הליכות עולם לו

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

הליכות עולם לו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך וויל עפענען די נושא, פארשטייט זיך אויב די עולםל איז מסכים, אויף הלכות השכיחות מדי יום ביומו, ובני אדם דש בעקבם.

וזה החלי, וזאת למודעי, איך שרייב די זאכן כפי זכרוני.


הלכות ציצית

מען דארף אנטון די ציצית - לכאורה משמע טלית קטן אויך - שטייענדיג

ווען מען טוט אן די טלית דארף מען זייער נזהר זיין אז די ציצית זאל נישט הענגען אויף די ערד, הגם אייביג דארף מען נזהר זיין אבער בשעת'ן אנטון איז הארבער, עס איז דא שיטות וואס האלטן אז נאר בשעת'ן אנטון איז אסור.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

מידי דברי בענין ציצית
ווען מ'מאכט די עטופה דארף מען זיין מעוטף ראשו ורובו
ליידער איז דא אסאך וואס געבן זיך א וויקל ארום מיטן טלית ווי א שאל (חוץ פון די ציפ וואס די ארומוגע כאפן) און דאס איז קעגן די הלכה
Impossible is just an opinion
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זייער גוט!
לאמיר הערן נאך!
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

נקוט כללא בידך:
מקורות, ווי ווייט שייך, וואלט געווען גרעיטלי אפארישיעיטעד.
[אחוץ וואס, האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם],
____
וואו איז דער מקור ??
לעצט פארראכטן דורך שטרוי אום מאנטאג יאנואר 09, 2012 3:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

ייש"כ, קיפ איט אן....

איך האף צו צולייגן נאך בקרוב אי"ה.

איך האב זיך לעצטנס אנגעשלאסן אין די "משנה ברורה" טעגליכער לימוד, און איך בין אזויפיל זאכן געוואויר געווארן.. מסתמא ווייסן אלע תלמידי חכמים דא שוין רוב דערפון, אבער איך וואלט עס אריינגעשריבן אפילו בלויז פאר מיר אליין צו געדענקען, וכמאמר החכם, "אם לא יועיל לא יזיק"...
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

נאך א זאך וואס כ'האב שוין לאנג געטראכט צו מעורר זיין לויט ווי איך געדענק שטייט עס אין משנה ברורה
1) אז ווען די בעל תפילה זאגט מודים דארף ער עס זאגן הויך אז מען זאל עס קענען הערן ווען ז'וואלט ווען געווען שטיל

2) (דאס שטייט קלאר אין משנה ברורה ביי מעריב) די ברכות קר"ש הייבט זיך שוין אהן פון נאך ברכו זאגט די משנה ברורה אז מ'טאר שוין נישט רעדן פון נאך ברכו
ער פירט אויס אז ליידער זענען אסאך מענטשן נכשל אין דעם
Impossible is just an opinion
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

כפי זכרוני איז אנטון שטייענדיג א מחבר אדער א רמא און סימן ח'
נישט זיין אויף די ערד געדענק איך נישט אויף די מינוט,איך וועל אי"ה שרייבן מארגן


גליון, ווי איז די מקור אויף נומער 1?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

(ציצית) סי' ח' סעי' ב' ס"ק ג' ד'
(בעל תפילה) סי' קכ"ב ס"ק מ"א (געמאכט א שטיקל טעות נישט "אז מען זאל עס קענען הערן ווען ז'וואלט ווען געווען שטיל" נאר 10 מענטשן וואס שטייען ארום
(ברכו) סי' רל"ו ס"ק א'
Impossible is just an opinion
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איז איסגעהאלטן להלכה צו מאכן א קומזיץ מיט מוזיק, סתם א נאכט וואס איז נישט יום טוב אדער א יומא דפגרא? (נוגע למעשה למשתתפי הקומזיץ הענקי שעל ידי אייוועלט)
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לכאורה נישט מוזיק איז דאך נאר מותר ביי שמחת חתן וכלה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לגבי מאכען א ברכה אויף א טלית קטן שטייט אין דברי יחזקאל (שינאווא) סימן ב' אז מען דארף יא מאכען א ברכה,
דאס שרייבט ער און זיין הסכמה אויף דעם 'סידור דעת קדושים', ער שרייבט דאס בניגד צו דעם ווייל דער בוטשאטש רב פסק'נט היות היינטיגע צייטן שעמנט מען זיך צו גיין בלויז מיטן טלית קטן ממילא קען מען נישט דערויף מאכען א ברכה.

