ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:04 pm
היסטארישער שוהל אויפגעדעקט
אין אלטער קירכע אין שפאניע


נאנט צו 1,000 יאר צוריק.jpg


שפאניע - דורכאויס ארבעט צו איבערבויען א אלטע קירכע פון איבער 600 יאר אלט אין די שטאט סעווילא

האבן ארבעטער אנדעקט אונטער די ערד יסודות פון א אלטע ארון הקודש ביים מזרח וואנט פון די קירכע.

די רעדע איז פון די סאנטא מאריא לא בלאנקא קירכע וואס איז געבויט געווארן פאר נאנט צו 1,000 יאר צוריק אלס א מוסולמענער מעטשעט, דערנאך איז דער מעטשעט איבערגענומען געווארן דורך אידן וואס האבן עס פארוואנדלט פאר א ביהמ"ד.

אין יאר 1391 ווען די קריסטן האבן פארטריבן די אידן פון שטאט האבן זיי איבערגענומען דעם שוהל און דאס פארוואנדלט אין א קירכע

ווי דורכאויס די יארן איז די אידישע היסטאריע פונעם געביידע איבערגעדעקט געווארן מיט שמייליגע מאלערייען און אצינד איז אויפגעדעקט געווארן דער ארט וואו דער ארון הקודש פלעגט זיין ווען עס איז געווען א שוהל.

צו פארן פון די שטאט סעווילא צו קורדובא מיט א פערד געדוירט בערך 7 שעה.
אין דער שטאטא שביליה אין שפאניע האבן געוואוינט גרויסע מקובלים בזמן הראשונים
ולמ[לש]ינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

Jhon האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:35 pm
פאנטאזיע פליער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:04 pm
שפאניע - די שטאט סעווילא
seville-map-location-find-city-on-map-of-spain-vector-illustration-2BWF38X.jpg
seville-map-location-find-city-on-map-of-spain-vector-illustration-2BWF38X.jpg (125.03 KiB) געזען 2080 מאל
אין דער שטאט שביליה אין שפאניע האבן געוואוינט גרויסע מקובלים בזמן הראשונים
ביטע, עפעס א מראה מקום?
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

טויזנטער אידישע חפצים
געפונען אין אונטערערדישע בונקער
אין ווארשע

גרויסע בונקער פירער מרדכי אנילעוויטש.jpg
גרויסע בונקער פירער מרדכי אנילעוויטש.jpg (266.33 KiB) געזען 1876 מאל

פוילן - איבער 5,000 חפצים פון אידן זענען אנדעקט געווארן דורכאויס גראב ארבעט אין די קעלערן פון הייזער אנגעפירט דורך די קולטור מיניסטעריום אויף די מארנאווסקא גאס ,

די בונקערס וואס זענען באנוצט געווארן דורך אידישע איינוואוינער ביים צווייטן וועלט קריג זענען געווען פארבינדן אונטערערדיש צו די גרויסע בונקער פון דער פירער פון די אידישע אונטערגרונט מרדכי אנילעוויטש אויף די מילא גאס .

צווישן די חפצים וואס זענען געפונען געווארן זענען ספרים, לייכטער, נטילת ידים טעפלעך, און נאך, די חפצים זענען אריבערגעפירט געווארן צו די ווארשעווער האלאקאוסט מאזעאום

און די פוילישע רעגירונג האט פלענער צו פרעזערווירן די פריש אנדעקטע בונקערס.

