רבי מאיר אברהם מטשאבע זצ"ל - פרי צדיק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

לפי הרב קינסטליכער ור' י.י. כהן צריכים להוסיף:
ח. ר' יששכר בער קאהן אב"ד ערדא-סענזשארץ.

די זאך איז היפש פארנעפעלט, איז אזוי, ר' י"ב נולד בשנת תק"ץ און כאטשיק ער איז נפטר געווארען בשנת תרפ"ג אלס א באקאנטע זקן מופלג בן צ"ג שנים איז נאך אלס א דוחק צו זאגען ער איז געוון א איידעם ביי ר' מאיר אברהם.

אבער עכ"פ לויט ר' י.י. כהן איז ער קודם געווען א איידעם בזו"ר ביי ר' מאיר אברהם וכשנפטרה לקח בזו"ש בת גיסו (לתשומת לב הרב וויל גם י.י. כהן סובר שהוא היה חתן הפרי צדיק ולא אביו) ר' יצחק יוסף בלייך אב"ד גאווע וכשגם הוא נפטרה לקח בזו"ש אלמנת ר' משה שטיין אב"ד ערדא-סענזשארץ.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יוסף שרייבער האט געשריבן: אבער עכ"פ לויט ר' י.י. כהן איז ער קודם געווען א איידעם בזו"ר ביי ר' מאיר אברהם וכשנפטרה לקח בזו"ש בת גיסו ( לתשומת לב הרב וויל גם י.י. כהן סובר שהוא היה חתן הפרי צדיק ולא אביו) ר' יצחק יוסף בלייך אב"ד גאווע וכשגם הוא נפטרה לקח בזו"ש אלמנת ר' משה שטיין אב"ד ערדא-סענזשארץ.

יאסל'ע שמתי לב.
חבל על הזמן, בעיני ראיתי את המצבה.
און קוק וואס ההיסטאריען ר' נתן צבי פרידמאן האט צוזאגן, וואס ביי די וועי איז רי"י בליך געווען זיין מאמע'ס טאטע!
אטעטשמענטס
New Picture (4)_1280x614.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסף שרייבער האט געשריבן: ר' משה דוב ליבערמאן אב"ד אבראהאם בזו"ר כמ''ש חברינו המופלג בידענות הרב מוויל שליט"א למעלה.

תודה

בתגובת הרב מ'וויל נזכר רק שמו משה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילוויסן האט געשריבן:

ביי די באקאנטע פרשה פון אלכסנדרזאהן איז פארהאן א פרט איבער א די"ת מיט חתן הרב הקודם, ר' נתן, האסטו נאך א ראי' שלרמ"א היה חתן בשם ר' נתן
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מיללער האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן: ר' משה דוב ליבערמאן אב"ד אבראהאם בזו"ר כמ''ש חברינו המופלג בידענות הרב מוויל שליט"א למעלה.

תודה

בתגובת הרב מ'וויל נזכר רק שמו משה

האשמה תלוי בי.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

האמיר שוין גערעדט אמאל מיטען רב שליט"א דערוועגען, אדרבה ניתי תמונה מהמצבה ונחזה, ווי-נישט-ווי זענען הרב קינצליכער און י.י. כהן באקאנט אלס דייקנים.

וואס איז מיט ר' י"ב קאהן פארוואס האט איר עם נישט מונה געווען ביי רשימת חתניו?
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

זיי זענען טאקע מדייק זיי שרייבן נאר נאך וואס ס'שטייט געשריבן פאר זיי, זיי זענען נישט שולדיג אינעם גרייז, איך גלייב אז דו וועסט זיי ווייזן דעם נצר מטעי וועלן זיי חוזר זיין.

ר' י"ב קאהן געדענק איך נישט אלס איידעם פון פרי צדיק. ס'קוקט אויס מאדנע, איך וועל דארפן פרעגן זיין אייניקל וואס האט זיך געפארעט דערמיט.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ווילוויסן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן: ר' משה דוב ליבערמאן אב"ד אבראהאם בזו"ר כמ''ש חברינו המופלג בידענות הרב מוויל שליט"א למעלה.

