ידוע כי לאחרונה נתפשט לימוד 'קבלה' ברבים. ונתפשט דבר זה ברבים, ואף ישנם כתות מיוחדים ושיעורים שונים, בכל העיירות שלנו. ואף לצעירים. זה נובע מן העולם המעורב בו אנו שרויים. פעם ידעו כי לקבלה צריך להיות בן ארבעים שמילא כרסו בש"ס ופוסקים, קבלה לא לומדים ברבים, ורק בהסתר. ורק מפי רב מובהק. כהיום מתפרסם על לוחי המודעות דבר יום ביומו שיעורים בפרי עץ חיים. אמרתי לציין לקונטרס גדול שנדפס כעת מאת הבקי הנפלא ר' נחום אברהאם ממאנסי בשם 'תורת הקבלה' ובו מאריך אז די זאך איז נישט אזוי פשוט. ואין היתר לכל אחד ללמדו, ועוד ועוד, מאמר נחוץ מאד. מפי ספרים וסופרים, באופן נפלא, ומה זה קבלה, ומי מותר ללמדו? ומאריך שם מפי גדולים וצדיקים כי אין זה דבר הניתן מיד ליד לכל מאן דהוא, ומחלק בין חסידות לקבלה. דברים מלהיבים ונחוצים מאד. נדפס בפני עצמו וגם נדפס בתוככי קובץ גינת ורדים החדש. בתוכחת מגולה.
זייער זייער א ערנסטע טעמע! אפשר וואלט די אשכול מער געפאסט אין ידיעות התורה אפטיילונג, אבער דאס איז זיכער אז די טעמע איז ערנסט, ס'איז נשיט אזוי איינפאך דאס געלערנעכטס קבלה אויף אזא ברייטן אופן ווי היינט, איך זעה אין ביהמ"ד צו פארקויפן א סי די כוונת נר חנוכה עפ"י הרש"ש.... ס'איז זיכער אז אין אונזערע מקומות האט מען דאס געלערנט בתכלית הצנעה, נישט אזוי ברבים ווי היינט,
אן אריינגיין אין די גאנצע נושא אויב א איד וואס נפשו חשקה אויף עפעס העכערס, צי ער איז בארעכטיגט דערצו צי נישט, למעשה איז דאס אויך א חלק התורה וכבר דנו בזה הגדולים, האט מיך אבער זייער שטארק געבאדערט ווען איך האב היינט געזען אין מיין ביהמ"ד אז מען פארקויפט סידי'ס פון עמיצן וואס לערנט פאר די כוונות פון הדלקת נר חנוכה עפ"י סוד, הגם יענער פאר זיך איז א עובד ה' און אן ערנסטער איד, אבער טוט דאס דען בארעכטיגן צו פארקויפן סידיס אין די גאס פאר סיי וועם?, ברויך מען דען געבן די געלעגנהייט פאר יעדן מגושם צו מגשם זיין דברים שבקדושה וואס ער וועט סיי ווי נישט יורד זיין לעומקן של דברים? והוא תמוה. (אינפא פאר ווער עס ליינט עס עטליכע וואך ארום, די תגובה איז געשריבן געווארן יום א דחנוכה) שאץ האקט, זייער גערעכט
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
יש לדון עד כמה שייך בדורינו להחמיר באיסור לימוד הקבלה, בו בזמן שתחלואי הדור מאידך גיסא עלו למעלה ראש, ועודף הידע במה שקורה בעולם שמחוץ לקדושה על ידי הכלים הטכנולוגיים וכדומה הוא מבהיל. והדברים ידועים, אז אם מישהו חשקה נפשו בתורת הקבלה [וכמובן אינני מדבר מכאלו שכל הויתם היא סתירה לענינים פנימיים אלא לאלו שיש להם קצת שייכות לעבודת ה'] נבוא ונחמיר עליו עם כל ההגבלות של עד 40 שנה וכדומה, כמדומה שאין כאן איזון הראוי. כמובן שאינני אומר קבלו דעתי רק נקודה למחשבה
אסאך האבן געהאלטען אז בדורותינו אלו בעקבתא דמשיחא דארף מען לערנען און מפיץ זיין תורת הקבלה פאר ווער ס׳איז גרייט צו הערן (אידן פארשטייט זיך), און אזוי טוהען כמה וכמה ערליכע אידן אין ארץ ישראל.