למעשה רוב וועלט איז זיך נוהג אז מ'מאכט טאקע נישט א ברכה, מאיז יוצא מיטן ברכה אויפן טלית גדול.
אבער לויטן דעת קדושים וועט אויסקומען אז אפילו בחורים זאלען נישט מאכען א ברכה.

לגבי דעם עטיפה שרייבט דער מחבר סי' ח ס"ח): "כיסוי הראש בלבד בלי כסוי הגוף לכו"ע לא נקרא כסות.
ועי' ביתר הרחבה בנימוקי או"ח סי' ח' ס"ב.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

יהיה כן האט געשריבן: איז איסגעהאלטן להלכה צו מאכן א קומזיץ מיט מוזיק, סתם א נאכט וואס איז נישט יום טוב אדער א יומא דפגרא? (נוגע למעשה למשתתפי הקומזיץ הענקי שעל ידי אייוועלט)


אוודאי איז דאס א דבר מצוי ושכיח, אבער אז מ'קוקט אריין אין הלכה איז זייער שווער צו טרעפען א היתר, א טעיפ וועט זיין גרינגער.
בטור (או"ח סי' תק"ס ס"ג) הביא תשובת רמב"ם "דאפילו בפה אסור אפילו בלא משתה", והב"ח שם פסק כן.
ומחמת טירחת הקורא לא אאריך יותר.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

גליון האט געשריבן: מידי דברי בענין ציצית
ווען מ'מאכט די עטופה דארף מען זיין מעוטף ראשו ורובו
ליידער איז דא אסאך וואס געבן זיך א וויקל ארום מיטן טלית ווי א שאל (חוץ פון די ציפ וואס די ארומוגע כאפן) און דאס איז קעגן די הלכה

לאו דוקא, ע"פ הלכה פעלט נישט אויס קיין עטיפה (נפ"מ לענין עניית אמן וכדומה אחר הלבישה קודם העטיפה, ורבים נכשלים גם בזה בלא יודעים), עס איז אבער א ענין גדול ע"י קבלה.
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

עי' משנ"ב סי' ח' סעי' ב' ס"ק ג' (ודלמה לא זהו כוונתו)
Impossible is just an opinion
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

גערעכט, אין החסרון אלא בי, איך האב נישט גוט פארשטאנען אייער תגובה.

עס איז די ענין פון עטיפה, וואס דאס הייסט ביי אונז סתם אנגעטוען די טלית, און חוץ מזה איז דא די ענין פון "עטיפת ישמעאלים", די עטיפת ישמעאלים איז נישט קיין חיוב ע"פ הלכה, אבער די עטיפה פשוטה פעלט יא אויס ווייל אויב נישט איז עס א ברכה לבטלה, און דאס אז מען דארף זיין מעוטף רובו איז אויך ביי די פשוט'ע עטיפה וואס פעלט זיך אויס מצד ההלכה.

עס מאכט זיך ווען דער בעל תפלה נעמט זיך זאגן ברכות וכדומה גלייך נאכן מאכן די ברכה להתעטף, ע"פ רוב ענטפערט מען נישט קיין אמן כדי עס זאל נישט זיין קיין הפסק צווישן די ברכה און די עטיפה, אבער וויבאלד מעיקר הדין פעלט נישט אויס די עטיפת ישמעאלים ממילא דארף מען ענטפערן אמן וכדומה גלייך נאכדעם וואס מען באדעקט זיך מיטן טלית פארן עטיפת ישמעאלים.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

עטיפה
מג"א סי' ח' סק"ב "בכתבים כתוב שצריך להתעטף עד פיו כעטיפת הישמעאלים כדי הילוך ד' אמות".
וכ"ה בשער הכוונת ענין הציצית ריש דרוש א'
ומקורו בגמ' מועד קטן כ"ד ע"א "כל עטיפה שאינה כעטיפת הישמעאלים אינה עטיפה, מחוי רב נחמן עד גובי דדיקנא", וברש"י: גומות שבלחי למטה מפיו.
ועי' בשו"ע הרב סי' ח' ס"ה,
ובדברי יחזקאל (דף שי"א מהדו' תשנ"ט) מובא שהרה"ק משינאווא אמר בעת שהותו בא"י "כל ביאתי לא"י כדאית היתה אך ורק לראות הישמעאלים בגלימותיהם, ומזה לדעת סדר עטיפת הטלית כהלכתה".
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