Mordechai Anielewicz (1).jpg
Mordechai Anielewicz (1).jpg (2.37 KiB) געזען 1751 מאל
מדינה ה' בטל אביב (1).jpg
מדינה ה' בטל אביב (1).jpg (25.46 KiB) געזען 1751 מאל
לעצט פארראכטן דורך פאנטאזיע פליער אום מאנטאג מאי 27, 2024 6:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 5:41 pm
טויזנטער אידישע חפצים
געפונען אין אונטערערדישע בונקער
אין ווארשע


גרויסע בונקער פירער מרדכי אנילעוויטש.jpg


פוילן - איבער 5,000 חפצים פון אידן זענען אנדעקט געווארן דורכאויס גראב ארבעט אין די קעלערן פון הייזער אנגעפירט דורך די קולטור מיניסטעריום אויף די מארנאווסקא גאס דא? ,

די בונקערס וואס זענען באנוצט געווארן דורך אידישע איינוואוינער ביים צווייטן וועלט קריג זענען געווען פארבינדן אונטערערדיש צו די גרויסע בונקער פון דער פירער פון די אידישע אונטערגרונט מרדכי אנילעוויטשאויף די מילא גאס דא? .

צווישן די חפצים וואס זענען געפונען געווארן זענען ספרים, לייכטער, נטילת ידים טעפלעך, און נאך, די חפצים זענען אריבערגעפירט געווארן צו די ווארשעווער האלאקאוסט מאזעאום

און די פוילישע רעגירונג האט פלענער צו פרעזערווירן די פריש אנדעקטע בונקערס.
viewtopic.php?p=5119170#p5119170
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ווי איך פארשטיי איז מען יעצט בסך הכל דן וויאזוי מען זאל פרעזעווירען די פלאץ.

געטראפן האט מען דאס עטליכע יאר צוריק.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

הארזים האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 5:54 pm
ווי איך פארשטיי איז מען יעצט בסך הכל דן וויאזוי מען זאל פרעזעווירען די פלאץ.

געטראפן האט מען דאס עטליכע יאר צוריק.
פדף פון מער אינפארמאציע קרעדיט: הארזים

Internet Archaeology -66.pdf
(369.04 KiB) געווארן דאונלאודעד 30 מאל
Gallery of Images (1).pdf
(377.87 KiB) געווארן דאונלאודעד 37 מאל
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:45 pm
Jhon האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:35 pm
פאנטאזיע פליער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:04 pm
שפאניע - די שטאט סעווילא

seville-map-location-find-city-on-map-of-spain-vector-illustration-2BWF38X.jpg
אין דער שטאט שביליה אין שפאניע האבן געוואוינט גרויסע מקובלים בזמן הראשונים
ביטע, עפעס א מראה מקום?
איך האב געטראכט פון רבי יעקב הכהן און רבי יצחק הכהן אחים מחברים פונעם ספר האורה, ועוד

אבער איך זעה מען רופט אים רבי יעקב משגביה(Segovia), אין ספר בדי הארון פון רבי שם טוב בעל מגדול עוז, שרייבט ער זיי זענען מעיר שוריאשגם היא ארץ מולדתי וקרובה משפחתם למשפחתי, מתו בלא בנים זכרים והניחו יתרם ומעלת חכמתם ביד תלמידם החכם ר' משה ז"ל בן שמעון מעיר ברגש

סוי כ'האב מיר פארטוישט שבליה מיט שגביה

אבער אויף וויקיפדיה ברענגען זיי א גאנצע רייע מיט גדולים ראשונים וואס זענען באוויסט

באמצע המאה ה-14 התקיימה בעיר קהילה יהודית משגשגת. בין האישים היהודיים שישבו בה, במרוצת הדורות, היו בני משפחות אברבנאל ואבן תבון. קודם לכן ישבו שם אבון בן שרדא, המשורר יהודה אבן בלעם, ר' יוסף אבן מיגאש, הריטב"א, ר' משה הלוי אבולעפיא ששימש רופא למלך סיביליה, המשורר יהודה שמואל עבאס, ר' דוד אבודרהם, ר' יהודה אלשקר, ר' דוד בן שלמה אבן יעיש, דון משה בן סעדיה פיגה ור' יהודה אבן וירגה, מחבר "שבט יהודה".

