ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
א דאנק פאר ביידע משיבים.
4 שווערדן פון די בר כוכבא רעוואלט
חרבות שהחביאו יהודים במרד בר כוכבא התגלו במערה
בתוך מערה קטנה ונסתרת בשמורת הטבע עין גדי גילו שלושה חוקרים ארבע חרבות במצב השתמרות יוצא דופן וגם ראש כידון. החוקרים סבורים כי מדובר בשלל של מורדים יהודים שנלקח מהצבא הרומי לפני כ-1,900 שנה. אורך להב של שלוש מהחרבות הוא כ-65-60 ס"מ, הלהב של החרב הרביעית קצר יותר.
בתוך מערה קטנה ונסתרת בשמורת הטבע עין גדי גילו שלושה חוקרים ארבע חרבות במצב השתמרות יוצא דופן וגם ראש כידון. החוקרים סבורים כי מדובר בשלל של מורדים יהודים שנלקח מהצבא הרומי לפני כ-1,900 שנה. אורך להב של שלוש מהחרבות הוא כ-65-60 ס"מ, הלהב של החרב הרביעית קצר יותר.
- אטעטשמענטס
-
- 53529 (1)-01.jpeg (68.62 KiB) געזען 13694 מאל
-
- 53527-01.jpeg (42.18 KiB) געזען 13694 מאל
-
- 53528-01.jpeg (84.28 KiB) געזען 13694 מאל
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
דער רמב"ם אליינס מאכט אן אנדער חשבון אויף שנת השמיטה אבער דר רמב"ם לייגט צו אז עס איז דא אן אנדערע מסורה פון די גאונים ממילא איז דער מסורה'דיגער יאר די ריכטיגע יאר פון שמיטהגרשון האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:39 pmאיך כאפ נישט פינקטליך וואס דו זאגסט.
איך געדענק נישט יעצט יענעם תוספות. איך געדענק אבער אז ס'איז דא א מחלוקת הראשונים ווען ס'דארף זיין שמיטה, געוואנדן וויאזוי מ'לערנט ווען ס'איז געווען דער חורבן. מיר נעמען אן ווי דער רמב"ם. זע טור ב"י אין חו"מ סי' סז.
למעשה איז עס אין חוץ לארץ אויסער שמיטת כספים נישט נוגע געווען אזוי שטארק ווי ארץ ישראל און אז ען קוקט אריין אין די פריערדיגע פוסקים האט יך גאנץ פיין געטון ווען די ריכטיגע יאר פון שמיטה איז און דער יאר שטימט טאקע נישט בפשטות לויט כמה ראשונים און למעשה נעמט מען סייווי אן ווי דער רמב"ם שרייבט אז מען נעמט אן די יאר פון די דאונים
לשון הרמב"ם פרק י' מהלכות שמיטה ויובל:
הלכה ד
נמצאת למד שהשנה שחרב בה הבית באחרונה שתחלתה מתשרי שאחר החרבן כשני חדשים שהרי מתשרי הוא המנין לשמיטים וליובלות אותה השנה מוצאי שביעית היתה ושנת ט"ו מן היובל התשיעי היתה ולפי חשבון זה שנה זו שהיא שנת אלף ומאה ושבע לחרבן שהיא שנת שמנים ושבעה ואלף וארבע מאות למנין שטרות שהיא שנת שש ושלשים ותשע מאות וארבעת אלפים ליצירה היא שנת שמיטה והיא שנת אחת ועשרים מן היובל.
הלכה ה
אבל כל הגאונים אמרו שמסורת היא בידיהם איש מפי איש שלא מנו באותן השבעים שנה שבין חרבן בית ראשון ובנין בית שני אלא שמטות בלבד בלא יובל וכן משחרב באחרונה לא מנו שנת החמשים אלא שבע שבע בלבד מתחלת שנת החרבן וכן עולה בגמרא ע"ז חשבון זה שהוא קבלה.
הלכה ו
ושנת השמטה ידועה היא ומפורסמת אצל הגאונים ואנשי א"י וכולן לא מנו אלא לשני חורבן משליכין אותן שבע שבע ולפי חשבון זה תהי שנה זו שהיא שנת שבע ומאה ואלף לחרבן מוצאי שביעית ועל זה אנו סומכין וכפי החשבון זה אנו מורין לענין מעשרות ושביעית והשמטת כספים שהקבלה והמעשה עמודים גדולים בהוראה ובהן ראוי להתלות.