אז מ'רעדט פון עטיפת ישמאלים איז אינטערסאנט אז גאר גאר אסאך מענטשן זעט מען מחוסר ידיעה אראפציען דעם טלית ביי די עטיפה כמעט ביזן גארטל (נישט מעגליך אז ישמאלים זאלן אזוי גיין אנגעטוהן), טייל פוסקי דורינו שרייען אז ס'איז א שאלה פון א ברכה לבטלה
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

גליון האט געשריבן:
2) (דאס שטייט קלאר אין משנה ברורה ביי מעריב) די ברכות קר"ש הייבט זיך שוין אהן פון נאך ברכו זאגט די משנה ברורה אז מ'טאר שוין נישט רעדן פון נאך ברכו
ער פירט אויס אז ליידער זענען אסאך מענטשן נכשל אין דעם


ס'איז ידוע וואס דער רבי ז"ל האט אויף דעם געזאגט, איינמאל ווען ער האט גערעדט נאך דעם וואס דער בעל תפילה האט שוין געהאט געזאגט ברכו, און מען האט אים געפרעגט וועגן דעם משנה ברורה, האט ער געענטפערט: "ביי אונז האט מען גערעדט נאך ברכו, נאך פאר דער משנה ברורה איז ארויסגעקומען"...

(הערה: איך האב "נישט" געהערט די מעשה פון א מקור נאמן, דער רבי זי"ע וואלט עס נישט געגלייבט פון מיר. איך בין נייגעריג צי איינער ווייסט א מקור מוסמך דערצו).

לגופו של ענין, דער מ"ב טענה'ט אז עס איז פונקט ווי ביי שחרית, אבער ביי שחרית אויב איינער האלט נאך נישט יעצט ביי ברכו, צי אפילו יא, נאר ער וויל נאך נישט יעצט אויף די רגע אנהייבן דאווענען צוזאמען מיטן עולם ברכות קרי"ש, איז נאך נישט חל אויף אים דער דין פון נאך ברכו. ובפשטות ה"ה במעריב, ויל"ע.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

ווען מ'וואשט זיך פאר'ן עסן בפרט ביי שלש סעודות איז געווענדליך די טעפל נאס איז אזוי ווען מ'וואשט די ערשטע הענט מעג די 2'טע הענט נאך זיין נאס אבער ווען מ'וואשט די 2'טע הענט און מיט די געוואשענע הענט כאפט מען אן די נאסע טעפל ווערט די האנט צירוק טמא
וועגן דעם איז כדאי אדער אפציווישן די טעפל (פארשטייט זיך נישט אויף יענעמ'ס חשבון) אדער אנכאפן די הענטל מיט א האנטוך וכדו' ופשוט
Impossible is just an opinion
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

דרך אגב איך האב געהאט א מגי"ש וואס ווען מ'פלעגט לערנען א הלכה וואס די עולם איז נכשל און מ'פלעגט אים זאגן אז מ'דארף מאכן א קאפי און אויפהענגען
פלעגט ער זאגן אז מדארף נעמען די דיקע משנ"ב וואס האט אלע 6 בענדער צוזאמען און אויפהענגען אויפן וואנט און יעדן טאג היילייטן די נעקסטע פעדזש ודפח"ח
Impossible is just an opinion
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ישלהוסיף האט געשריבן: עטיפה
מג"א סי' ח' סק"ב "בכתבים כתוב שצריך להתעטף עד פיו כעטיפת הישמעאלים כדי הילוך ד' אמות".
וכ"ה בשער הכוונת ענין הציצית ריש דרוש א'
ומקורו בגמ' מועד קטן כ"ד ע"א "כל עטיפה שאינה כעטיפת הישמעאלים אינה עטיפה, מחוי רב נחמן עד גובי דדיקנא", וברש"י: גומות שבלחי למטה מפיו.
ועי' בשו"ע הרב סי' ח' ס"ה,
ובדברי יחזקאל (דף שי"א מהדו' תשנ"ט) מובא שהרה"ק משינאווא אמר בעת שהותו בא"י "כל ביאתי לא"י כדאית היתה אך ורק לראות הישמעאלים בגלימותיהם, ומזה לדעת סדר עטיפת הטלית כהלכתה".