בשנת 1341 חוקקו נגד היהודים חוקים רבים: אחד החוקים היה כי רוצח יהודי חייב רק בעונש כספי. הכומר פראן מרטינז הסית נגד היהודים ללא הרף ודרש בפומבי להרוג את היהודים. ההמון נשמע לו ובראש חודש תמוז שנת קנ"א (6 יוני 1391) פשט המון מוסת על בתי הג'ודריה. פרעות קנ"א נערכו ביהודי העיר ובמהלכן נהרגו כארבעת אלפים יהודים, והנשארים המירו את דתם. בין הנהרגים היה ר' יצחק בן שושן. מקצתם התאבדו, על קדוש השם, ביניהם ר' יהודה בן אשר, הוא, אשתו וחמותו, אשת ר' יעקב בן הרא"ש.

רבי חסדאי קרשקש שחי בזמן הגזרה איבד בה את בנו, וכך כתב על התקופה: "יום ר"ח תמוז קנ"א המר והנמהר, דרך ה' קשתות האויב על קהילת סבילייא רבתי עם, שהיו בה כמו שישה או שבעה אלפים בעלי בתים. והציתו באש שעריה והרגו בה עם רב, אך רובם המירו. ומהם מכרו לישמעלים מהטף ומהנשים. והיו מסילות היהודים יושבים בדד, ורבים מתו על קדושת השם, ורבים חללו ברית קודש".[28]

בשנת 2023 נתגלו בקרבת סביליה שרידי בית כנסת מהמאה הארבע עשרה.[29]
ולמ[לש]ינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די נאמען פונעם ריטב"א איז טאקע אלאשבילי על שם שבילי (סביליא/סעווילע)
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

אין אנדערע ווערטער האסטו דא רבי יוסף אבן מיגאש וואס איז געווען די רבי פונעם רמב"ם, סוי די רמב"ם האט זיך מן הסתם געדרייט דא פאר ער איז געגאנגען צו קארדובה, שפעטער די משפחה פונעם רא"ש, דער ריטב"א א תלמיד פונעם רשב"א, דערנאך דער הייליגער אבודרהם, און דערנאך דער מחבר פונעם וואונדערליכן ספר שבט יהודה. און די הייליגע אברבנאל משפחה, די אלע האבן געקענט האבן געדאווענט אין דעם ביהמ"ד
ולמ[לש]ינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

׳הורדוס קווארטל׳ צוריק געעפנט
נאך רענעוואציעס פון 18 מיליאן שקל

צו קענען עסן קדשים בטהרה.jpg
צו קענען עסן קדשים בטהרה.jpg (274.54 KiB) געזען 1104 מאל
wohl archaeological museum.jpg
wohl archaeological museum.jpg (206.24 KiB) געזען 1074 מאל

ירושלים - אין די טעג איז צוריק געעפנט געווארן דער היסטארישער ארכעאלאגישער ׳הורדוס קווארטל׳

אונטער די הייזער אין אלט שטאט ירושלים אויפן מערב זייט פון הר הבית,

דער פלאץ איז געווען פארשלאסן פאר דריי יאר ווען אין די צייט איז אריינגעגאסן געווארן נאך 18 מיליאן שקל צו אויפגראבן נאך היסטארישע סטרוקטורן און אהערשטעלן נויטיגע איינריכטונגען פאר טוריסטן.

דער קווארטל איז אויף די ארט וואו די רייכע אידן פון ירושלים האבן געוואוינט אין די צייטן פון הורדוס המלך ביים צווייטן בית המקדש,

און אין די הייזער וועלכע איז טויזנטער יארן אלט ווערט געזען די כלים און מקוואות וואס די אידן שומרי הטהרה האבן פארמאגט ביי זיך אינדערהיים צו קענען עסן קדשים בטהרה.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

מאונט-ווערנאן, ווירזשיניע

ארכיאלאגן האבן געפונען אין די היסטארישע דזשארדזש וואשינגטאן עסטעיט, מאונט ווערנאן - אן אוצר פון עטליכע 30 פלעשער טיף באגראבן, אין עלטער פון קרוב צו 300 יאר. - עלטער פון די אמעריקאנער רעוואלוציע.