תודה

בתגובת הרב מ'וויל נזכר רק שמו משה

האשמה תלוי בי.

איך זע יעצט קינצליכער שרייבט ר' משה (דוב) בסוגריים.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יוסף שרייבער האט געשריבן: לפי הרב קינסטליכער ור' י.י. כהן צריכים להוסיף:
ח. ר' יששכר בער קאהן אב"ד ערדא-סענזשארץ.

די זאך איז היפש פארנעפעלט, איז אזוי, ר' י"ב נולד בשנת תק"ץ און כאטשיק ער איז נפטר געווארען בשנת תרפ"ג אלס א באקאנטע זקן מופלג בן צ"ג שנים איז נאך אלס א דוחק צו זאגען ער איז געוון א איידעם ביי ר' מאיר אברהם.

אבער עכ"פ לויט ר' י.י. כהן איז ער קודם געווען א איידעם בזו"ר ביי ר' מאיר אברהם וכשנפטרה לקח בזו"ש בת גיסו (לתשומת לב הרב וויל גם י.י. כהן סובר שהוא היה חתן הפרי צדיק ולא אביו) ר' יצחק יוסף בלייך אב"ד גאווע וכשגם הוא נפטרה לקח בזו"ש אלמנת ר' משה שטיין אב"ד ערדא-סענזשארץ.

איך זע אין די אוהעל'ע רעקארדס.

אז ר' ישכר בער וואוינענדיג אין אוהעל בשנת תרי"ז איז אים געבוירן זיין זון מרדכי יעקב. און אין יאר תר"ך איז אים געבוירן זיין זון ר' משה וואלף.
נאך צוויי מיידלעך אין יאר תרכב, און תרכד.
איבעראל שטייט זיין ווייב'ס מעידן נעים אלס bloch
אינעם סענסוס פון אונגארן בשנת תרכ"ט, שטייט אז ער איז געבוירן בשנת תקפט, זיין ווייב תקצח.

זי איז אוועק אין אוהעל ו' שבט תרל"ב אלט זייענדיג 38 יאר, לויט דעם איז זי געבוירן אין יאר תקצד. דארט שטייט אז זי איז געבוירן אין אוהעל.

יענעם יאר, ר"ח תמוז תרל"ב ווערט באריכטעט זיין חתונה אין גאווא, מיט בת ר' יוסף בלייך מגאווא, און די מוטער'ס נאמען איז BLOCH
די מיידל איז 18 יאר אלט, און ער שטייט איז 36 יאר, לויט דעם איז ער געבוירן אין יאר תקצ"ו.

דריי יאר שפעטער ט"ז אלול תרל"ה, איז זיין זון ר' ירמי' געבוירן אין אוהעל.

איך זע דא למעשה, אז סיי זיין ערשטע ווייב און סיי זיין שוויגער אשת ר' יוסף בלייך הייסן bloch - איז דאס געווען די פאמיליע נאמען פון פרי צדיק?
קוקט אויס דאן אז ער איז געווען א איידעם ביים פרי צדיק אדער משפחתו בזיוו"ר [או שני].
און נאכמער, א גרעסערע חידוש איז אז ער האט גאר געהאט פינף קינדער פון די זיווג.
און דאס איז אלעס אויסער די זיווג פון בת ר' אשר זעליג הירש [זיווג שלישי או רביעי].
וכל זה צריך בירור.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילוויסן האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן: חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע[דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

ז. ר' משה ליבערמאן אב"ד אבראהאם, הי' חתנו מבתו מלכה, אבל נסתלק צעיר לימים, ואלמנתו נישאה בזיווג שני לבן דודו של ר' משה ה"ה ר' שמעון ליבערמאן משעניע הנ"ל.