דער רדב"ז רעדט ארום פון דער מחלוקת און אזוי אויך דער בעל החרדים
עניוועי צוריק צו דער ארבעט
- אטעטשמענטס
-
- חרדים
- Screenshot 2023-09-07 143849.jpg (229.1 KiB) געזען 13633 מאל
- בר כוזיבא
- שר האלף
- תגובות: 1381
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:29 pm
- לאקאציע:אויף פויזע, כזיבה וחסימה טובה!
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
האט איינער געזעהן מיין שווערד?
- המברך יתברך
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8425
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע:מאנסי נוא יארק
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
יא, רח"ל וויפיל מענטשן און אפשר גאר תנאים!! זענען גע'הרג'ט געווארן מיט דעם שווער.
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4511
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע:אין פעלד
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
שווער איז א טעות אדער דירעקט?המברך יתברך האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:50 amיא, רח"ל וויפיל מענטשן און אפשר גאר תנאים!! זענען גע'הרג'ט געווארן מיט דעם שווער.
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
- קשורה בנפשו
- שר האלף
- תגובות: 1149
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
תנאים האט ער געהרגעט מיט א שטויס.המברך יתברך האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:50 amיא, רח"ל וויפיל מענטשן און אפשר גאר תנאים!! זענען גע'הרג'ט געווארן מיט דעם שווער.
די שווערד איז געווען פאר די רומאים.
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
לפי די ארכילאגן איז רומישע שווערדן פון די צייט פון מרד בר כוכבאקשורה בנפשו האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:41 amתנאים האט ער געהרגעט מיט א שטויס.המברך יתברך האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:50 amיא, רח"ל וויפיל מענטשן און אפשר גאר תנאים!! זענען גע'הרג'ט געווארן מיט דעם שווער.
די שווערד איז געווען פאר די רומאים.
מלך בשדה..
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
לינק?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- אליעזר לאנדא
- שר האלף
- תגובות: 1855
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
Re: מגילת הנחושת - the copper scroll
בענקעל האט געשריבן: ↑ זונטאג פעברואר 19, 2017 1:54 pmמגילת הנחושת קודם החתיכה.jpg
אין 1952 איז באקאנט געווארן, אז אין די קעלער פון די נשענעל מוזיאם אין ביירוט לבנון, געפונט זיך צוויי ריזיגע מארמאור-שטיינער געקריצט מיט כתב-עברי, מיט בערך די ווערטער "זה דבר שימור הלוי עבד ד' שנת ג שלג לאדם" און עס איז איינגעקריצט די גאנצע "מסכת כלים" וואס וועט געברענגט אין "עמק המלך".
ווי איז די מקור אויף דעם? און ווי האבן זיי עס געפונען?
אז מען איז אביסל מעיין אין די מגילה זעהט מען אז דער שליסל צו די סוד פון די אוצרות איז מעגליך אין די לעצטע שורה.
"בשית שבינח בצפון כחלת פתחא צפון וקברין על פיה משנא הכתב הזה ופרושה ומשחותיהמ ופרוט כל אחד ואח{ד}"
ווייזט אויס אז עס איז דא ערגעץ נאך א מגילה באהאלטן, וואס דארט שטייט אנווייזונגען ווי צו ליינען די ערשטע מגילה.
אפשר איז דאס די שטיינער מיטן 'מסכת כלים' וואס איז א פירוש אויף דעי לוחות הנחושת?
לאמיר האפן אז די שפעקולאציעס זאלן בקרוב פארענטפערט ווערן בתוך שאר הקשיות בביאת גואל צדק ובא לציון גואל בב"א.
ולמ[לש]ינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
איינגעקריצט די מגילה אדער א פירוש אויף די מגילה ?
