Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
אין דער שטאטא שביליה אין שפאניע האבן געוואוינט גרויסע מקובלים בזמן הראשוניםפאנטאזיע פליער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:04 pmהיסטארישער שוהל אויפגעדעקט
אין אלטער קירכע אין שפאניע
נאנט צו 1,000 יאר צוריק.jpg
שפאניע - דורכאויס ארבעט צו איבערבויען א אלטע קירכע פון איבער 600 יאר אלט אין די שטאט סעווילא
האבן ארבעטער אנדעקט אונטער די ערד יסודות פון א אלטע ארון הקודש ביים מזרח וואנט פון די קירכע.
די רעדע איז פון די סאנטא מאריא לא בלאנקא קירכע וואס איז געבויט געווארן פאר נאנט צו 1,000 יאר צוריק אלס א מוסולמענער מעטשעט, דערנאך איז דער מעטשעט איבערגענומען געווארן דורך אידן וואס האבן עס פארוואנדלט פאר א ביהמ"ד.
אין יאר 1391 ווען די קריסטן האבן פארטריבן די אידן פון שטאט האבן זיי איבערגענומען דעם שוהל און דאס פארוואנדלט אין א קירכע
ווי דורכאויס די יארן איז די אידישע היסטאריע פונעם געביידע איבערגעדעקט געווארן מיט שמייליגע מאלערייען און אצינד איז אויפגעדעקט געווארן דער ארט וואו דער ארון הקודש פלעגט זיין ווען עס איז געווען א שוהל.
צו פארן פון די שטאט סעווילא צו קורדובא מיט א פערד געדוירט בערך 7 שעה.