צדוק גרינוואלד - "ברידער"

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

צדוק גרינוואלד - "ברידער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אין די טעג קומט ארויס די נייע אלבום פון דעם חזן און זינגער צדוק גרינוואלד.

פאר מאנכע איז ער שוין באקאנט. צדוק וואוינט אין ארץ ישראל און ער האט א געוואלדיגער שטומע. אונטערסאנט איבער אים איז אז ער איז א ריכטיגער חזן אבער צו די זעלבער צייט אויך א זינגער. ס'הייסט ער זינגט גאר גוט לעבעדיגע און שטייטע ניגונים. ער איז יעצט ארויסגעקומן מיט זיין ערשטע אלבום. פרעזענטירט דורך דער קאמפאוזער יוסי גרין, וועלעכע ס'רוב פון די ניגונים זענען קאמפאזירט דורך אים און אראנדזשירט דורך דעם אלעמען באקאנטן משה מרדכי (מונה) ראזענבלוים. וועלעכע האט אויך קאמפאזירט געוויסע ניגונים.

די סידי טראגט די נאמען "אחים - Brothers - ברידער". אלזא קענט איר עס אנריפן אין וועלעכען שפראך עס שמעקט אייך דאס בעסטע.

נאדער זיין וועב זייטל.
http://www.tzudik.com/

צו הערן אויסצוגן און איינקויפן דעם סידי גייט דא:
http://galpazmusic.com/tzudik-brothers
אטעטשמענטס
צודיק קאווער.jpg
tzudik_-_brothers 2.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אינעם וועבסייט האט ער זיכער אריינגעלייגט א שיינעם ארבעט,
אפאר ניגונים קען מען דארט דאונלאודן מודים
אנא עבדא
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דאס זענען סינגעל'ס וואס ער האט שוין ארויסגעגבן פון פאראויס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

די חזנות וואס מ'הערט פאר "גדלו" איז ער?
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

leiby האט געשריבן: די חזנות וואס מ'הערט פאר "גדלו" איז ער?

וואדען?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עפעס שטימט נישט, "יוסי גרין" קאמפאזירט פאר א חזן??

א חזן באדייט אז ער קאמפאזירט "אן די פליי", דרייט ארום און פילט אריין זיינע געשמאקע חזנות.

סליחה אם אני טועה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

רוב חזנים האבן געהאט קאפאזיטירער [פארשטייט זיך יעדער לויט זיין שניט].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שוטה האט געשריבן: רוב חזנים האבן געהאט קאפאזיטירער [פארשטייט זיך יעדער לויט זיין שניט].

איך וואלט געזאגט אז פילע חזנים האבן געהאט קאמפאזיטארן, אבער רוב זיינען גיווען אמת׳ע מוזיקאנטן און האבן געשריבןן זייער אייגענע מוזיק.

יאסעלע - אליינס. קאצוביצקי/ס - אנדערע, רויטמאן - אליינס, הערשמאן - אנדערע, קווארטין - אליינס. גנטשוף - רוב אליינס. פינטשיק - בעיקר אליינס (כקען אויך די לעגענדע איבער רזא דשבת...), לייבעלע וואלדמאן - אנדער. לייבעלע גלאנץ (כמיין) אליינס.

ועוד.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע:צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שוועמל האט געשריבן: עפעס שטימט נישט, "יוסי גרין" קאמפאזירט פאר א חזן??

א חזן באדייט אז ער קאמפאזירט "אן די פליי", דרייט ארום און פילט אריין זיינע געשמאקע חזנות.

סליחה אם אני טועה.

כ'מיין אז פארקערט מגעהט איהם א ניגון און די חזן לייגט צו זיינע גוטע שטיקלעך...סליחה אם אני טועה.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

מכטי1 האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: עפעס שטימט נישט, "יוסי גרין" קאמפאזירט פאר א חזן??

א חזן באדייט אז ער קאמפאזירט "אן די פליי", דרייט ארום און פילט אריין זיינע געשמאקע חזנות.

סליחה אם אני טועה.

כ'מיין אז פארקערט מגעהט איהם א ניגון און די חזן לייגט צו זיינע גוטע שטיקלעך...סליחה אם אני טועה.