א זון פון ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניא איז געווען ר' נתן ליבערמאן פון קליינווארדיין. ר' נתן האט מחבר געווען א ספר אמרי דעת אויף משניות, ער ברעגנט דארט פרטים בנוגע זיין פאטער רבי שמעון אב"ד שעניא און זיין זיידע רבי יצחק יהודא אב"ד אבראהאם ושעניא.

נאכדעם דערמאנט ער לשבח 'אמי מורתי חי' בת הרב הצדיק הוותיק והעניו ר' ברוך ז"ל אשר כל ימיו היה עוסק בתורה ובזקנותו היה מורה הוראות בק"ק נאדידע', הייסט דאס אז ר' שמעון אב"ד שעניא איז געווען אן איידעם ביי א געוויסען ר' ברוך פון נאדי-אידא, איז דאס אן אנדערער זיווג פון בת הפרי צדיק.

נאכדעם שרייבט דער מחבר ווייטער 'אבי אבי (היינו ר' יצחק יהודא הנ"ל אב"ד אבראהאם) ואבי אמי (היינו ר' ברוך מנאדי-אידא הנ"ל) היו אחים בני איש אחד מעיר מאד וכו' כבוד שמו מו"ה שמעון ז"ל ויהי לו שבעה בנים ושתי בנות וכו'

-

הרב וויל שליט"א, קענט איר דא אויסקלארן דעם נושא?

(אגב, דער ר' נתן ליבערמאן ברענגט דארט אז ער האט געהאט אן איידעם ר' מענדיל שטערן פון פערבעניק וואס איז אוועק אינגערהייט, און זיינס א זון זון 'הבחור שמעון שטערן' האט זיך געצויגן קיין נעוויארק פון וואנעט ער האט עגשיקט געלט פארן זיידן צו דרוקען דעם ספר אין תרנ"ו!)
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יאסל שרייבער גייט זאגן אז איך האב געשפירט מ'רעדט צו מיר.. המממ.. .איך וועיס ניט.. אבער ס'מער מזל ווי שכל.
רבנו ממיללער דו האסט דאך מפתחות החכמה, פועל עפעס אויס ביי די היכלות פנימיים, איבער דעם שמועס וואס מ'האמיר געהאט נעכטן אין פרענומעראנטען אשכול.
אויב איז דא עפעס א סיבה אויף לא, עמערעס מקבל זיין באהבה. אבל למה לא?

ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע הי' אכן חתן דודו ר' ברוך בזיוו"ר ואח"כ נשא את מרת מלכה בתו של הפרי צדיק.

וזה מה שכתבתי באשכול אחר.
ווילוויסן האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן: ביסט דאך געווען אינעם אשכול אויפען פרי צדיק, ר' נתן בן ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע חתן הפרי צדיק. מחבר אמרי דעת.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

ר' שמעון היה חתן הפרי צדיק בזיו"ש וזה כנראה הסיבה למה ר' נתן לא מזכיר אותו כזקנו.

ריכטיג
ר' נתן איז געווען פון ר' שמעונ'ס זיווג ראשון, ר' שמעון איז געווען אן איידעם ביי זיין טאטע ר' יצחק יודא'ס א ברודער ר' ברוך ליבערמאן.
איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען נאך קינדער פון די זיווג, דער אנדערער זון זיינער ר' מאיר אברהם זיידע פון בעסערמינער רב איז שוין געווען פון פרי צדיק'ס טאכטער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן: חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

זעהט אויס אז אויב מ'וויל, ווייסט מען, תודה רבה על הידעות.

וויאזוי האט ר' מאיר אברהם געהייסן אויף די משפחה נאמען? האט ער נישט געהאט קיינע זוהן?

ווילוויסן האט געשריבן: נישט געהאט לעצטע נאמען. דער פאטער האט געהייסן ר' "משה יוזפא"
נישט געהאט קיין זוהן

אויף די מצבה פון הרה"ח ר' שמעון פעלדמאן ע"ה אין קרית יואל, שטייט אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם טשאבע רב דער פרי צדיק, איז אינטערעסאנט אז דער פרי צדיק ווערט דערמאנט דארט מיט א משפחה נאמען "שטיין" און אויך דאס זעהט אויס ווי א שפעטערע תיקון אויף די מצבה.