דאכציך מיר אז דער קאמארנער שרייבט אז מ׳זאל לערנען מיט קינדער פון ניין יאהר און ווייטער.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
די סיבה וואס מען האט מורא געהאט איז נישט ווייל איינער פארגינט נישט פאר איינעם צי לערנען קבלה, נאר די ענין איז אזוי, תורה בכלל איז א שטארקע אור א לעכטיגקייט פין לעבען, כי הוא חייך ואורך ימיך,
יעצט די תורה אין לעבען אין יעדער וויל לעבען, וועגען דעם וועט זיך די סטרא אחרא פארלייגען אז מען זאל לערנען מיט פניות אין אפילו לקנטר אין אזוי ווייטער אזוי אז זיי זאלען אויך האבען א חלק דערין אין אזוי קענען זיי אויך לעבען פין דארט נעמען זיי זייער חיות,
תורת הנגלה איז אבער מער באהאלטען אין די טבע אין אין דברים גשמיים אין מילא איז די סכנה נישט אזוי גרויס חאטשיג די גמרא זאגט טאקע אז "זיי"זענען זיך מגרה אין תלמידי חכמים אין תלמידי חכמים דארפען זיך טאקע אכטונג געבען מער
יעצט תורת הנסתר איז זייער א שטארקע אין קאנצערטרירטע אור אין "זיי" וועלען זיך זייער שטארק פארלייגען צי קענען יונק זיין דערפין, ממילא איינער וואס איז נאך יונג אין נאכנישט מילא כריסו מיט תורת הנגלה ער איז נאך נישט גענוג שטארק צי קענען זיך א עצה געבען מיט אזא שטארקע התגרות אין ס'איז ארויס געקומען גרויסע פראבלעמען דערפין,
וועגען דעם אפילו די וואס האבען שוין יא געלערענט האבען עס געלערענט באהאלטען אנע פירסום ווייל ווען ס'נישטא קיין פירסום איז די התגרות ווייניגער, למעשה האבען רוב גדולי ישראל איינגעזעהן אז די עיקר דארף מען הארעווען אין נגלה אין נסתר ווער ס'קומט אן קומט אן אבער ס'דארף זיין מילא כריסו בש"ס ופוסקים, אין אויך דארף מען שוין זיין עלטער,
שבתי צבי ימ"ש איז געווען איינע פין די פירות פין לערנען נסתר אין די וועלט אריין אין אזוי אויך ס'דא וואס זענען פאריקט געווארען זיי האבען איבעראל געזעהן ספירות מיט מידות אין אנדערע זענען געווארען פארגלייבט אין זיך אין דער בעל דבר האט זיי אויסגעניצט פאר זיינע צוועקען,
זאלמיר שוין זוכה זיין צי ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים
באמת וויל איך נישט זאגן קיין מיינונג פשוט וויל יודע אני מך ערכי, אבער נאר עטליכע הארו"ת והערו"ת קודם די פערציג יאר לימיט פון ש"ך און יו"ד איז דערעקט נישט געווען אנגענומען און ערגעץ, כל שכן וכל שכן און חסיד'ישע פלעצער, וביותר ביי 'אלע' מקובלים וואס האבן געלערנט פאר די פערציג, (האר"י ז"ל נסתלק בל"ח לשנותיו) און אפי' געהאלטן ישיבות ללימוד הנסתר אפי' פאר יונגעלייט.
און הקדמה לעץ חיים פון הרה"ק מזידיטשוב זי"ע מיטן פי' פון מהרצ"א זי"ע איז ער שטארק מאריך בחיוב אויף יעדע איד עוסק זיין בסתרי תורה, אויך און הקדמה אויף דרך פיקודיך איז ער מאריך דערוועגן, און ער שרייבט אז מילא כריסו בש"ס ופוסקים מיינט נישט אז פאר ער איז נישט בקי בכל הש"ס און ד' חלקי שו"ע טאר ער נישט לערנען קבלה, נאר א שיעור אין גמרא און אין שו"ע איז גענוג, פארשטייט זיך מיט אלע אנדערע תנאים יראת שמים מקוה וכו' וכו' אבער בעיקר וואס זיי ווילן ארויסברענגען איז אז ס'איז בידך ובפיך לעשותו.