לעצטענס דא א נייע ניגון וואס יוסי קומפאזירט פאר חזן העלפגאד................ סליחה אם אני טועה........
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

בבקשה לכל הטועים, מחכים שתלמדו בינה ותבקשו סליחה מאת הבורא ויהא שלום...
...
להבהרת הענין:
א גוטער חזן, איז א גוטער חזן. אפגעזען צי ער איז א קאמפאזיטאר צי נישט. וואס דען, אזוי ווי די חזנים פון אמאל האבן אין צוגאב צום גארגל זייערער, באזיצט זעלטענע מוזיקאלישע טאלאנטן, האבן די שעפערישע צווישן זיי, קאמפאזירט די אייגענע שטיקלעך.

א מעלה נוספת האט געהאט דער חזן ומלחין, אז אן אייגענער ניגון זינגט זיך אנדערש, און מבינים דערקענען דאס געווענליך. דוגמה: הערט וויפיל בעסער ראטמאן זינגט דעם זיין שטיקל ׳רחל מבכה על בניה׳ ווי יאסעלע, כאטש כ״ע מודו אז ראטמאן קומט נישט צו יאסעלעס פאדעשוועס.

....
צורי צו צודיק
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

א סעקונדע, בעפאר דו גייסט צורי צו צודיק...


שטארק זיך האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן: רוב חזנים האבן געהאט קאפאזיטירער [פארשטייט זיך יעדער לויט זיין שניט].

איך וואלט געזאגט אז פילע חזנים האבן געהאט קאמפאזיטארן, אבער רוב זיינען גיווען אמת׳ע מוזיקאנטן און האבן געשריבןן זייער אייגענע מוזיק.

יאסעלע - אליינס. קאצוביצקי/ס - אנדערע, רויטמאן - אליינס, הערשמאן - אנדערע, קווארטין - אליינס. גנטשוף - רוב אליינס. פינטשיק - בעיקר אליינס (כקען אויך די לעגענדע איבער רזא דשבת...), לייבעלע וואלדמאן - אנדער. לייבעלע גלאנץ (כמיין)אליינס.

ועוד.



לייבעלע גלאנץ (זיכער)אליינס. (אגב, ווער איז געווען דער קאמפאזיטאר פאר לייבעלע וואלדמאן?).




בד"א, ווי אזוי ער לייגט אויס זיין נאמען אויפן אלבאם, דערמאנט פון די באקאנטע מעשה ביים צאנזער רב ז"ל. ואכמ"ל.
אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארסי(פערד) »

איך האב יעצט געקויפט די סידי!
איז אזוי יוסי גרין האט געמאכט 7 נגינים ני ווי שלעכט קען עס שוין זיין
די מאזיק איז זייער רייך
ער האט א שיינע קויל
גיט פאר חזנות אין פאר גהעריגע נגינים אויך
(פין די ערשטע מאל הערן זעט עס אויס ווי א שיינע סידי)
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3372
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איז די גאנצע סידי מונה'ס ארבעט?
הנותן לשכוי בינה...
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שטארק זיך האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן: רוב חזנים האבן געהאט קאפאזיטירער [פארשטייט זיך יעדער לויט זיין שניט].

איך וואלט געזאגט אז פילע חזנים האבן געהאט קאמפאזיטארן, אבער רוב זיינען גיווען אמת׳ע מוזיקאנטן און האבן געשריבןן זייער אייגענע מוזיק.

יאסעלע - אליינס. קאצוביצקי/ס - אנדערע, רויטמאן - אליינס, הערשמאן - אנדערע, קווארטין - אליינס. גנטשוף - רוב אליינס. פינטשיק - בעיקר אליינס (כקען אויך די לעגענדע איבער רזא דשבת...), לייבעלע וואלדמאן - אנדער. לייבעלע גלאנץ (כמיין) אליינס.

ועוד.

דו וואלסט געקענט שרייבן פיל גראדער: אלע פריערדיגע גרויסע חזנים (אויסער הערשמאן) זענען געווען קאמפאוזערס.