האט דאס א האפט אז ער האט געהייסן "שטיין"?
וויאזוי גייט דער יחוס פון ר' שמעון צום פרי צדיק? עס שטייט דארט אז זיין פאטער האט געהייסן ר' פנחס דוד ב"ר שמעי, לויט די אויבנדערמאנטע ליסטע האט דער פרי צדיק געהאט סיי אן איידעם ר' פנחס דוד און אן אנדערער איידעם ר' שמעי'.

די מצבה:
viewtopic.php?p=841514#p841514

בילד
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

יחוס בית אבותיו של ה"פרי צדיק" מטשאבא מה היא? מי יודע?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילוויסן האט געשריבן: חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

אין בארא פארק איז געווען א חשוב'ער רב רבי שמעיה וויעזנער ז"ל אן אייניקל פון רבי שמעי' וויזנער חדב"ן הפרי צדיק, זיין ביהמ"ד איז שפעטער געווארן דאס ביהמ"ד אור החיים ווי הגאון רבי אברהם חיים שפיצער ז"ל האט שפעטער משמש געווען ברבנות. פון רבי שמעי' איז געבליבן א זון העסקן החשוב ר' וואלף (ווילי) וויזנער הי"ו פון די חשוב'ע עסקנים אין די אגודה.

אויך דער באקאנטער איש החסד הרה"ח ר' וואלף וויזנער הי"ו לאויט"א דער בעה"ב פון "וויעזנער דריי-גודס" אין וומ"ס איז אן אייניקל פונעם פרי צדיק דורך חתנו ר' שמעי' וויזנער, ער איז א פלומעניק פון רבי שמעי' הנ"ל.

בייגעלייגט זענען די מצבות פון רבי שמעי' וויזענער והרבנית אויפן ביה"ח אין וואודברידזש ניו זשערסי, חלקת עץ חיים

בילדער קרעדיט: ר' אשר ל. - אינפארמאציע ר' יצחק שטייערמאן ושאר חברי מכון מח"א)
אטעטשמענטס
Weisner1.jpeg
Weisner2.jpeg
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ווילוויסן האט געשריבן: איך זע אין די אוהעל'ע רעקארדס.

אז ר' ישכר בער וואוינענדיג אין אוהעל בשנת תרי"ז איז אים געבוירן זיין זון מרדכי יעקב. און אין יאר תר"ך איז אים געבוירן זיין זון ר' משה וואלף.
נאך צוויי מיידלעך אין יאר תרכב, און תרכד.
איבעראל שטייט זיין ווייב'ס מעידן נעים אלס bloch
אינעם סענסוס פון אונגארן בשנת תרכ"ט, שטייט אז ער איז געבוירן בשנת תקפט, זיין ווייב תקצח.

איז ביז אהער איין צענזוס (תרכ"ט)? אדער איין פלאץ שטייט די קינדער און זיין רעבעצינס מיידל-נאמען, און דיי לעצטע שורה איז א באזאנדערע רעקארד?
אויב איז עס איין רעקארד, איז דאז זיכער נישט בת הפרי צדיק שנפטר 10 שנים לפני הולדתה,
אויב איז עס צוויי באזונדערע זאכן קען אולי זיין אז בשנים תרי"ז-תרכ"ד האט ער געהאט חתונה געהאט מיט א זיווג ראשון, און מיט איר געהאט די 4 קינדער, און די רבנית פונעם צענזוס תרכ"ט איז שוין א זיווג שני,
אבער אפילו אזוי איז נישט מסתבר אז דאס זאל זיין בת הפרי צדיק וואס האט געמוזט זיין היפש היפש היפש עלטער פון אים.

