ישלהוסיף האט געשריבן: ס'דערמאנט מיר מענין לענין באותו ענין אין דברי יואל (במדבר מהדו"ק) ווערט אראפ געברענגט א ווארט בשם א ספר [נעלם כעת שמו], אבער אין די אידישע דברי יואל וואס איז א העתק פון די טעיפס זעלבסט, דהיינו די לשון פון דער רבי זעהט מען אז דער רבי האט עס נאך געזאגט בשם "ספרים הקדושים", מ'קען אנעמען אז דער רבי ביים איבערגיין די תורות האט אנגעגעבן דעם נאמען פון דער ספר, אבער לבי אומר לי אז דאס איז געטוהן געווארען על דעת המו"ל, מחמת כמה סיבות.
וואטס ראונג? די רבי האט געזאגט בשם ספרים ווייל ער האט נישט געדענקט אויף די מינוט, און די מעתיקים האבן געוואוסט די מקור האבן זיי געשריבן די ספר, ס'איז א נארמאלע זאך כנלע"ד (ודלא כדברי יואל ח"א ווי ס'ווערט דערמאנט א ווארט בשם ר' אלעזר ניסן וואס שטייט באמת אין ייטב לב, און היות די רבי קען נישט מאכן א טעות האט מען עס אזוי געלאזט)