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכיאולוגיה: געפינסן און נייעס
שטיינערנע כלים פאבריק פון צייטן פון די
בית המקדש אנדעקט אין גליל
ארץ ישראל - דורכאויס גראב ארבעט וואס איז פארגעקומען אין די שטעטל ריינה אין די גליל געגנט צווישן נצרת און כפר כנה האבן זיך די ארבעטער אנגעשטויסן אין עטליכע גאר אלטע שטיינערנע כלים, זיי האבן גלייך אלאמירט די מדינת ישראל אנטיק אוטעריטעט וואס האבן נאכן אויפגראבן די גאנצע פלאץ אנדעקט א ריזן פאבריק פון שטיינערנע כלים. די כלים גייען צוריק מיט איבער 2000 יאר צו די צייטן פון די צווייטע בית המקדש, און לויט ווי היסטאריקער ערקלערן זענען די כלים באנוצט געווארן דורך אידן וואס האבן זיך געהאלטן בטהרה און האבן געוואלט האבן שטיינערנע כלים וואס איז נישט מקבל טומאה.בית המקדש אנדעקט אין גליל
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכיאולוגיה: געפינסן און נייעס
מיליטערישע באזע פון די רומיים גענוצט ביי
די צווייטע בית המקדש אנדעקט
די צווייטע בית המקדש אנדעקט
ארץ ישראל - דורכאויס גראב ארבעט וואס די מדינת ישראל טראנספאטאציע מיניסטעריום האט דורכגעפירט צו פארלענגערן הייוועי 66 האבן זיי אנדעקט א ריזיגע מיליטערישע באזע וואס האט געהערט צו די רוימישע ארמיי פון 1,800 יאר צוריק, עס איז געפינען געווארן אין תל מגידו נעבן די פלאץ פון דער היסטארישער כפר עותנאי וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל.
לויט ווי ארכעאלאגן זאגן איז דאס די באזע פון די זעקסטע ליגעפון די רוימישע ארמיי וואס האט אפערירט אין די באזע פון פאר די חורבן בית שני און זיך באטייליגט אין די אייננעמען פון ירושלים, שפעטער האבן זיי אונטערדריקט די אויפשטאנד פון בר כוכבא און געבליבן דארט ביז די ביזאנטן האבן זיין פארטריבן.
- אנגעשאשקעטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 598
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am
Re: ארכיאולוגיה: געפינסן און נייעס
ביזאנטן און רוימער זענען די זעלבע זאך... נאר נאכן צוטיילן זייער אימפריה אין צוויי (מזרח און מערב) רופט מען אן די מזרח חלק די ביזאנטןפאנטאזיע פליער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 5:11 pm..... שפעטער האבן זיי אונטערדריקט די אויפשטאנד פון בר כוכבא און געבליבן דארט ביז די ביזאנטן האבן זיין פארטריבן.
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
די ביזאנטן זענען נישט געווען קיין רוימער זינט די מזרח חלקים פון די אימפעריע זענען געווען באזעצט פון פארשידנארטיגע נישט-רוימישע פעלקער וואס זענען בעפאר געווען אונטערטעניגט די רוימער.
סאו די רוימישע סאלדאטן זענען דארט געווען ביז די ביזאנטן האבן זיי פארטריבן
סאו די רוימישע סאלדאטן זענען דארט געווען ביז די ביזאנטן האבן זיי פארטריבן
Clever code does not necessarily create clever Software
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכיאולוגיה: געפינסן און נייעס
שטיינערע קעסטל
פון זמן הבית געטראפן אין עיר דוד
פון זמן הבית געטראפן אין עיר דוד
ירושלים - ארכעאלאגן וואס פירן דורך גראב ארבעט אין עיר דוד ארום די מויערן פון ירושלים אויף דער פלאץ וואס פלעגט זיין אויסגעטרעטן צווישן די שילוח קוואל און הר הבית האבן לעצטנס אנדעקט א אינטערעסאנטע סארט קעסטל געמאכט פון שטיין, דער קעסטל וואס פארמאגט 9 קליינע לעכער איז געשאצט געווארן צו זיין בערך 2,000 יאר אלט און גייט צוריק צו זמן בית שני.
צוויי אינטערסאנטע זאכן וואס מען געפינט אויפן קעסטל, איינס אז עס איז געמאכט געווארן פון ערד צוליב די שומרי טהרה וואס האבן זיך געפינען אין ירושלים אין יענע תקופה, ווי אויך אז זי איז פארברענט פון די זייטן וואס איז מערסט זיכער אדורך די שריפה פון ירושלים בזמן החורבן.
