אינטערנעט פילטערס
אלזא, איך גלייב אז מ'דארף נישט צופיהל שרייבן דא אין קרעטשמע וועגן דעם חומר הדבר וואס דאס מיינט אינטערנעט. יעדער, און נאכאמאל 'יעדער' וואס איז מחובר צום אינטערנעט אויף סיי וואספארא אופן און מיט סיי וואספארא פילטער, קען מעיד זיין אויף 100 פראצענט אז אינטערנעט איז שעדליך. (איי איך אליין שרייב איצטער אויפ'ן אינטערנעט, כ'גיי נישט אריין אין דעם פרט.) איך האב איינגעטיילט די שעדליכקייטן אין 3. 1) מיאוס'ע בילדער. 2) נישט-אויסגעהאלטענע ארטיקלען. 3) זיך טרעפן מיט וועם מ'דארף/טאר נישט (אין דעם איז נכלל אימעיל, טשעט וכו' וכו'.)
מ'קען האבן די בעסטע פילטערס און מ'וועט אלץ קענען צוקומען צו שעדליכע סייטס.
ס'איז פארהאן 2 ערליי פילטערס, קאנעקשאן בעיסד און סאפטוועיר בעיסד. קאנעקשאן בעיסד מיינט, אז די אינטערנעט קומט אריין צום קאמפיוטער געפילטערט, און עני קאמפיוטער וואס דו ברענגסט אריין צו דעם קאנעקשאן וועט זיין געפילטערט. די חסרון דערפון איז אז בדרך כלל זענען די פירמעס נישט די בעסטע, ס'איז פארהאן קאנעקשאן פראבלעמס און אנדערע פראבלעמען. אויך איז דא א חסרון, ווען איינער וועט אנשטעלן זיין קאמפיוטער זאל כאפן א ווייערלעס קאנעקשאן וועט ער האבן די שעדליכע אינטערנעט אומגעפילטערט.
די אנדערע סארט סאפטוועיר בעיסד זענען פארהאן הונדערטע קאמפאניס, רוב זענען גארנישט ווערד, איך פערזענליך ווייס פון א פאל איינער מיט א גוטע סאפטוועיר פילטער איז ליידער אפגעפארן דורך אנקומען צו שרעקליכע סייטס. אויך קען יעדער יודע דבר ארויסנעמען פון קאמפיוטער. פון די אנדערע זייט, אויב האט מען א גוטע סאפטוועיר ביזטו לעולם געפילטערט.
אין די 2 סארט פילטערס איז אויך דא דרגות וואס כ'גיי נישט אריינגיין דערין. אבער מ'קען נישט אויסלאזן די אפשען פון "ווייט ליסט" וואס מ'קען זיך אליין אויסקליבן וואסערע סייטס מ'דארף. ביז יעצט איז נאר געווען ישיבה נעט, זיי זענען מורא'דיג שטרענג און האבן נאר געלאזט ממש וואס מ'דארף און פארשטייט זיך אויסגעהאלטן 100 פראצענט. זייער סערוויס איז געוואלדיג און בדרך כלל האבן זיי נישט קיין קאנעקשאן פראבלעמס. יעצט איז דזשעי-נעט אויך ארויפגעקומען מיט א ווייט ליסט (אליין כשר'ן פלייש....), ס'האט אסאך מעלות וואס ישיבה נעט האט נישט וואס כ'וועל אויסרעכענען אי"ה אין אן אנדערע געלעגנהייט.
וואס זאגט דער עולם דא? וואס וואלט איהר רעקאמנדירט?