באאאם צולאזט! ער שרייבט שוין!
גיסט זיך טינט, טראפ נאך טראפ, איך קוק אפילו נישט צירוק צי זען וואס ער האט ארויסגעגעבן, אההה איך זע נישט קיין גרעניץ, איך קען ארויסלאזן די גאנצע קרעיעטיוויטי פון מח, אההה... נישטא קיין פרעשור צו שרייבן צום זאך, דא קען איך שרייבן וואס מיין מח'ל וועט וועלן , אצינד איז דער מח'ל שוין פליסיג, פליסט זיך געדאנקן פונעם מח אריין אינעם פענע, און ער לאנדעט דא אויפן סקרין פאר מיינע אויגן
ווייסט? סאושל מידיא איז גאנץ א פיינע זאך! אט למשל שרייב איך אבי געשריבן, אזוי ווי איך האב געטון נעכטן, אבער עפעס פיל איך איצט אנדערש.... איצט טייל איך מיינע קארענט מחשבות מיט אנדערע אידן.
גיסט זיך מחשבות, טראפ נאך טראפ. קליק טייפ קליק טייפ נאר איין תנאי! נישט מעקן! אההה קומט ארויס אלע מחשבה'לעך, שפרייט'ס זיך אויס . קליק טייפ, קליק טייפ,
קליק שיק