"די לייקע פרייהייט באן"

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

"די לייקע פרייהייט באן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעדער ווייסט פון אסקער שינדלער, וואס האט דורך זיין פירמע געראטעוועט איבער 1,000 אידן, אבער וואס איז נישט באוויסט בכלל איז אז נאך פאר די קריג, אזוי פרי ווי 1933 איז שוין געווען א ענדליכע מעשה.

אין 1933 גלייך ווען דער רשע ימ"ש איז געקומען צו די מאכט אינעם ארץ הדמים, האט ער איינגעפיערט די "נירענבערג געזעצען".

די "נירענבערג געזעצען" איז א סגיא פאר זיך, אבער אין איין ווארט איז דאס געווען די ערשטע שריט אין די פלאן פון מאכן די וועלט "אידן ריין" ח"ו היל"ת, די געזעצען האבן געלויטעט אז אידן האבן מער נישט קיין אייניגע רעכטען, און עס האט גורם געווען אז אסאך אידישע "פארפעשענעלס" האבן פארלוירן זייער פרנסה, און אז זיי האבן געוואלט גיין קיין אויסלאנד ארבייטען, האבן די "נירענבערג געזעצען", זיי פארשטעלט די וועג.

איז געווען אין וועטסלער-דייטשלאנד א קעמרע פירמע, מיטן נאמען "ערנסט לייטס אפטישע ווערק", געגרינדעט אין יאר 1869 דורך "ערנסט לייטס-דער ערשטער", און פון 1920 ביז 1956 איז עס געווען אנגעפיערט דורך "ערנסט לייטס-דער צווייטער" א זון פונעם גרינדער פון די פירמע. " ערנסט" איז געווען זייער א פיינער בכלל, זיינע ארבייטער האבן געהאט זייער גוטע באדינגונגען, און אין די פירמע האבן געארבייט אסאך אידן.

די פירמע איז געווען זייער וויכטיג פאר דייטשלאנד פאר עטליכע סיבות, איינס זיי האבן צוגעשטעלט פאר די מיליטער וויכטיגע כלים, אזוי אויך איז דאס געווען א זייער וויכטיגע קוואל פון ווי עס איז אריינגעקומען אויסלענדישע געלטער, "לייטס" איז געווען א ריזיגער עקספארטער פון " אפטישע ווערק".

זיי זענען געווען די וואס האבן געמאכט די ערשטע פראקטישע 35 מילימיטער קעמרע, דאס איז געווען דיב סארט קעמרע וואס יעדער האט גענוצט ביז ממש לעצטענס ווען דידזשיטאל איז ארויס געקומען די קעמרע האט געהייסן "די לייקע קעמרע". די " לייקע קעמרע" איז געווען אזא באמבע, אז "לייטס" האט געטוישט זייער נאמען פון זיין פירמע פון "ערנסט לייטס אפטישע ווערק", צו "לייקע קעמרע" ע"ש די געלונגענע קעמרע, (דאס איז א צוזאמשטעל פון ליי-טס קע- מרע) און אזוי הייסט די פירמע ביז היינט.

(די עיקר אויפטי פון די לייקע קעמרע איז געווען, אז מען האט געלייגט די פילם אין די ברייט, אנשטאט פון אויבן אראפ, דאס האט ערלויבט פאר די בילדער צו זיין ברייטער ווי העכער, מיט א 2:3 אספעקט רעשיא, אנשטאט פיר עקיג).

אויך זענען זיי געווען א קוואל פון שטאלטץ פאר דייטשלאנד, אז זיי פארמאגען אזא געלוינגענע פירמע, און עס איז געווען זייער וויכטיג פאר פראפאגאנדע געברויכן. עכ"פ דער רשע ימ"ש האט אביסל אוועק געקוקט ווען די פירמע האט געטאן עפעס וואס ביי אנדערע וואלט עס ווען געמאכט א פראבלעם.
אזוי ווי די צרות האבן זיך אנגעהויבן, האבן די אידן פון זיין פירמע, און זייערע קרויבים און באקאנטע, וויסענדיג אז לייטס איז ארענטליך און מען קען פון אים עפעס האבן, אים געבעטען אז ער זאל זעהן וואס ער קען טאן זיי זאלן קענען ארויס פארן פון דייטשלאנד.