באמת אין זוהר אליין איז דא סתירות לרחצה צו מ'מעג עוסק זיין דערין צו נישט, איין פלאץ אז מ'מיז און איין פלאץ אז ממש מ'טאר נישט, איז מסביר הרה"ק מסטראשעלע אין א לאנגע הקדמה לספרו שערי היוחד והאמונה, אז אין קבלה איז דא צוויי זאכן, איינס, לימוד הכללים והכונות, און צווייטנס לימוד הפלפול, זאגט ער אז לימוד הכללים והכונות איז א חיוב אויף יעדע איד צו לערנען ווייל אן דעם קען מען נישט דינען דעם בורא עולם, אזוי זאגט דער הייליגער עטרת צבי אויך בספרו הנ"ל, אבער דערנאך זיך צו דרייען בחצר המלך בפלפול כדרך המקובלים דאס טאר מען נישט נאר מיט אלע תנאים, דאס איז בקיצור נמרץ פון א לאנגע ביאור עיי"ש.
צום לעצט א משל הנוגע, (איך מיין אז ס'איז מיוחס צו איינע פון די ליובאוויטשע רבי'ס) געווען אמאל א מלך וואס האט געהאט א קראנקע טאכטער א בת יחידה הנוטה למות, האט מען גערופן א גרויסע דאקטאר זאל אויסהייילן דאס קינד, זאגט דער דאקטאר אז ער האט א רפואה פארן קינד, און דאס איז אז מ'זאל נעמען א געוויסע שטיין און עס צומאלן און אויסמישן מיט וואסער און געבן צו טרינקען פארן קינד, איין פראבלעם איז אבער דא, אז די שטיין איז נישטא צו באקומען אין די גאנצע וועלט נאר אויף איין פלאץ און דאס איז אויף די שענסטע קרוין פונעם קעניג אליין, די שענסטע שטיין אויפן שפיץ פונעם קרוין, נו וויאזוי קען מען מבזה זיין דעם מלך און צומאלן דעם שטיין? אבער דאס קינד איז דאך קראנק, האט דער קעניג באשלאסן אז אדער דער שטיין אדער דאס איינציג קינד, אוודאי וועט מען צומאהלן דאס שטיין, והנמשל מובן, און די שוואכע דורות ווי כלל ישראל ברעכט אונטער, איז זענען זיי מגלה אז מיט פנימיות התורה קען מען זיך האלטן "איז מען טאקע מגלה מכת"ר המלכות אבער אדער דאס קינד אדער דאס שטיין..."
בנוגע כונות הדלקת נר חנוכה ע"פ הרש"ש ווייס איך נישט מה כל הרעש, איינער וואס איז נישט ראוי וועט במילא נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס ער זאגט דארט, איינער וואס קויפט דאס מינעסטאם האלט ער שוין ביי רש"ש, ער וועט שוין קיין שבתי צבי פון דעם נישט ווערן, בכלל אז מ'קוקט אויפן מציאות זעהט מען אז איינער וואס האלט נישט באמת דערביי פאלט ארויס דערפון, אדער גייט ער בכלל נישט אריין דערין.
העכער דעם איז דא די ספרי הבעל התניא והשו"ע, ווי תורה אור און לקוטי תורה אויף די תורה, וואס רעדט מער אפען אין אפטער, און טיפער, ווי אנדערע חסידישע ספרים.
און נאך העכער איז די ספר התניא אליינס (הנקרא לקוטי אמרים, תניא קדישא או ספר של בינונים) וואס איז ממש נאר קבלה און זייער טיעף און זייער אפען, ממש גארנישט ברמיזה.
(אין חב"ד איז מקובל אז ווען דער אלטער רבי איז געזעצען אין תפיסה האט ער געהאט געסט, די בעש"ט מיטן מגיד, זענען געקומען באזוכען, און דער אלטער רבי האט זיי געפרעגט פארוואס עס קומט אים די תפיסה האבן זיי גענטפערט עס איז געווען א קיטרוג ווייל ער פארשפרייסט חסידות אויף א זייער אויפן גלוי, האט דער אלטער רבי זיי געפרעגט זאל איך אויפהערען האבן זיי געזאגט ניין, נאר אדרבה ביתר שאת וביתר עז, און ווי ידוע ביי חסידים די חילוק "פאר פעטערבורג" און "נאך פעטערבורג". נ.ב. כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די מעשה ודי)
עכ"פ די אלע, זענען בלשון המון בלתי חסידים "קבלה" און דאס טאר מען נישט לערנען, אן די תנאים פון 40 און מילא כריסו בש"ס ופוסקים וכדו'.