זי איז אוועק אין אוהעל ו' שבט תרל"ב אלט זייענדיג 38 יאר, לויט דעם איז זי געבוירן אין יאר תקצד. דארט שטייט אז זי איז געבוירן אין אוהעל.

יענעם יאר, ר"ח תמוז תרל"ב ווערט באריכטעט זיין חתונה אין גאווא, מיט בת ר' יוסף בלייך מגאווא, און די מוטער'ס נאמען איז BLOCH
די מיידל איז 18 יאר אלט, און ער שטייט איז 36 יאר, לויט דעם איז ער געבוירן אין יאר תקצ"ו.

דריי יאר שפעטער ט"ז אלול תרל"ה, איז זיין זון ר' ירמי' געבוירן אין אוהעל.

איך זע דא למעשה, אז סיי זיין ערשטע ווייב און סיי זיין שוויגער אשת ר' יוסף בלייך הייסן bloch - איז דאס געווען די פאמיליע נאמען פון פרי צדיק?
לויט דיינע הערליכע חידושים אויבן, איז מסתבר אז דאס איז נישטגעווען די משפחה נאמען פון רבי מאיר אברהם.
ווייל רבי יצחק יוסף בלייך, א בן בתו פון רבי מאיר אברהם, האט דאך נישט געקענט חתונה האבן מיט זיין מומע בת רבי מאיר אברהם,
נאר ווארשיינלעך האט ער חתונה געהאט מיט א קרובה מצד אביו לבית בלייך,
און אויך רבי יששכר בער האט קודם חתונה געהאט מיט איינעם לבית בלייך, און שפעטער מיט בת רבי יצחק יוסף - א קרובה פון זיין ערשטען זיווג.

קוקט אויס דאן אז ער איז געווען א איידעם ביים פרי צדיק אדער משפחתו בזיוו"ר [או שני].
ווי זעהסטו א רמז אדער סמך בכלל אז ער איז געווען אן איידעם ביים פרי צדיק?

און נאכמער, א גרעסערע חידוש איז אז ער האט גאר געהאט פינף קינדער פון די זיווג.
איך זעה 4 קינדער, און וואס איז די גרויסע חידוש?

און דאס איז אלעס אויסער די זיווג פון בת ר' אשר זעליג הירש [זיווג שלישי או רביעי].
וכל זה צריך בירור.

איז ווילוויסן נאך א תושב דאהי?
אויב יא ביטע פארענטפער מיינע פראגעס [אויבען אין רויט],
אדער קען א צווייטער מיר אויסקלארן,
מיט דאנק
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10066
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

נכד הפרי צדיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רב דוד יעקב הלוי פר"מ
האם יש נכדים
אטעטשמענטס
AH2.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווילוויסן האט געשריבן: חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

אין די הקדמה פונעם ספר "דברי שמעיה" פון ר' שמעי' דייטש פון שוראן, שטייט אז זיין פאטער ר' ישראל זכרי' דייטש איז געווען "ממשפחת הגאון בעל פרי צדיק".
זיין מאמע יוכבד [אשת ר' ישראל זכרי' דייטש] איז געווען א טאכטער פון ר' שמעי' וויזנער. ווארשיינליך איז דאס טאקע דער איידעם פונעם פרי צדיק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילוויסן האט געשריבן: חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

מצבת מרת יטא דבורה בת הרה"ק רבי מאיר אברהם בעל פרי צדיק זצ"ל, אשת ר' יוסף פינקעלשטיין ממשיקאלץ. על הביה"ח הניולוגי בעיר בודאפעשט

(עלי זכרון - אייר תשע"ח מר. שאנדאר באטשקאי)
אטעטשמענטס
יטא דבורה.png
יטא דבורה.png (647.62 KiB) געזען 2914 מאל
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ווילוויסן האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן: חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

ז. ר' משה דוב ליבערמאן אב"ד אבראהאם, הי' חתנו מבתו מלכה, אבל נסתלק צעיר לימים, ואלמנתו נישאה בזיווג שני לבן דודו של ר' משה ה"ה ר' שמעון ליבערמאן משעניע הנ"ל.