לייטס האט זיך גלייך גענומען צו די ארבייט, און האט אריין געגעבען א ביטע אז ער וויל ארויסשיקען, א געוויסע צאל פון זיינע ארבייטער אויף די וועלט ארויס צו העלפען מיט זיין ביזנעס.

אזוי ווי ער איז געווען א קריסט, האט די "נירענבערג געזעצען" אים נישט אפעקטיערט, דאס הייסט אז אפי' סתם א איד האט נישט געקענט ארויספארן, אבער א קריסט'ס אן ארבייטער אפי' א איד איז געווען גרינגער. אזוי אויך ווי אויבן געשריבן האט דער דייטש געהאט א אינטערעסע אז לייטס זאל מצליח זיין, און בכלל געהאט א שוואכקייט צו אים, האט מען אים ערלויבט.

אזוי האט זיך אנגעהויבן די מיסיע וואס היסטאריקער רופן די "לייקע פרייהייט באן", ווי די "לייקע קעמרע" קאמפאני, האט כסדר ארויס געשיקט טראנספארטען פון אידן צו פארשידענע לענדער ווי פראנקרייך, ענגלאנד, האנג קאנג, און אמעריקע.

נאך קריסטאל נאכט, אין 1938, האט לייטס פילפאכיג פארגרעסערט די טראנפאטאציעס, און אפגעשיקט א גרויסע צאל מענטשען קיין מאנהעטען ניו יארק, און נישט נאר זיינע אלטע ארבייטער, נאר ער האט אנגעהויבן סיסטעמאטיש אויפצונעמען אידישע ארבייטער, געגעבן זיי א מינעמאלע "טרענירונג", און גלייך ארויסגעשיקט "צו פארשפרייטען" די לייקע קעמרע איבער די וועלט. ער האט זיי אלעמען געגעבען שריפטן וואס טיען באשטעטיגען אז זיי זענען גיטע און ארענטליכע ארבייטער, און אז עס איז כדי זיי צו גיבן בירגערשאפט און ארבייט.

זיי זענען ארויס געפארן מיט פאסאנזשיר שיפן קיין אמעריקע, און ווי נאר זיי זענען אנגעקומען קיין נוי יארק, זענען זיי גלייך געפארן צו די לייקע הויפטקוואטיר אין מאנהעטען, אויף די פיפטע עוו' ווי מען האט זיי פלאציערט און א האטעל. דערנאך האט די לייקע אפיס אין מאנהעטען, אנגעהויבן שאפן פאר אלעמען אן ארבייט און די קעמרע אינדאסטרי, און אפסטעיט ניו יארק, ווי עס זענען דאן געווען עטליכע גרויסע קעמרע קאמפאניס, און ביז יעדער האט געהאט א זשאב האט ער אויסגעהאלטען מיט אלעס וואס האט זיך אויסגעפעלט, ווי שלאפן, עסען, אא"וו.

אלע אויסגאבן האט לייטס באצאלט, און אפי' ווען זיי האבן שוין געהאט ארבייט, האבן זיי דאך נישט געקענט קיין ענגליש און געדארפט ווערען טרעניערט, האט לייטס באצאלט דריי חדשים גאנצע געהאלט, און נאך דריי חדשים האלבע געהאלט, פאר א פירמע וואס האט גענומען פון די ארבייטער, אויך האט יעדער פון די פליטים, באקומען א נייע "לייקע קעמרע" פאר א מתנה, (דאס איז געווען און יענע צייט אזוי ווי די אייפאד-2 (-: ).