אבער ביי חסידים האט מען געוואסט אז דאס וואס דער היילגער בעש"ט ותלמידיו זיעועכי"א האבן פארשפרייט, איז טאקע מיוסד אויף קבלה, אבער דאס איז נישט די קבלה וואס האט די תנאים, פון 40 און מילא כריסו בש"ס ופוסקים, און דאס קען, און דארף יעדער איד לערנען.
אלע חוץ די הייליגער קאמארנער, האבן געהאלטן אז פשוט קבלה, טאר מען נישט לערנען אן די אויבנדערמאנטע תנאים, און נאר חסידות וואס איז פארשפרייט געווארן דורך הבעש"ט ותלמידיו, מעג מען.
ר' אהרן מסטראשעלע, איז מזביר, אז דאס וואס דער אלטער רבי שרייבט אין זיינע ספרים, איז אויך נישט פון די אויבן דערמאנטע קבלה, נאר עס איז אויך אין די קאטעגאריע פון ספרי חסידות, וואס מען מעג און מען דארף לערנען.
אבער פשוט קבלה, מאן דכר, דאס טאר מען נישט, און די תנאים.
און אויף דעם גייט אן נאך שטערקער, און נאך מער ווי אויף תורת הנגלה, די "זכה, נעשה לו סם חיים, לא זכה, ח"ו להיפך".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
און נאך העכער איז די ספר התניא אליינס (הנקרא לקוטי אמרים, תניא קדישא או ספר של בינונים) וואס איז ממש נאר קבלה און זייער טיעף און זייער אפען, ממש גארנישט ברמיזה.
וואו קומט עס צו א מקושר צום רבי'ן מהר"ש צו זאגן אזעלכע נארישקייטן?
אינעם ספר של בינונים איז כמעט נישט צום געפינען קיין קבלה, [אפשר האסטו געמיינט דעם קונטרס אחרון].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
און נאך העכער איז די ספר התניא אליינס (הנקרא לקוטי אמרים, תניא קדישא או ספר של בינונים) וואס איז ממש נאר קבלה און זייער טיעף און זייער אפען, ממש גארנישט ברמיזה.
וואו קומט עס צו א מקושר צום רבי'ן מהר"ש צו זאגן אזעלכע נארישקייטן? אינעם ספר של בינונים איז כמעט נישט צום געפינען קיין קבלה, [אפשר האסטו געמיינט דעם קונטרס אחרון].
לא זכיתי להבין, זה הדבר אשר דיברנו, ביי חסידים נישט קיין קבלה, אבער ביי "ניט חסידים" (:קרעדיט די "היינטיגע רבי") איז עס יא!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נאך מער, אן גוט קענען לקוטי אמרים, קען מען כמעט נישט פארשטיין תורה אור און אין ליקוטי תורה, אן אזוי אויך אנדערע חסידישע ספרים, האט א אנדערער פנים נאך לקוטי אמרים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
הרב לכתחילה אריבער במחילת כבודכם אבער דברי חסידות זענען געבויעט אויף דברי קבלה, און אן קבלה קען מען נישט ריכטיג פארשטיין משמעות דברי החסידות, וויאזוי וועט איר מסביר זיין אז פסח איז קודם געווען קטנות ראשון נאכדעם שני נאכדעם גדלות וכו' וכו' און זיי זענען מסביר ע"פ עבודה, אבער רבונו ש"ע וואס איז דאס גדלות קטנות ראשון שני? וכו' אן עץ חיים ווייסטו נישט וואס איז דאס א בנין א קומה סדר הולדה והשפעה, וכו' וואס איז 'מיין' עבודה ראש השנה נסירה שינה וכו' וואס האט ראש השנה מיט יו"כ און סוכות? דאס אלעס שטייט אין ספרי חסידות, אבער אן די הקדמה פארשטייט מען נישט, מ'קען זיך איינרעדן אז מ'פארשטייט אבער ריכטיג פארשטייט מען ניקס, אלזא וואס די המון רופט קבלה איז טאקע נישט קיין קבלה, אבער ספרי חסידות איז מיוסד אויף קבלה און ווי כ'האב שוין געשריבן האבן די רבי'ס נישט פארגעלערנט קיין עץ חיים, דערפאר טרעפסטו נישט קיין שטיקער עץ חיים מיט א פשט מסביר צו זיין פארן המון עם ווייל די ציבור וואס האבן אויסגעהערט די רבי האבן שוין געדארפט קענען עץ חיים פון פריער, די רבי האט נאר דערנאך מקרב געווען אל עבודה די פרי עץ חיים, (אין חב "ד האט מען געדינט הקב"ה מיטן קאפ און מ'האט מקרב געווען אל 'השכל' דברי האר"י, וואס דאס איז באמת פשט פון די ווארט חב"ד חכמה בינה דעת, וואס איז העכער פון די מידות, משא"כ תלמידי הר"ר אלימלך האט מען געדינט מער מיט די מידות אויף מצוות מעשיית וכו', און דאס איז געווען די טענות אויף חב"ד, ואין כאן מקומה אז דער תניא האט שוין געהאט די מהלך נאך פאר ער איז אנגעקומען צו דער בעש"ט חסידות)
זיי מוחל לערן איבער די הקדמה פון שערי היוחד והאמונה און קוק וואס דארט שטייט, ברור כשמלה אזוי ווי איך האב אויבן געשריבן.