פון דעם כתב יד פון דאדע רב, קומט אויס אז זיין מוטער מ' צפורה גיטל איז געווען א טאכטער פון מ' מלכה בת הפרי צדיק מזיווגה הראשונה, ווי ער שרייבט אביה הצדיק הרב הקדוש מאבראהאם. [כמבואר בעלי זכרון עלה ל"ט עמ' ס"ב]
אין די ספרי התולדות שטייט אז ר' משה שמואל אבי הרב ר' יושע בריסק הרב מדאדא איז געווען חתן השעניע רב, וטעות.
אטעטשמענטס
380_15.jpg
380_15.jpg (105.06 KiB) געזען 2727 מאל
יקים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקים »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן: חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

זעהט אויס אז אויב מ'וויל, ווייסט מען, תודה רבה על הידעות.

וויאזוי האט ר' מאיר אברהם געהייסן אויף די משפחה נאמען? האט ער נישט געהאט קיינע זוהן?

ווילוויסן האט געשריבן: נישט געהאט לעצטע נאמען. דער פאטער האט געהייסן ר' "משה יוזפא"
נישט געהאט קיין זוהן

אויף די מצבה פון הרה"ח ר' שמעון פעלדמאן ע"ה אין קרית יואל, שטייט אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם טשאבע רב דער פרי צדיק, איז אינטערעסאנט אז דער פרי צדיק ווערט דערמאנט דארט מיט א משפחה נאמען "שטיין" און אויך דאס זעהט אויס ווי א שפעטערע תיקון אויף די מצבה.

האט דאס א האפט אז ער האט געהייסן "שטיין"?
וויאזוי גייט דער יחוס פון ר' שמעון צום פרי צדיק? עס שטייט דארט אז זיין פאטער האט געהייסן ר' פנחס דוד ב"ר שמעי, לויט די אויבנדערמאנטע ליסטע האט דער פרי צדיק געהאט סיי אן איידעם ר' פנחס דוד און אן אנדערער איידעם ר' שמעי'.

די מצבה:
viewtopic.php?p=841514#p841514

בילד

כנראה נכד ר' שמעיה חסיד (פעלדמאן) ב"ר אברהם פעלדמאן חתן רבי שמעון ליבערמאן משעניע חתן הפרי צדיק זכותם יגן עלינו.
ובדרך אגב, משפחת הנגידים רייכמאנן מטאראנא ג"כ נכדי ר' שמעיה חסיד (בני הנגיד ר' שמעיה רייכמאנן ב"ר דוד רייכמאנן מבעלעד, ב"ר אליהו רייכמאנן (ששינה משפחתו מפעלדמאן) ב"ר שמעיה חסיד פעלדמאן הנ"ל)
בן נוסף של ר' שמעיה חסיד היה רבי יהודה גרינפעלד (ששינה שמו מפעלדמאן) מסעמיהאלי מח"ס קול יהודה אביו של המהרש"ג מסעמיהאלי וכל יוצ"ח
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
מאך המוציא
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2018 4:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך המוציא »

כפי הידוע במשפחת נכדי ר' שמעיה חסיד, היו רק ב' אחים והם שינו השם לגרינפעלד ורייכמאן, כמו"כ ר' שמעיה בעצמו החליף השם בעצת הישמח משה, ולא בנו ר' יהודא. ואילו משפחת רייכמאן אינם נכדי ר' שמעיה אלא נכדי אביו ר' אברהם פעלדמאן.
א"כ פעלדמאן זה הוא כנראה נכד הפרי צדיק ממקום אחר.
יקים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקים »

לכאורה צדקו דבריך, ולאו מטעמך.
דלא מסתברא כלל שרפ"ד היה בן בנו של ר' שמעיה חסיד שנפטר בשנת ת"ר
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

