הגונב מן הגנב - מאביל גאז סטאנציע אין מאנרא
פאר א שטיק צייט צירוק בינעך אריין שפעיט ביינאכט אין די מאביל גאז סטאנציע אויפן רוט 208 נעבן קרית יואל, איך זיך ארום אין די געשעפט פאר א שטיקל כשר'ס איבערציבייסן, אבער ס'איז כמעט נישט דא צו געפינען דארט,
נאך א שטיק צייט ארימזיכן, האב איך ענדליך באוויזן אפירציקראצן א שאכטל כשר'ע קאפקעיקס, מיט א פעקל פאפיטעס, איך מאך זיך א קאווע אין איך שטעל אלעס אראפ ביים קעשיר טישל, און דער מעקיקאנער רעכענט מיר דאס ציזאם, און ער גיבט מיר א טאטעל פין בערך $6.00 איך נעם אפיר מיין בערזל אין איך נעם ארויס
איינץ פין די צוויי צוואנציגערס וואס זענען געלעגן אין בערזל און איך דערלאנג אום עס אהין, ער מאכט אויף די קאסע אין ער ריקט אריין די צוואנציגער און גיבט מיר ציריק בלויז פיר דאלער, און ער פארמאכט די קאסע,
איך הייב אום אן מסביר צו זיין אז ער האט געהאט א טעות ווייל איך בין %100 זיכער אז איך האב אום געגעבן א צוואנציגער, אבער ער שרייט חי וקים אז איך האב זיכער געמאכט א טעות און ער גיבט מיר נאך א ווארף צו אפאר רחמנות בליקן, כאילו ער פארשטייט אז מיר זייער, אז א יעדע מענטש קען אמאל מאכן א טעות,
אבער איך ווייס דאך יא קלאר ווי דער טאג אז איך האב אום געגעבן א צוואנציגער, אקוצר נאך א שטיקל סכסוך איז געבליבן אז ער קען דאס קלאר שטעלן מיט זיינע פיסטיקירטע קאמארעס אבער ער האט נישט יעצט ציטריט צו דעם יעצט ביינאכט, מארגן וועט ער זיכער מאכן איבערציקיקן די קאמערע, קיין צווייטע ברירה האט איך נישט געהאט אזוי זיך יאגענדיג אינמיטן די נאכט האב אום בלית ברירה נאכגעגעבן, אין זיך אפגעטראגן פין דארט.
ווען איך האב דאס פארציילט פאר מיין חבר זאגט ער מיר אז עס איז זייער מאדנע ווייל ער האט אויך געהאט אזא מעשה מיט אום פאר א שטיק צייט ציריק. אפאר טאג שפעטער בין איך ציריקגעגאנגען צו אום און איך פרעג אום וואס ס'טוט זיך מיט די קאמערעס, זאגט ער מיר אז ער האט עפעס נישט געקענט געקענט איבערקיקן און איך קען ציריקימען מארגן נאכאמאל אפשר וועט ער עס שוין האבן אדורכגעקיקט, נאך א שטיק צייט איז מיר פארגאנגען די אפעטיט פין אום משוגה מאכן.
היינט ווען מ'האט ארימגערעד אין בית מדרש פין די נעכטיגע באוואפענטע רויבעריי וואס איז פארגעקומען אין די גאז סטאנציע האב איך אגב פארציילט פארן עולם די מעשה וואס איך האב געהאט מיט אום, און איך פרעג די עולם צו אימעצער ווייסט אז ער איז א גנב, ווען צו מיין איבעראשונג האבן עטליכע פארציילט זייער געשיכטע וואס זיי האבן געהאט מיט אום און ווי אזוי ער באווייזט צו בארויבן דעם ציבור