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
באלאטעס פון די צייטן פון די יוונים געפינען אין עיר דוד
ירושלים - ארכעאלאגן וואס ארבעטן צו פרעזערווירן א גרויסע היסטארישע ארט אין עיר דוד וואס פארמאגט צענדליגע הייזער האבן אנטדעקט א זאך וואס היסטאריקער זוכן שוין לאנג עדות דערצו. זיי האבן געטראפן שטיינערנע באלאטעס וואס זענען גענוצט געווארן צו בויען א דאך, וואס לויט היסטאריקער איז דאס געווען א גריכישע ערפינדונג און איז צום ערשט געברענגט געווארן קיין ארץ ישראל דורך דער קעניג אנטיוכס דער פערטער וואס איז געווען דער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט די חשמונאים.
אסאך היסטאריקער האלטן אז די גאנצע קאמפלעקס וואס די ארכעאלאגן ארבעטן דערויף אין עיר דוד איז די באקאנטע ׳אקרא׳ פעסטונג וואס די יוונים האבן אנגעהאלטן אפילו נאך וואס די חשמונאים האבן איינגענומען ירושלים, יעצט אז מען האט געטראפן דארט באווייזן אז די יוונים האבן דאס געבויט איז דאס נאך מער זיכער.
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
מטבע מיט די נאמען פון דער
תנא רבי אלעזר המודעי
געפינען אין מדבר יהודה
תנא רבי אלעזר המודעי
געפינען אין מדבר יהודה
ארץ ישראל - ארכעאלאגן וואס פירן דורך גראב ארבעט אין מדבר יהודה צו געפינען היסטארישע אביעקטן האבן אין די לעצטע צייט געפינען עטליכע אלטע מטבעות וואס איינס פון זיי טראגט אויף זיך די נאמען אלעזר הכהן און די ווערטער דאס ערשטע יאר פון איבערנעמען ארץ ישראל.
היסטאריקער גלייבן אז דאס איז א מטבע פון די ערשטע יאר פון די בר כוכבא אויפשטאנד קעגן אדריאנוס קייזער פאר נאנט צו 1,900 יאר צוריק און דער אלעזר הכהן איז דער תנא רבי אלעזר המודעי וואס האט אין יענע צייט געוואוינט אין די שטאט ביתר ווי די מורדים האבן זיך באזעצט און איז געווען דער פירער פון די אידן דארט, און דערפאר האט מען געלייגט זיין נאמען אויף די מטבעות.
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5363
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס מען טרעפט די מטבעות, עס איז דא וואס זאגן אז פון אנפאנג האט בר כוזיבא ממנה געווען רבי אלעזר המודעי (י"א אז ער איז געווען זיין שווער) פאר א כהן גדול אין די בית המקדש וואס ער האט געוואלט אויפשטעלן
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
גאר היסטארישע רוימישע שווערדן און נאך חפצים אנטדעקט
אין א מערה נעבן עין גדי
אין א מערה נעבן עין גדי
מדבר יהודה - א צייט צוריק זענען מדינת ישראל פארשער אריין אין א הייל אין מדבר יהודה ביים עין גדי רעזערוו, מיטן ציל אפצוכאפן שיינע בילדער פון אור אלטע שריפטן אויף אירע ווענט, בשעת מעשה האט איינער פון די גרופע באמערקט אן אור אלטע רומישע סארט שפיז אין א ממש אומזעהבארע קנייטש אין די שטיינער.
דאס האט געברענגט מען זאל דורכפירן א גאר גרונטליכע איבערזיכט אויפן גאנצן היילן ווי מען האט געפונען פיר רוימישע סטיל שווערדן גאר גוט פרעזערווירט מיט שיינע אויסגעשניצטע הענטלעך און דריי פון זיי האבן נאך געהאט זייערע האלצערנע שיידלעך, ווי אויך האט מען געטראפן לעדערנע סחורה וועלכע האט מן הסתם געדינט זיך ארומצובינדען דערמיט.
באזונדער האט מען דארט געטראפן שטיקלעך כלים וועלכע מען גלייבט זענען פון נאך פילע פריער, און א מטבע פון די מרד בר ככובא תקופה.