ראשית כל, פונעם לשון המג"א וואס איר האט אראפגעברענגט זעהט איר שוין אז דאס איז א קבלה ענין און נישט מחויב ע"פ הלכה, די גמ' פון מועד קטן רעדט פון אבילות נישט פון ציצית (כן ביאר שיטתו הבעל העיטור עי' בית יוסף), ומה שציינת לתניא ס"ה, תמיהני, למה לא ציין לס"ו, ששם מבואר באר היטב שיטת החולקים, וסיים ו הלכה כסברא הב' ומ"מ כדי לקיים מצות ציצית מן המובחר נכון הדבר להתעטף כעטיפת הישמעאלים וכו' ובזה יוצא אף לסברא הראשונה, מבואר היטב שאין זה ענין הלכה רק ענין מצוה מן המובחר, ובזה למדנו זכות על המקילין.
ניק ניק האט געשריבן: אז מ'רעדט פון עטיפת ישמאלים איז אינטערסאנט אז גאר גאר אסאך מענטשן זעט מען מחוסר ידיעה אראפציען דעם טלית ביי די עטיפה כמעט ביזן גארטל (נישט מעגליך אז ישמאלים זאלן אזוי גיין אנגעטוהן), טייל פוסקי דורינו שרייען אז ס'איז א שאלה פון א ברכה לבטלה

קיין ברכה לבטלה איז דאס נישט כנ"ל.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

גליון האט געשריבן: ווען מ'וואשט זיך פאר'ן עסן בפרט ביי שלש סעודות איז געווענדליך די טעפל נאס איז אזוי ווען מ'וואשט די ערשטע הענט מעג די 2'טע הענט נאך זיין נאס אבער ווען מ'וואשט די 2'טע הענט און מיט די געוואשענע הענט כאפט מען אן די נאסע טעפל ווערט די האנט צירוק טמא
וועגן דעם איז כדאי אדער אפציווישן די טעפל (פארשטייט זיך נישט אויף יענעמ'ס חשבון) אדער אנכאפן די הענטל מיט א האנטוך וכדו' ופשוט

להוי ידוע, זיכער איז דאס א ענין גדול מקפיד צו זיין דערויף, אבער עס גאנץ א קנאפע שייכות מיט הלכה.

ע"פ הלכה אויב וואשט מען זיך מיט א רביעית אויפאמאל, קען די האנט שוין נישט טמא ווערן, אפילו אויב מען רירט אן א אומגעוואשענער אדער טמא'נע וואסער. אויך איז די הלכה, אז ווען מען וואשט זיך מיט א רביעית אויפאמאל (מיט איין גיס א גאנצע רביעית) ווערט די געוואשענע וואסער אויך נישט טמא, ממילא, ווען מען רירט אן די טעפל מיט געוואשענע הענט איז מען צוויי מאל "נישט" טמא געווארן, איינס, איך האב זיך דאך געוואשן מיט א רביעית אויפאמאל, צווייטנס, דער פריערדיגער האט זיך אויך מן הסתם געוואשן מיט א רביעית אויפאמאל ממילא איז די וואסער בכלל נישט טמא געווארן.

די ענין פון די אויבנדערמאנטע זהירות איז ווייל אפשר האט זיך פריער געוואשן איינער מיט ווייניגער ווי א רביעית אויפאמאל (ווייניג מצוי כהיום ווען עס איז דא א שפע פון וואסער), און אפשר האב איך זיך אויב געוואשן מיט ווייניגער ווי א רביעית, און אזוי קען מען טמא ווערן, אבער עס איז א ווייטע חומרא וזהירות.

דאס אליין החרשתי, אבער עס קומט ארויס פון דעם אסאך א גרעסערע קולא, עס מאכט זיך אפט ווען איינער וואשט זיך, מאכט די ברכה, און די רגע פארן זיך אפווישן רירט ער אן איינער מיט נאסע הענט אדער א אומגעוואשענער, ע"פ רוב לויפט מען צוריק צום סינק און מען וואשט זיך איבער מיט א ברכה, דאס איז א ריכטיגע ברכה לבטלה, ווייל ער איז בכלל נישט טמא געווארן, ווייל ער האט זיך דאך געוואשן מיט א רביעית בבת אחת.
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

א וויכטיגער אשכול. און נאך וויכטיגער איז אפצופרעגן די "הלכות" וואס האבן נישט קיין גרונד.

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן: אז מ'רעדט פון עטיפת ישמאלים איז אינטערסאנט אז גאר גאר אסאך מענטשן זעט מען מחוסר ידיעה אראפציען דעם טלית ביי די עטיפה כמעט ביזן גארטל (נישט מעגליך אז ישמאלים זאלן אזוי גיין אנגעטוהן), טייל פוסקי דורינו שרייען אז ס'איז א שאלה פון א ברכה לבטלה

קיין ברכה לבטלה איז דאס נישט כנ"ל.