די פלעשער האבן אנטהאלטן טשערריס, גראסבערריס, און אנדערע טרוקענע פרוכט.

ס׳ווערט נישט דערמאנט צי מ׳קען נאך עסן די געטרוקנטע מאכלים.
די אלטע פלעשער
די אלטע פלעשער
IMG_6615.jpeg (94.31 KiB) געזען 870 מאל
וועלכע ברכה מאכט מען אויף דעם?
וועלכע ברכה מאכט מען אויף דעם?
IMG_6617.jpeg (42.74 KiB) געזען 870 מאל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

קיסריה האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:59 am
מאונט-ווערנאן, ווירזשיניע

ארכיאלאגן האבן געפונען אין די היסטארישע דזשארדזש וואשינגטאן עסטעיט, מאונט ווערנאן - אן אוצר פון עטליכע 30 פלעשער טיף באגראבן, אין עלטער פון קרוב צו 300 יאר. - עלטער פון די אמעריקאנער רעוואלוציע.

די פלעשער האבן אנטהאלטן טשערריס, גראסבערריס, און אנדערע טרוקענע פרוכט.

ס׳ווערט נישט דערמאנט צי מ׳קען נאך עסן די געטרוקנטע מאכלים.

IMG_6615.jpeg

IMG_6617.jpeg
אטעטשמענטס
ווערנאן.jpg
ווערנאן.jpg (384.99 KiB) געזען 791 מאל
recoveredcherriesandpits_copy_2793x3724.jpg
recoveredcherriesandpits_copy_2793x3724.jpg (391.04 KiB) געזען 791 מאל
cherriesinbottle_copy_2480x3306.jpg
cherriesinbottle_copy_2480x3306.jpg (390.46 KiB) געזען 791 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

viewtopic.php?t=69674

מען קען עס ווען אהערשמעלצן
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ישראל_הלוי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:17 pm
ארכיעלאגן אין קארמאנא, שפאניע האבן אנטדעקט א 2000 יאר אלטע וויין, מאכנדיג עס די עלטסטע וויין וואס מען האט נאר אמאל געפונען.

די וויין איז געווען באהאלטן ביי א משפחה אין א ארון אין א רוימישע משפחה קבורה פלאץ פון די ערשטע יאר הונדערט. עס איז ווינדערליך אפגעהיטן געווארן ווייל די קאסטן איז געווען הערמעטיש פארמאכט אנע טראפקעלע לופט, ווי אויך איז די יומידיטי און די טעמעראטור אינעם קאסטן געבליבן כסדר די זעלבע.

סייענטיסטן האבן זיך באנוצט מיט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו באשטעטיגן זיין אויטענטיטעט. כאטש וואס די וויין איז נישט מער טרונקבאר איז עס א באדייטנדע געפונס ווייל עס גיבט א בליק אין די אלטע מעטאדן און טראדיציעס פון מאכן וויין. דער אינטערעסאנטע געפונס גיבט א בליק אין די קולטור און מנהגים פון די אלטע ציוויליזאציעס, וואס מאכט עס פאר א ווערטפולע ארכיעלאגישע אויפדעקונג.
דאס איז א ווייסע וויין.

די קבורה הייל האט מען שוין אנדעקט עטליכע יאר צוריק, היצט האט מען אידענטעפיצירט אז דאס איז א וויין און אז עס א ווייסע וויין, כנלפע"ד.
אטעטשמענטס
1600.jpg
1600.jpg (26.27 KiB) געזען 441 מאל
vino-mas-antiguo-mundo.jpg
vino-mas-antiguo-mundo.jpg (184.4 KiB) געזען 441 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די אריינגאנג צום הייל און די געפיסען.
אטעטשמענטס
1693.jpg
1693.jpg (36.86 KiB) געזען 439 מאל
2756 (1).jpg
2756 (1).jpg (31.77 KiB) געזען 439 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4504
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

פון אמעריקע האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 1:38 pm
viewtopic.php?p=5180092#p5180092
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”