די ארבייט איז אנגעגאנגען ביז סעפטעמבער 1939 ווען עס איז פארגעקומען די דייטשע אינוואזיע פון פוילן, דעמאלט זענען די גרעניצען פון דייטשלאנד הערמאטיש פארשלאסען געווארן.

אלעס אינאיינעם האט לייטס געראטוועט בערך 350 אידן.

די משפחה לייטס האט למעשה געליטן פאר זייערע פעלות, און כאטשיק דער דייטש האט נישט געוואלט צופיעל טשעפענען, ווי אויבן דערמאנט, האט ער דא אין דארט יא גערודפ'ט. אלפערט טארק, איז געווארן ארעסטיערט וועגן די פעלות, און איז נאר באפרייט געווארן נאכן גיבן א גרויסער סכום שוחד, אזוי אויך איז די טאכטער פון ערנסט ארעסטיערט און געפאניגט געווארן פארן העלפען אידן שווערצען די גרעניץ קיין שווייץ.

די מעשה פון די "לייקע פרייהייט באן" איז רעלעטיוו שפעט געווארן מפורסם, ווייל די משפחה האט נישט געוואלט שרייבן דערפון ווילאנג איינער פון די לייטס פאמיליע האט נאך געלעבט, ביז אין יאר 2002 ווען אלע זענען שוין געווען געשטארבען, איז ארויסגעקומען א בוך פון די מעשה .
אטעטשמענטס
ערנסט לייטס-דער צווייטער
ערנסט לייטס-דער צווייטער
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום פרייטאג דעצעמבער 09, 2011 12:59 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גאר אינטערסאנט. קיינמאל געהערט דערפון. א דאנק
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א ריזיגן דאנק, קיינמאל נישט געהערט דערפון.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

זייער אינטערסאנט,
שכוח פארן זאגן, (כ'טיה גראדע אסאך ביזנעס מיט לייקע)
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויך קיינמאל געהערט דערוועגן, יישר כחכם.

עס איז באוויסט עפעס מקורות אויסער אז איינער האט געדריקט א ביכל דערוועגן?
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

ישר כח לכתחילה, זייער שיין.
נאט אייך א לינק צו וויקיפידיע
איבער דעם.


This signature was intentionally left blank
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

leiby האט געשריבן: זייער אינטערסאנט,
שכוח פארן זאגן, (כ'טיה גראדע אסאך ביזנעס מיט לייקע)


ס'איז טעקע זייער וויכטיג, ווייל חוץ פונעם עצם טיען ביזנעס אדער קויפן זאכן פון דייטשלאנד, וואס איז א פראבלעם לויט געוויסע, ווי שוין ברייט אויסגעשמועסט, דא אין די קהילה, איז ביי לייקע געווען א עקסטערע פראבלעם , ווייל ביז די מעשה איז נתפרסם געווארן, האבן מענטשען געהאט גאר גרויסע טענות, ווייל לייקע האט געארבייט פאר די דייטשע מיליטער, און דייטשלאנד האט זיי גענוצט פאר פראפאגאנדע ווי פריערט געשריבען, און בעיקר ווייל לייקע האט ביים קריג פראדאציערט א "לייקע קעמרע מיט א "סוואסטיקע" און די סימבאל פון די נאצי פארטיי, און מענטשען האבן געהאלטען אז לייטס איז געווען א נאצי סימפאטיקער.
אטעטשמענטס
לייקע קעמרע מיט די סימבאל פון די נאצי פארטיי
לייקע קעמרע מיט די סימבאל פון די נאצי פארטיי
Untistled.png (160.46 KiB) געזען 16944 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווינקל האט געשריבן: אויך קיינמאל געהערט דערוועגן, יישר כחכם.

עס איז באוויסט עפעס מקורות אויסער אז איינער האט געדריקט א ביכל דערוועגן?