דער פראבלעם איז אבער אז דרך לבישה איז דאס אויך נישט, ממילא אויב זאגט מען מה יקר וגו' זייענדיג מעוטף אזוי, איז דאס א הפסק צווישן די ברכה און די (ריכטיגע) לבישה.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

חלק א' (מלימוד משנה ברורה)

שויתי טאוול המנורות הגדולים בביהמ"ד צריך להיות תחת זכוכית דוקא, כדי שלא יבא לידי מחיקת השם (סימן א' ס"ק ד')
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז דאס איז א קפידא, כ'האב געמיינט אז עס איז בלויז פון פראקטישקייט...

יראה ללבוש האנפלאות או לפשטם תחת הסדין, שלא לגלות רגליו שדרכן להיות מכוסות לעולם (סימן ב' ס"ק א')
איינער פירט זיך נאך אזוי היינט?...

בלילה כשרוצה לשתות ואין לו כובע, די במה שמכסה את ראשו בידיו, ויותר טוב להמשיך בית יד של הבגד על היד ומכסה בו (סימן ב' ס"ק י"ב)
איך האב אלץ געוואוסט אז מען ציט איבער מיטן בגד, כדי עס זאל זיין מכוסה מיט 2 כיסויים, אבער יעצט זעה איך אז דאס איז בלויז א לכתחילה.

ויבדוק נקביו בבוקר, ואין צריך רק בדיקה לבד, ואם אינו מרגיש שנצרך עתה לנקביו זה נקרא מן הדין גוף נקי (סימן ב' ס"ק י"ג)
מען מוז נישט טרינקען 15 קאוועס, און זיך שטופן. דו דארפסט פרובירן. ערגעץ אנדערש שרייבט ער, אז אפילו אויב אינמיטן דאווענען שפירט מען אז מען דארף, דארף מען נישט מפסיק זיין!! עס הייסט נאך אלץ א גוף נקי (אויב קען מען זיך איינהאלטן).

גם יזהר שלא יגע בשום מאכל קודם שנטל את ידיו, ואם נגע באוכל ידיחנו ג"פ (שם, ס"ק ה')
קיינמאל נישט געוואוסט אז טמא'נע עסן קען צוריק ווערן טהור!

אחר נגיעת מנעליו או חופף ראשו אינו צריך למהר ליטול ידיו (אם אינו מתפלל או לומד) משום שאין בהם משום רוח רעה, משא"כ בהיוצא מביהכ"ס או ממרחץ וכדו' (שם ס"ק מ"א). ומפני זה סגי בהראשונות שיקנח ידיו בצרור או בכל מידי דמנקי, וזה אינו מועיל להעביר הרוח רעה (מחבר סעיף כ"ב).
א חילוק אין דיני טומאה בזמן הזה. איך מיין אז אויך לגבי ענטפערן אמן וכדו' איז א חילוק. אויב מ'האט בלויז אנגעכאפט די שיך איז לכאו' מותר, משא"כ אויב מ'קומט פון ביהכ"ס טאר מען נישט. ועדיין צ"ע והנראה לפענ"ד כתבתי.

האיך האכילה מקיים את האדם בחיות, כי הנשמה נהנית מרוחניות המאכל והגוף נהנית מחלק הגשמי שבאוכל, ומכח זה קשורים זה בזה ע"י המאכל (סימן ו' ס"ק ו')
דאס איז נישט פון ספר "מטבע שטבעו חכמים", נאר א משנה ברורה. אינטערעסאנט פאר מיר....

אחר הטלת מים אין צריך ליטול ידיו! אלא משום נקיות אם שפשף או משום הכון (מחבר סימן ז' סעיף ב') (ובזמנינו גם משום שהלך לביהכ"ס, עיי' בספר מנהג ישראל תורה)
דאס איז געווען א חידוש נפלא פאר מיר! מען ווערט נישט טמא פון גיין קטנים, נאר אויב מען רירט אן א מקום מכוסה, אדער מען גייט אריין אין א טמא'נע פלאץ. טאמער גייט איר אין וואלד, קענט איר בלויז מאכן אן אשר יצר און גיין עסן...

המשך יבא בעז"ה.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שמעק_טאביק האט געשריבן: חלק א' (מלימוד משנה ברורה)

שויתי טאוול המנורות הגדולים בביהמ"ד צריך להיות תחת זכוכית דוקא, כדי שלא יבא לידי מחיקת השם (סימן א' ס"ק ד')
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז דאס איז א קפידא, כ'האב געמיינט אז עס איז בלויז פון פראקטישקייט...