ריק פערי האט געשריבן:
הרב לכתחילה אריבער במחילת כבודכם אבער דברי חסידות זענען געבויעט אויף דברי קבלה, און אן קבלה קען מען נישט ריכטיג פארשטיין משמעות דברי החסידות, וויאזוי וועט איר מסביר זיין אז פסח איז קודם געווען קטנות ראשון נאכדעם שני נאכדעם גדלות וכו' וכו' און זיי זענען מסביר ע"פ עבודה, אבער רבונו ש"ע וואס איז דאס גדלות קטנות ראשון שני? וכו' אן עץ חיים ווייסטו נישט וואס איז דאס א בנין א קומה סדר הולדה והשפעה, וכו' וואס איז 'מיין' עבודה ראש השנה נסירה שינה וכו' וואס האט ראש השנה מיט יו"כ און סוכות? דאס אלעס שטייט אין ספרי חסידות, אבער אן די הקדמה פארשטייט מען נישט, מ'קען זיך איינרעדן אז מ'פארשטייט אבער ריכטיג פארשטייט מען ניקס, אלזא וואס די המון רופט קבלה איז טאקע נישט קיין קבלה, אבער ספרי חסידות איז מיוסד אויף קבלה און ווי כ'האב שוין געשריבן האבן די רבי'ס נישט פארגעלערנט קיין עץ חיים, דערפאר טרעפסטו נישט קיין שטיקער עץ חיים מיט א פשט מסביר צו זיין פארן המון עם ווייל די ציבור וואס האבן אויסגעהערט די רבי האבן שוין געדארפט קענען עץ חיים פון פריער, די רבי האט נאר דערנאך מקרב געווען אל עבודה די פרי עץ חיים, (אין חב "ד האט מען געדינט הקב"ה מיטן קאפ און מ'האט מקרב געווען אל 'השכל' דברי האר"י, וואס דאס איז באמת פשט פון די ווארט חב"ד חכמה בינה דעת, וואס איז העכער פון די מידות, משא"כ תלמידי הר"ר אלימלך האט מען געדינט מער מיט די מידות אויף מצוות מעשיית וכו', און דאס איז געווען די טענות אויף חב"ד, ואין כאן מקומה אז דער תניא האט שוין געהאט די מהלך נאך פאר ער איז אנגעקומען צו דער בעש"ט חסידות)
זיי מוחל לערן איבער די הקדמה פון שערי היוחד והאמונה און קוק וואס דארט שטייט, ברור כשמלה אזוי ווי איך האב אויבן געשריבן.
כ'האב נישט געשריבן אנדערשט, רוב פון די אלע זאכען זענען אזעלעכע זאכן וואס חסידישע ספרים ברענגען צו, און אז מען האט געהאט א גיטע רבי אויף חסידישע ספרים פארשטייט מען עס, און דאס איז וואס סתם וועלט רופט קבלה, און חסידים וויסן אז די קבלה, מעג מען און מען דארף לערנען.
