כ'בין נייגעריג וויפיל עס איז פארהאן וואס ווייסן א קלארע יחוס עד אדם הראשון. צו וויפל אידן כ'אב שוין גערעדט האט נאך קיינער נישט געוואוסט, און רוב האבן שוין ספיקות ביים 5-6 דורות ארויף.
קודם כל ער שרייבט יא בן אחר בן (זעה קעפל), און איך בין חלילה נישט מסופק קיין זיז משהו בדברי מהרא"ל איך בין נאר מסופק אויב לייגט מען אריין נין האב איך גלייך מיין יחוס, איך בין א זין פון מיין טאטע בן זקיני ז"ל נין ונכד ליעקב ע"ה בן יצחק בן אברהם נין לאדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה....
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה. הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
קודם כל ער שרייבט יא בן אחר בן (זעה קעפל), און איך בין חלילה נישט מסופק קיין זיז משהו בדברי מהרא"ל איך בין נאר מסופק אויב לייגט מען אריין נין האב איך גלייך מיין יחוס, איך בין א זין פון מיין טאטע בן זקיני ז"ל נין ונכד ליעקב ע"ה בן יצחק בן אברהם נין לאדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה....
סארי כ'האב נישט געזען די קעפל, נאר די תגובה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אויב איך הויב אן פון אונטן ארויף קען איך נאר 6 דורות ארויף. אויב הויב איך אן פון אויבן אראפ, קען איך א 30-40 דורות. און נאך 30 דורות מעגט איר מיר גלייבן אויפ'ן ווארט אז איך בין יענעמ'ס א זונ'ס א זונ'ס א זון.
ביים גרעניץ פרעגט מיין פאטער זז״ג די מוטער שתחי׳, האסטו רעדי די בירטה סערטיפיקעט? רופט זיך אן די שוועסטערל: פארוואס דארפן זיי עס, זיי גלייבן מיר נישט אז איך בין געבוירן?
די זעלביגע דא, כ׳מיין איר גלייבט מיר נישט אז כ׳ביו בן אחר בן פון אדם הראשון... ווי מיינט איר האב איך ארויסגעשפראצט, פון א פייגן בוים?
סביב העולם האט געשריבן:
עס איז זייער פשוט מיין טאטע איז א זוהן פון זיין טאטע און ער פון זיין טאטע וכו' ביז אדם הראשון
עה עה דאס איז גארנישט איך בין אנ'אייניקל נישט נאר דאס מיין זיידע איז אויך שוין געווען אנ'אייניקל שוין אין חז"ל טרעפט מען דעם חשיבות פון אנ'אייניקל: ק"ו בן בנו של ק"ו
צווישען די פאקטארס וואס איך האב פריער געזאגט זענען, אז אויב איר זענט אן אשכנזי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקעל פון רש"י צענדליגע מאל, אויב איר זענט א ספרדי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקעל פון דער רמב"ם צענדליגע מאל. עס איז נישט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז אן אייניקעל פון רמב"ם אדער א ספרדי איז אן אייניקעל פון רש"י, אבער עס איז כמעט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז יא אן אייניקל פון דער רי"ף און דער רמב"ם, ווייל מיר אשכנזים האבען געהאט א סאך ספרדישע זיידעס ווי משפחת אלטשולער און נאך און נאך.
דער סך הכל איז שטוינענד - ליינט און שטוינט! דער סך הכל איז, אז יעדער איד היינטיגע צייטען איז אן אייניקל פון רוב ראשונים (אשכנזים פון אשכנזישע, און ספרדים פון ספרדישע). יעדער, (אשכנזים און ספרדים צוגלייך) זענען אייניקלעך פון יעדען תנא און אמורא וואס האט איבער געלאזט קינדער (פון אלע עשרה הרוגי מלכות) - אזוי זאגט מאטעמאטיקס. אויך אז מיר זענען אייניקלעך פון "יעדען" איד וואס איז געווען ביים חורבן בית שני וואס האט איבער געלאזט א דור נאך זיך. מיר זענען אייניקלעך פון יעדען איד פון בית ראשון, און פון יעדען איד וואס איז ארויס פון מצרים און געשטאנען מיטען גוף ביים בארג סיני. איין זאך מוז נאך געזאגט ווערען און דאס איז, אז דער זעלבער רבונו של עולם וואס האט באשאפען הימעל און ערד, מאטאמאטיקס און אלעס וואס עקזיסטירט, דער זעלבער גרויסער באשעפער האט געזאגט, והייתם לי סגולה, ממלכת כהנים וגוי קדוש, האט דער זעלבער הייליגער באשעפער געמאכט זיכער אז די אידען וואס וועלען אויס געלייזט ווערען בביאת משיח צדקינו זאלען זיין א ריין פאלק און נישט אייניקלעך פון די אלע ממזרים במשך הדורות. קען נישט איינער קומען און זאגען אז מאטאמאטיקס זאגט אז עס זענען דא א סאך ממזרים. ניין, דער באשעפער וואס האט געמאכט מאטאמאטיקס און באשאפען די "טבע", האט געמאכט זיכער אז כלל ישראל בלייבט א הייליג און באליבט פאלק אזוי ווי ער האט צו געזאגט צו אברהם אבינו.
שטעלט אייך פאר ווען משיח וועט קומען וועט מען רופען דער פיקטשער מאכער און מען וועט נעמען א פעמעלי פיקטשער, אויס שטעלען אלע זיידעס בן אחר בן ביז אברהם אבינו, און אויב עס איז דא א בן גרים און צווישען, ווי שמעיה ואבטליון, רבי עקיבא, אונקלוס הגר וכו', וועט זיין א פאר באבעס אויך און דער פיקטשער, און אויפען פיקטשער וועט זיין צווישען 100 און 200 מענטשען (ביי יעדען אנדערש - ווענד זיך צו דער עלצטע פון די עלצטע אדער דער אינגסטע פון די אינגסטע אדער ערגעץ און צווישען). דאס זעלבע וועלען די פרויען זיך אויך אויס שטעלען א שורה בת אחר בת ביז שרה אמנו און רבקה אמנו, רבקה ולאה, וכו', און דאס זעלבע וועט מען זיך קענען פאטאגראפירען מיט אלע זיידעס תנאים ואמוראים וכו' און ווערען געגלעט דארך זיי ווי מען גלעט א ליבער אייניקעל וואס מען האט שוין לאנג נישט געזעהן, און עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה'.