קוויק-בוקס טיפס און טריקס
שוין א לענגערע צייט וואס איך טראכט צו עפענען דעם אשכול.
איך האב קודם געסוירטשט פאר אן ענליכן אשכול, אבער נישט געקענט טרעפן. אויב טרעפט איר עס יא (מאנ-יימער, איך קוק אויף דיר), דאן קען מען עס צוזאמעשמעלצן.
קוויק-בוקס ווערט רייכער פון יאר צו יאר, מיט פארשידענע מעלות וואס רוב עולם כאפט נישט אויף. און בכלל זענען פאראן אזויפיל טריקס, אפילו אין די פריערדיגע ווערזשאנ'ס, וואס קען פארגרינגערן פארן באנוצער.
צב"ש, אין יאר 2011 האבן זיי צוגעלייגט אז מען קען מאכן א "בעטש-אינוואויס". דהיינו, למשל איר האט 10 קאסטומערס, און אלע מאכן אקוראט דעם זעלבן ארדער. אנשטאט מאכן 10 אינוואויסעס פאר יעדן באזונדער, קען מען מאכן בלויז איינס, און אויסקלויבן די 10 נעמען, און אלע באקומען דעם זעלבן אינוואויס.
אבער אפילו נאך פון בעפאר דעם (איך ווייס נישט פון וועלכע יאר) איז פאראן אן אפציע (ביי EDIT מעניו) וואס רופט זיך Duplicate. דאס הייסט עס מאכט א קאפיע פון דעם טרענזעקשאן אויפן ווינדאו. מען קען עס נוצן סיי ביי אינוואויסעס (און העכסטנס טוישט מען דעם נאמען שפעטער), אדער ביי בילס, אדער טשעקס. צב"ש איך האב געמאכט א טשעק פאר איינעם צו באצאלן עפעס, מיט מעמא'ס און אנדערע משוגעת'ן צוגעשריבן, און איך האב יענעם געדארפט מאכן דעם זעלבן טשעק א צייט שפעטער. אנשטאט אלעס איבערשרייבן אויף א נייעם טשעק, האב איך געעפנט דעם אלטן טשעק, און געמאכט Duplicate Check, און קוויק-בוקס האט מיר געמאכט א קאפיע אויפן היינטיגן דאטום. אין א סעקונדע.
כסדר האב איך אזעלכע טיפס וועלכע קענען פארגרינגערן. איך האף צוצולייגן כיד ה' הטובה עלינו. און איר טייערע לייענער זענט אויך מכובד, אויב זעהט איר עפעס וואס קען צוהעלפן, א קלייניגקייט וואס דארף נישט א באזונדערן אשכול, שרייבט עס דא און זייט מהנה אנדערע, אל תמנע טוב מבעליו.

הפך בה והפך בה דכולה בה!