יקים האט געשריבן: לכאורה צדקו דבריך, ולאו מטעמך.
דלא מסתברא כלל שרפ"ד היה בן בנו של ר' שמעיה חסיד שנפטר בשנת ת"ר

ר שמעי' איניש אוועק ת"ר זיי האבן אפילו געלאזט ספעיס צווישן ת"ר און די נעקסטע ווארט ווייל מ'ווייסט ניש פונקטליך דעם יאר אבער לויט ווי מ'האט מקובל אין די משפחה איז ער אוועק ערגעץ אין די תר"ל יארן

בכלל איניש מסתבר אז ער איז אוועק שנת ת"ר ווייל זיין עלטסטע זוהן הגה"צ ר יהודא מ'סעמיהאלי אידעך אוועק ערגעץ אינמיטן די תר"ס יארן און ר' שמעי' איניש געווען אינג ווען ער איז אוועק סאו ס'שטימט אפילו ניש מיטן מציאות

אז כ'האלט שוין די פעדער אין די האנט העליך נאר מוסיף זיין אז בפשטות איז ר' שמעי ניש געווען א אייניקל פונעם פרי צדיק זיין טאטע ר' אברהם איז טאקע געווען א איידעם ביי שעניא רב אבער פון זיווג ראשון פונעם שעניא רב , ניש פון די קינדער וואס ער האט געהאט מיט די טאכטער פונעם פרי צדיק , ווייל די יארן שטימען ממש ניש ואכמ"ל
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

נו וואדע האט געשריבן:
יקים האט געשריבן: לכאורה צדקו דבריך, ולאו מטעמך.
דלא מסתברא כלל שרפ"ד היה בן בנו של ר' שמעיה חסיד שנפטר בשנת ת"ר

ר שמעי' איניש אוועק ת"ר זיי האבן אפילו געלאזט ספעיס צווישן ת"ר און די נעקסטע ווארט ווייל מ'ווייסט ניש פונקטליך דעם יאר אבער לויט ווי מ'האט מקובל אין די משפחה איז ער אוועק ערגעץ אין די תר"ל יארן

בכלל איניש מסתבר אז ער איז אוועק שנת ת"ר ווייל זיין עלטסטע זוהן הגה"צ ר יהודא מ'סעמיהאלי אידעך אוועק ערגעץ אינמיטן די תר"ס יארן און ר' שמעי' איניש געווען אינג ווען ער איז אוועק סאו ס'שטימט אפילו ניש מיטן מציאות

אז כ'האלט שוין די פעדער אין די האנט העליך נאר מוסיף זיין אז בפשטות איז ר' שמעי ניש געווען א אייניקל פונעם פרי צדיק זיין טאטע ר' אברהם איז טאקע געווען א איידעם ביי שעניא רב אבער פון זיווג ראשון פונעם שעניא רב , ניש פון די קינדער וואס ער האט געהאט מיט די טאכטער פונעם פרי צדיק , ווייל די יארן שטימען ממש ניש ואכמ"ל

אויפן מצבה שטייט אז ר׳ שמעי איז געווען אן אייניקל פון פרי צדיק
אטעטשמענטס
0624D1B3-53A8-4E73-9F39-C5FC1A0987EF.jpeg
0624D1B3-53A8-4E73-9F39-C5FC1A0987EF.jpeg (65.26 KiB) געזען 2619 מאל
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

יא יא מ'זעמיר געווען אין סעמיהאלי ביי די מציבה דאס האט א אייניקל איבערגעמאכט מיט אפאר יאר צוריק און געשריבן נכד הפרי צדיק ווייל ער האט ניש געוואוסט אז ר' שמעון ליעבערמאן מ'שעניא האט געהאט א זיווג ראשון און געמאכט א טעות

ס'בכלל ניש מוכרח אז ר' שמעי' איז געווען א אייניקל אדרבה ס'מער מסתבר ניש אווי יא וכן שמעתי מכמה גדולי החוקרים לעניני יוחסין
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”