דא האט איר א שיינע באשרייבונג אין "פיינענטשעל טיימס"

http://www.ft.com/intl/cms/s/0/ee05b91e ... z1fn7YHQ5F
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נאט אייך א בילד, פון די פירמע אין וועטסלער-דייטשלאנד 1929 און פון 1910, נא דאס איז א פירמע!!
אטעטשמענטס
Unzxtitled.png
Uscasntitled.png
Uscasntitled.png (235.78 KiB) געזען 16939 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם »

טאקע אינטערסאנט דארף מען טאקע זיי שטיצן האט זייער קאמפאני נאך א נאמען כא קיינמאל נישט געהערט פון אזא קאמפאני עניוועי שקויעך זייער שיין קורץ און שארף אראפגעלייגט
בינעך א ליימענע גולם
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

גולם האט געשריבן: טאקע אינטערסאנט דארף מען טאקע זיי שטיצן האט זייער קאמפאני נאך א נאמען כא קיינמאל נישט געהערט פון אזא קאמפאני

דארף מען בעטן KDC זאל פראדוצירן ביי זיי...


This signature was intentionally left blank
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קרעמער האט געשריבן: גאר אינטערסאנט. קיינמאל געהערט דערפון. א דאנק
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גולם האט געשריבן: טאקע אינטערסאנט דארף מען טאקע זיי שטיצן האט זייער קאמפאני נאך א נאמען כא קיינמאל נישט געהערט פון אזא קאמפאני עניוועי שקויעך זייער שיין קורץ און שארף אראפגעלייגט


קוק נאך וויפיל זיי בעטן פאר א קעמרע וועסטו פארשטיין פארוואס דו הערסט נישט פון זיי ביי אונז אידן. זייער S2 קעמרע אן די לענס פארקויפט זיך פאר איבער צוואנציג טויזענט דאלער!!!

לכתחילה, ווידער אמאל בין איך דא דיר צו באדאנקן פאר דיינע רייכע ידועות וואס דו באווארפסט אונז. פארדעקטע היסטאריע וואס דו באגיסט אונז.
א גרויסן יישר כח. מיר האבן הנאה פון יעדעס ווארט.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

יישר כח
זייער אינטערעסאנט

גיימער אויסטשעקן לייקעס קאמערעס
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

זיי האבן ביליגע פוינט ענד שוט אויך
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א גרויסער ישר כח, פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט, "איט איז ווערי מאטש עפרישיעטעד".

יעצט אזוי ווי איך זעה אז עס גייט זיך אנהייבן אן ערענסטען געקויפאכטס פון לייקע קעמרעס, נא דארף איך זעהן צו מאכן דא עפעס קאמישאנס, סא אז איר קויפט די קעמרעס "פליז סעי יו סא איט היער" !!!

אז איינער האט נישט געכאפט "איים דזאסט קידינג"

נאכאמאל ישר כח, עס מיינט אסאך מער, פון וויפיל עס נעמט צו גיבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

B&H האט א גרויסע אויסוואל פון LEICA קעמרא'ס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

געלעגער האט געשריבן:
גולם האט געשריבן: לכתחילה, ווידער אמאל בין איך דא דיר צו באדאנקן פאר דיינע רייכע ידועות וואס דו באווארפסט אונז. פארדעקטע היסטאריע וואס דו באגיסט אונז.
א גרויסן יישר כח. מיר האבן הנאה פון יעדעס ווארט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מורא'דיג אן אינטארסאנטע באשרייבונג און אנטדעקונג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שיינע באשרייבונג חילי, עס איז ווערט צו ליינען.
ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

גולם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2011 1:37 pm
טאקע אינטערסאנט דארף מען טאקע זיי שטיצן האט זייער קאמפאני נאך א נאמען כא קיינמאל נישט געהערט פון אזא קאמפאני עניוועי שקויעך זייער שיין קורץ און שארף אראפגעלייגט
אויב איך האב נישט קיין טעות
איז יעדע CANON קעמערע געמאכט מיט זייערע לענסעס
און אזוי אויך PANASONIC/LUMIX
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”