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
באהעלטעניש בונקער
פון די צייטן פון בר כוכבא
געפינען אין גליל
פון די צייטן פון בר כוכבא
געפינען אין גליל
גליל - ארכעאלאגן וואס פירן דורך גראב ארבעט נעבן די היסטארישער שטעטל חוקוק האבן אין די לעצטע צייט אפגעפינען א גרויסע באהעלטעניש בונקער אין די בערג ארום די שטאט וואס גייט צוריק צו די צייטן וואס די רומיים האבן געוועלטיגט איבער די אידן פון ארץ ישראל.
די בונקער וואס פארמאגט 8 גרויסע צימערן איז גענוצט געווארן דורך אידן וואס האבן זיך באהאלטן דארט אין די צייט פון די ערשטע אויפשטאנד קעגן די רומיים און אויך מעגליך ביי די אויפשטאנד פון בר כוכבא, עס זענען געפינען געווארן אין די באהעלטעניש צייכענעס פון מענטשליכע לעבן, און איינע פון די עפענונגען ציט זיך ארויס צו א מקוה.
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
1,500 יעריגע לאמפ
געפינען אין די מדבר נגב דורך שפאצירער
געפינען אין די מדבר נגב דורך שפאצירער
מעלה עקרבים - דער 16 יעריגער יהונתן פרענקל איז געפארן מיט זיין קלאס פון שולע אויף א שפאציר אין די מדבר נגב ווי עס געפינט זיך די חורבות פון די אלטע היסטארישע צפיר פעסטונג
ביים זיך אפרועהן האט ער האט אויפגעהויבן שטיינער און זיך אנגעשטויסן אין א אלטע ליימענע לאמפ
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז סוף צייטן פון די אמוראים געווען גאלד און קופער מינעס אין יענעם געגנט
און די רוימישע מלוכה האט געשטעלט וועכטער אין ספעציעלע וואך פונקטן צו היטן די טראנספארטאציע פון די טייערע מאטריאל,
וויירשיינליך קומט די לאמפ פון אזא וואך פונקט ווי רוימישע זעלנער האבן זיך אויפגעהאלטן,
היסטאריקער מערקן אהן אז שוין פאר 90 יאר צוריק האט דער רעפארמער ראביי און ארכעאלאג נעלסאן גליק אויך געטראפן אזא ענליכע לאמפ אין די זעלבע געגנט.
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
גראבונגען אין ירושלים דעקט אויף
טייל פונעם אמת המים
טייל פונעם אמת המים
ירושלים - גראבונגען ארום ירושלים האבן אויפגעדעקט ארום טויזנט פיס פון די אור אלטע אמת המים
וועלכע האט געברענגט וואסער פאר די איינוואוינער פון ירושלים בזמן בית שני, און אויך פאר די רוימיים נאכדעם.
ווי אויך האט מען דארט געטראפן פארשידענע היסטארישע מטבעות,
איינס וועלכע גייט צוריק צום צווייטע יאר פונעם 'מרד הגדול'
וועלכע איז פארגעקומען הארט פארן חורבן, באלד צוויי טויזנט יאר צוריק.
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3719
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
היסטארישער שוהל אויפגעדעקט
אין אלטער קירכע אין שפאניע
אין אלטער קירכע אין שפאניע
שפאניע - דורכאויס ארבעט צו איבערבויען א אלטע קירכע פון איבער 600 יאר אלט אין די שטאט סעווילא
האבן ארבעטער אנדעקט אונטער די ערד יסודות פון א אלטע ארון הקודש ביים מזרח וואנט פון די קירכע.
די רעדע איז פון די סאנטא מאריא לא בלאנקא קירכע וואס איז געבויט געווארן פאר נאנט צו 1,000 יאר צוריק אלס א מוסולמענער מעטשעט, דערנאך איז דער מעטשעט איבערגענומען געווארן דורך אידן וואס האבן עס פארוואנדלט פאר א ביהמ"ד.
אין יאר 1391 ווען די קריסטן האבן פארטריבן די אידן פון שטאט האבן זיי איבערגענומען דעם שוהל און דאס פארוואנדלט אין א קירכע
ווי דורכאויס די יארן איז די אידישע היסטאריע פונעם געביידע איבערגעדעקט געווארן מיט שמייליגע מאלערייען און אצינד איז אויפגעדעקט געווארן דער ארט וואו דער ארון הקודש פלעגט זיין ווען עס איז געווען א שוהל.
צו פארן פון די שטאט סעווילא צו קורדובא מיט א פערד געדוירט בערך 7 שעה.