דא איז א שטיקל ליסט
אטעטשמענטס
My-Google-Products_thumb.png
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע:נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

חברותה האט געשריבן:
עם הנבחר האט געשריבן:
tech yid האט געשריבן: איך ריר זיך שוין נישט אן גוגל קיעפ הגם ס'האט נאך חסרונות אבער סזייער גיט


איר וואלט מיר אפשר געקענט זאגען וואס די חסרונות זענען


איך נוץ עס אויך שוין א שיינע פאר יאר, איין חיסרון וואס עס האט אז מען קען נישט, נישט סעווען די טשענדזשעס.
למשל איך האב בטעות אויסגעמעקט א נאמבער, קען איך נישט ארויסגיין און עס פרעגט מיר צו איך וויל סעווען אדער נישט, עס סעווד עס גראד.


1 מ'קען נישט געהעריג ארויספרינטען 2 ביי די אפציע צי נוצן טשעק קעסטלעך מיזן אדער אלע יא אדער אלע נישט 3 מ'קען נישט מאכן קעפלעך אינמיטן די נאוט

אבער וויבאלד עס איז גוגל = אלעס אינטער 1 אקאונט אין גרינגער צי שערן , (one account for all your services...) ניצט מען דאס.
אין פאר די זעלבע סיבה ניצן איך גוגל דאקס אין שיטס אפי' ווארד אין עצסעל איז בעסער
הק׳ טעקעלע
האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

שמעק_טאביק האט געשריבן: א גאר אינטערעסאנטע זאך בין איך לעצטנס געוואויר געווארן, אז רוב סערוויסעס קענט איר האבן אויך דורך אייער סעל פאון. איר דארפט גארנישט מער ווי שיקן א "טעקסט מעסעדזש" צו GOOGLE. ווי אזוי? פשוט דרוקט אריין די נומערן לויט די GOOGLE אותיות אויף דעם קי-פעד (466-453) און פרעגט אים אן וואס איר האט צו פרעגן. למשל:

Define Amen
Weather 11219
7183846789
Feet in Mile

וכדומה. ביז א 20-30 סעקונדען וועט איר צוריקבאקומען א טעקסט מעסעדזש מיט אייער תשובה.

די ליסטע איז זייער לאנג. איך וועל צוצייכענען א לינק וואס האט איבער 100 טיפס און טריקס.

http://www.laptopmag.com/Features/101-G ... ecrets.htm


די text ארבעט נאך ?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

נע....
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וואס טוט מען אז מ'געדענקט נישט פונקטליך די פראז וואס מ'זוכט?
היינט איז מיר אויסגעקומען צו זוכן עפעס, אבער נישט געדענקענדיג פונקטליך וואס האב איך מיר געמוטשעט ביז איך האב געטראפן א לעזונג...
אויב ווייסט איר די פונקטליכע פראזע דאן האפנטליך ווייסט איר אז מ'קען נוצן קוואטס "" אז ס'זאל זוכן נאר די פונקטליכע ווארט/ווערטער.

אויב זוכט איר עפעס, און איר געדענקט אז ס'איז דא 5 ווערטער אינצווישן דאן לייגט אריין (around(5 אינמיטן די פראז, דארט וואו די 5 ווערטער פעלן.


עין'ל פאר קנ"א טיפס
...
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

יישר כח עין'ל פאר קנ"א טיפס פאר שוין טיילווייז אויסלערנען עטליכע יאר צוריק ווי אויך נאך פילע אינטערעסאנטע און נוצבארע טיפס איבער גוגל סוירטש
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

The best is google photos
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

Google speed test
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

לאלתר לחיים האט געשריבן: Google speed test

ווייזט מיר אייביג אינגאנצען אנדערש ווי אלע אנדערע ספיד טעסטס....
speedtest3.png

בילד
איזי
שרייב תגובה

צוריק צו “עפפס און פראגראמען”