יראה ללבוש האנפלאות או לפשטם תחת הסדין, שלא לגלות רגליו שדרכן להיות מכוסות לעולם (סימן ב' ס"ק א')
איינער פירט זיך נאך אזוי היינט?...

עס איז דא א ענין עפ"י חסידות דוקא נישט צוצודעקן די פיס און בעט נאר שלאפן מיט אפענע פיס

בלילה כשרוצה לשתות ואין לו כובע, די במה שמכסה את ראשו בידיו, ויותר טוב להמשיך בית יד של הבגד על היד ומכסה בו (סימן ב' ס"ק י"ב)
איך האב אלץ געוואוסט אז מען ציט איבער מיטן בגד, כדי עס זאל זיין מכוסה מיט 2 כיסויים, אבער יעצט זעה איך אז דאס איז בלויז א לכתחילה.

ויבדוק נקביו בבוקר, ואין צריך רק בדיקה לבד, ואם אינו מרגיש שנצרך עתה לנקביו זה נקרא מן הדין גוף נקי (סימן ב' ס"ק י"ג)
מען מוז נישט טרינקען 15 קאוועס, און זיך שטופן. דו דארפסט פרובירן. ערגעץ אנדערש שרייבט ער, אז אפילו אויב אינמיטן דאווענען שפירט מען אז מען דארף, דארף מען נישט מפסיק זיין!! עס הייסט נאך אלץ א גוף נקי (אויב קען מען זיך איינהאלטן).
אינמיטן דאווענען איז א הלכה פסוקה אז מען דארף נישט מפסיק זיין, אבער אויב מען שאצט אז אינמיטן דאווענען וועט מען דארפן אפילו אויב יעצט דארף מען נישט, דארף מען ווארטן צו טרינקען קאוועעס (מיז נישט זיין 15 דוקא)

גם יזהר שלא יגע בשום מאכל קודם שנטל את ידיו, ואם נגע באוכל ידיחנו ג"פ (שם, ס"ק ה')
קיינמאל נישט געוואוסט אז טמא'נע עסן קען צוריק ווערן טהור!

דאכט זיך מיר אז עס איז דא חולקים

אחר נגיעת מנעליו או חופף ראשו אינו צריך למהר ליטול ידיו (אם אינו מתפלל או לומד) משום שאין בהם משום רוח רעה, משא"כ בהיוצא מביהכ"ס או ממרחץ וכדו' (שם ס"ק מ"א). ומפני זה סגי בהראשונות שיקנח ידיו בצרור או בכל מידי דמנקי, וזה אינו מועיל להעביר הרוח רעה (מחבר סעיף כ"ב).
א חילוק אין דיני טומאה בזמן הזה. איך מיין אז אויך לגבי ענטפערן אמן וכדו' איז א חילוק. אויב מ'האט בלויז אנגעכאפט די שיך איז לכאו' מותר, משא"כ אויב מ'קומט פון ביהכ"ס טאר מען נישט. ועדיין צ"ע והנראה לפענ"ד כתבתי.

לגבי ענטפערן אמן איז אפילו איינער קומט ארויס פון בית כסא, שרייבט די באטשאטשע רב און סימן פב דאכט זיך מיר אז מען קען ענטפערן אמן און איך האב נישט געזען קיין חולקים דערויף בפירוש

האיך האכילה מקיים את האדם בחיות, כי הנשמה נהנית מרוחניות המאכל והגוף נהנית מחלק הגשמי שבאוכל, ומכח זה קשורים זה בזה ע"י המאכל (סימן ו' ס"ק ו')
דאס איז נישט פון ספר "מטבע שטבעו חכמים", נאר א משנה ברורה. אינטערעסאנט פאר מיר....

עס איז א לשון הטור

אחר הטלת מים אין צריך ליטול ידיו! אלא משום נקיות אם שפשף או משום הכון (מחבר סימן ז' סעיף ב') (ובזמנינו גם משום שהלך לביהכ"ס, עיי' בספר מנהג ישראל תורה)
דאס איז געווען א חידוש נפלא פאר מיר! מען ווערט נישט טמא פון גיין קטנים, נאר אויב מען רירט אן א מקום מכוסה, אדער מען גייט אריין אין א טמא'נע פלאץ. טאמער גייט איר אין וואלד, קענט איר בלויז מאכן אן אשר יצר און גיין עסן...

המשך יבא בעז"ה.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”