און כ'וועל דיר זאגן נאכמער, זייער אסאך פריערדיגע חזנים זענען געווען חזנים בעיקר צוליב זייערע גוטע קאמפאזישנס און נישט צוליב זייערע שטימעס. איך וועל דיר געבן צוויי דוגמאות, ניסי בעלזער און זיידל ראוונער. וואס זיי ביידע האבן טאקע נישט פארמאגט עפעס גאר ספעציעלע שטימעס אבער זייערע קאמפאזיציעס זענען געווען צום באלעקן זיך. און "דאס" האט זיי בארימט געמאכט.

דער ערשטער גרויסער חזן וואס האט אנגעהויבן צו זינגען אן אנדערען'ס שטיקלעך איז געווען "משה קאסעוויצקי", וואס ער האט "דורכגעבראכן" די זאך.
איינע פון די סיבות פארוואס ער האט דאס געטוהן, לאזט זיך זאגן אז דאס איז געווען צוליב די גרויסע פאפולערקייט און בארימטקייט פון יאסעלע וואס צוליב דעם האט ער ממש געמוזט זינגען עטליכע "יאסעלע שטיקלעך" ווי "עד הנה", "רחם נא" און נאך. (וואס וויפל מ'זאל עס פרובירן צו פארלייקענען און פארווישן, איז יאסעלע געווען - און איז נאכאלץ - דער "פאפולערסטער חזן" עווער. כאטש ער איז למעשה טאקע נישט דער "גרעסטער" חזן [לדוגמא: הער א שטיקל פון "סיראטא"]).

איך האב נאך אסאך צו זאגן, אבער כ'וויל נישט מער פארדרייען די נושא אין דעם אשכול. ועוד חזון.
אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארסי(פערד) »

תרנגול האט געשריבן: איז די גאנצע סידי מונה'ס ארבעט?

נאר איין ניגון איז פין מונה
צוויי נגינים איז פין משה לויפער
אין די איבריגע איז פין שויע פריד
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

צאדיק!
כהאב נאך קיינמאל נישט געהערט זיין נאמען
אבער די CD הער איך יעצט צום 2טן מאל, און... עס איז זייער געשמאק! סאיזס דא אסאך פיינע ניגונים
(ער זינגט ענדליך צו שלמה שמחה, נאר אביסל א דינער'ער שטומע)
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3372
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איך ווארט אויף א פולע דעטאלירטע ריוויא!!
הנותן לשכוי בינה...
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע:אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

אויף שלאגר איז בילדער מיט ווידיאוס פין זיין אינטערוויו ביי רדיו קול חי
http://www.shlager.net/article/3426/ מוזיקה/shlager/צודיק-ברדיו-קול-חי.html
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך וועל נישט שרייבן קיין גאנצע ריוויא, אמער... בסך איין מאל איז עס געהערט געווארן... חוץ א דריי צוויי נגונים וואס איך האב עטליכע מאל איבערגעזיפט...

הערליכע ניגונים איינס ביי איינס, יאסל גרין האט פיין אריינגעארבעט.

צודיק זינגט זייער בא׳טעמ׳ט, און דא קומט די קריטיק... שיין געשמאק, אבער עס איז נישט צדוק, קוקט אויס ווי מען האט אריינגעקוועטשט צודיק׳ן אין שלוימי גערטנער׳ס גארגל, כ׳מיין קאמ׳אן, דער צודיק האט דאך א ריזן שטימע, וואס פעלט אויס עס צו מינימיזרן?

די מיקס איז עקסטרעם ריין און קלאר, אולי עטוואס צו ריין, דער מיקס איז היבש קאמפרעסט, די הויכע פריקווענסי׳ס זענען צו די העכערע זייט פון זאכן, איך מיין אז פאר דעם קוקט זיין שטימע אויס אזוי פיצי, וויבאלד עס איז איין שטיק קאמפרעשאן,
די וואקל עדיטינג על כל פנים ביי ״מודים אנחנו לך״ (מונה) איז זייער שוואך ביי א געוויסע (נישט אפילו אזוי) הויכע נאוט, קוקט אויס ווי ס׳גערגעלע רייסט זיך אפ... ווען ווער עס קען צודיק ווייס אז ער ציהט ארויף ווי א פידעלע,

די ארעינדזשמענטס זענען הערליך שיין, אין אפילו היפש דיפרענט.

אלל אין אלח איז דא וואס צו הערען, עס איז ווערט דאס געלט לכל הדיעות.

