און דאס איז טאקע די עיקר חידוש אז מ'קען זיך אזוי קאננעקטן גראד פון עקסעל צו סיי וועלכע סייט און אראפ לאדענען סיי וועלכע דעיטע מ'וויל למשל אויב איינער וויל האלטן חשבון אויף ארדערס אין אמעזאן וכדומה
פארשטייט זיך אז מ'קען האבן גרייט פארמולאס פיוואט טעיבעל'ס און טשארטס וואס וועלן אויטאמאטיש ווערן אפדעיטעד מיט די נייע דעטע די מעגליכקייטן זענען מורא'דיג ווי מ'זאגט אין אמעריקע "די פאסעביליטיס אר ענדלעסס" און האט נישט מורא אויב איר וועט ח"ו זיך דערטרונקען אין דעם ים פון פאסיביליטיס ווייל מיר וועלען אייך לערנען ווי אזוי צו שווימען...