עס איז אבער דא קבלה ענינים וואס מען דארף נישט קענען צו חסידישע ספרים ווי שמות און צירופי שמות, וואס מען דארף נישט קענען, (אויך נישט קיינמאל, און גארנישט, ווייל אויב די ווילסט פארשטיין בני יששכר דארפסטו קענען אביסל, נישט דוקא פארשטיין, אבער בידיעה יא, אבער כ'רעדט פון טיפע זאכן) דאס האט מען נישט געלערענט אפי' ביי חסידים.
דאס וואס די זאגסט וועגן חב"ד אז עס איז מער מח איז אמת, אבער עס איז מער פשוט אראפגעלייגט אויך בגלוי, אויף דעם איז אויך געווען די טענות דאס האב איך געמיינט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אתרוג האט געשריבן:
ווענדט זיך פשוט ווי אזוי מ'לערענט אפ א פשוט שטיקל שלחן ערוך וואס אויף דעם איז נישטא קיין איין חולק און איך האלט אז מ'לערענט אפ דעם שטיקל מיט א יישב הדעת ווייסט מען שוין אליינס די תירוץ און שלחן ערוך הלכות תלמוד תורה שטייט אז א יעדער איד איז מחויב צו לערענען כל התורה כולה אנגעהויבן פון חומש גמרא ברייתא תוספתא ספרא ספרי מדרש וזהר הק' וספרי קבלה אלעס אן קיין אויסנאם אויב נישט ווערט מען נאכאמאל מגולגל און מגולגל ביז מ'לערענט די גאנצע תורה
אין שו"ע שטייט נישט אזא זאך, ס'שטייט אין שו"ע הרב [פ"א מהל' ת"ת סעיף ד'], ולחביבות הענין אעתיק לשונו הזהב:
וכן אמרו חכמי האמת שכל נפש מישראל צריכה לבא בגלגולים רבים עד שתקיים כל התרי"ג מצות במעשה דבור ומחשבה, ודיבור ומחשבה הוא לימוד הלכותיהן, על דרך שאמרו חכמים על פסוק זאת תורת החטאת וגו' שכל העוסק בתורת חטאת כאילו כו', ועוד אמרו חכמי האמת שכל נפש צריכה לתיקונה לעסוק בפרד"ס כפי מה שהיא יכולה להשיג ולידע, וכל מי שיכול להשיג ולידע הרבה ונתעצל ולא השיג וידע אלא מעט צריך לבא בגלגול עד שישיג וידע כל מה שאפשר לנשמתו להשיג מידיעת התורה, הן בפשטי ההלכות הן ברמזים ודרשות וסודות, כי כל מה שנשמתו יכולה להשיג ולידע מידיעת התורה זהו תיקון שלימותה, ואי אפשר לה להתתקן ולהשתלם בצרור החיים את ה' במקורה אשר חוצבה משם בלתי ידיעה זו, ולכן אמרו חכמים אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו, כדי שלא יצטרך לבא בגלגול לעולם הזה, עכל"ק.
פאר די מ"מ השייכים לזה קוק'טס נאך אינעם נייעם דרוק.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
לכתחילה אריבער, האלט זיך שטארק, איהר האט ארויס דאס ענין, רוב לומדי חסידות וויסען נישט וואס מיינט קבלה, די ביסל לשונות אין קבלה נעמען זיי פין חסידישע ספרים, אן וויסען דעם נפק"מ ציווישען תורת החסידות אין תורת הקבלה. מ'זעהט אזעלעכע לשונות ווי חג"ת נהי"ם, ז"א, אבא אמא, רחל לאה, מלואים הוי', ו' קצות, רעד מען זיך שוין אז מ'לערנט קבלה.
טאקע דערפאר איז אין חב"ד אליין האב מען גערופען דעם ספר התניא, דער תורה שבכתב פון חסידות, אפילו עס איז שטארק נאהנט מיט לשונות וסגנון ספרי קבלה, אבער פרעג א בעל מקובל וועט ער זאגען ווי רחוק דאס איז פון קבלה, מיש נישט אויס די צוויי.
כל הנקודות שהזכירו הכותבים החשובים כאן, מבואר באריכות במאמר הנ"ל.
ומעתיק גם מתורת א' מה שייך לחסידות ומה שייך לקבלה. ועל קבלה גופא לדעת הרב הכותב הנ"ל, לפי דעתו מבוסס על כל דעת אבותינו ורבותינו אשר מפיהם אנו חיים, כולל קאמארנא זידטשויב, איסור חמור לפרסם בסידיס או שיעורים על הטעלעפאן.