נאר א שאד זיי האבן מיך נישט קאנסאלטירט פארדעם...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

אינסייד-קאווער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

וואלט איינער אפשר געקענט ארויפלייגן ווער עס האט געמאכט די ניגונים,
אדער די אינסייד-קאווער
אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע:אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת שירי חזנים »

טאבאקא האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן: רוב חזנים האבן געהאט קאפאזיטירער [פארשטייט זיך יעדער לויט זיין שניט].

איך וואלט געזאגט אז פילע חזנים האבן געהאט קאמפאזיטארן, אבער רוב זיינען גיווען אמת׳ע מוזיקאנטן און האבן געשריבןן זייער אייגענע מוזיק.

יאסעלע - אליינס. קאצוביצקי/ס - אנדערע, רויטמאן - אליינס, הערשמאן - אנדערע, קווארטין - אליינס. גנטשוף - רוב אליינס. פינטשיק - בעיקר אליינס (כקען אויך די לעגענדע איבער רזא דשבת...), לייבעלע וואלדמאן - אנדער. לייבעלע גלאנץ (כמיין) אליינס.

ועוד.

דו וואלסט געקענט שרייבן פיל גראדער: אלע פריערדיגע גרויסע חזנים (אויסער הערשמאן) זענען געווען קאמפאוזערס.

און כ'וועל דיר זאגן נאכמער, זייער אסאך פריערדיגע חזנים זענען געווען חזנים בעיקר צוליב זייערע גוטע קאמפאזישנס און נישט צוליב זייערע שטימעס. איך וועל דיר געבן צוויי דוגמאות, ניסי בעלזער און זיידל ראוונער. וואס זיי ביידע האבן טאקע נישט פארמאגט עפעס גאר ספעציעלע שטימעס אבער זייערע קאמפאזיציעס זענען געווען צום באלעקן זיך. און "דאס" האט זיי בארימט געמאכט.

דער ערשטער גרויסער חזן וואס האט אנגעהויבן צו זינגען אן אנדערען'ס שטיקלעך איז געווען "משה קאסעוויצקי", וואס ער האט "דורכגעבראכן" די זאך.
איינע פון די סיבות פארוואס ער האט דאס געטוהן, לאזט זיך זאגן אז דאס איז געווען צוליב די גרויסע פאפולערקייט און בארימטקייט פון יאסעלע וואס צוליב דעם האט ער ממש געמוזט זינגען עטליכע "יאסעלע שטיקלעך" ווי "עד הנה", "רחם נא" און נאך. (וואס וויפל מ'זאל עס פרובירן צו פארלייקענען און פארווישן, איז יאסעלע געווען - און איז נאכאלץ - דער "פאפולערסטער חזן" עווער. כאטש ער איז למעשה טאקע נישט דער "גרעסטער" חזן [לדוגמא: הער א שטיקל פון "סיראטא"]).

איך האב נאך אסאך צו זאגן, אבער כ'וויל נישט מער פארדרייען די נושא אין דעם אשכול. ועוד חזון.

במחילת כבודך הרב טאבאקא, זענט איר נישט אינגאנצן גערעכט.

גרשון סיראטא האט נישט אליין קאמפאוזט די שטיקלעך און קווארטין זינגט אסאך נאך פון "זולצער". און כ'וועל דיר זאגן נאכמער אז אפילו דער "עד הנה" פון יאסעלע איז דא וואס זאגן אז ס'איז נישט יאסעלע'ס.

(ווען די אזוי געגארטע "חזנות-ווינקל" וועט צושטאנד קומען, וועט מען עס קענען ברייטער ארומשמועסן, ואכמ"ל)
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף [email protected]
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!
וויווידיזיינער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויווידיזיינער »

איך ווער משוגע פאר די כל מקדש... איך מיין איך גיי עס אנפאנגען זינגען פרייטאג-צו-נאכטס... עס איז איז דאך אזוי מתוקת'דיג....
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3372
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

וויוויד, כאגעטראכט דאס זעלביגע....
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

איז שוין דא אן אשכול איבער'ן ענין פון חזנות?
ווי למשל - וואס איז דאס חזנות והמסתייעף?

אויב נישט וויל איך שוין עפענען - ביטע ענטפערט ווי אמשנעלסטן
סליחה אם...............
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”