בפשטות האט דאס מער מיט השקפה ווי הלכה, ממילא פארשטיי איך אז יעדען'ס פאל קען מען דן זיין באזונדער, ממילא עצתי פרעג דיין מורה דרך ביי דיין פאל מיט אלע צדדים, אין זיי מקבל דעתו.
שויתי'ניק האט געשריבן:
ווער רעדט נאך ווען זיי קומען אן און מען זינגט דעם "שוידערליכן" הימנון המדינה "התקוה", וואס רבים חללים הפילה כבר מאז ומקדם
שוידערליכן!! רבים חללים הפילה!!!
די מיינסט עס ערענסט? אדער סתם האסט באשלאסען צו טרייבען ליצנות פון אלע ליינער דא אויפ'ן פארום וואס לשיטתך זענען נאאיווע אידיאטן...
וואס איז שוידערליך???? וועלכע "רבים" "חללים הפילה"??? די ווערטער פאר זיך אליינס איז גארנישט ראנג, עס האט א ניגון פון האפענונג צו א צייט ווען יודען וועלן זיין רואיג אין זייער לאנד, חוץ פונעם פאקט אז די ציונים זינגען עס, אפשר די ניגוון אויך א פראבלעם איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז.
דער פראבלעם מיט אלעל איז אזוי: סאטמאר - מדינה און ציוניזם. סקולען - מחללי שבת. סתם ערליכע יוד - מען קען נישט מאכן קיין ברכה די גאנצע פלייג אלץ גילוי שערות, חוץ אז די באהאלטס דיך אין א ווינקל. פילינג - ווער וויל זיצן מיט אזויפיל אוכלי נבילות וטריפות, מחללי שבת, וכדו' אינטער איין דאך. מיט דעם אלעם, פאר א ביליגע פרייז - למה לא?
חוץ אויב די ביזט א... כהן - עס זענען דא פלייטס וואס כהנים האבן א פראבלעם, ווייל דער פלייט פארט איבער א גרויס בית הקברות (דאכט זיך אז עס איז נאר אינקאמינג פלייטס), דאס איז שוין אויב מען איז זיכער אז עס איז נישטא קיין מת אויפ'ן פלייט אליינס.
בד"א: לדעתי איז די ניגון אין דירעקטן קאנטראסט מיט די שיטת הציונים, ווייל דער ניגון שרייט האפענונג צו א צייט וואס דארף נאך געשען, אין דער צייט וואס זיי האלטן אז עס איז שוין געשען, ואכ"מ
אל על נתיבי אויר לישראל בע"מ, הידועה בשמה המקוצר אל על, היא חברת התעופה הגדולה בישראל ומרכז פעילותה והנהלתה בנמל התעופה הבינלאומי בן-גוריון.
אל על מפעילה טיסות לאירופה, אסיה, אפריקה וצפון אמריקה, ומתמקדת בשוק הטיסות הבינלאומי, למרות שחלק קטן מטיסותיה לאירופה וממנה כולל קטע טיסה בין נתב"ג לעובדה. בנוסף, מפעילה החברה קו טיסות סדיר לאילת. בשנת 2005 הטיסה אל על למעלה מ-3.5 מיליון נוסעים.
"במשך שנים שמשה אל על כחברת התעופה הלאומית של ישראל והייתה בבעלותה של ממשלת ישראל" , אך צעדים להפרטתה החלו ב-12 ביוני 2003, כשמניות החברה הוצעו למכירה לציבור, וב-1 בינואר 2005 הייתה חברת כנפיים - אחזקות ארקיע בע"מ לבעלת השליטה באל על. תולדותיה של חברת אל על קשורות באופן מובהק בדברי ימיה של מדינת ישראל - היא נטלה חלק במבצעי העלייה הגדולים מארצות ערב, אתיופיה ומחבר המדינות,ורשת יעדיה שקפה לאורך השנים את יחסיה הבינלאומיים של ישראל בעולם כולו ועם שכנותיה בפרט.
צים פינטעל האט געשריבן:
סאטמער רבי ז"ל פסק'נט להלכה אז אין א פלאץ ווי עס איז דא א דגל פון מדינת ישראל איז אסור אריינציגיין
כדענק נישט צו עס איז אין דבר"י עה"ת צו אין שו"ת
יהיה כן האט געשריבן:
חברה עטץ ווילטס מגבב זיין חומרות געזונטערהייט, לאז דעם סאטמאר רב ארויס דערפון וואס? סאטמארע אידן גייען נישט אריין אין א בנין וואו סי׳ז דא דערויף דער דגל המדינה? אויב אזוי קין מען אין גאנץ ב״ג לופטפעלד נישט אריינטרעטן
כ'פארשטיי נישט כבוד הרב יהיה כן, ער זאגט דאך אז דער רבי ז"ל ברענגט עס להלכה...
פון דיין געשרייבעכץ דא זעה איך אז איר זענט מסתמא אויסגעקאכט במשנתו של הה״ק מסאטמאר אויב אזוי דאן איז דער אלטער כלל ״אייתי ספר ונחזי״ (איין מראה מקום גיב איך דיר אין דברי יואל אדער פ׳ במדבר אדער פ׳ בהעלתך איז דא אן אריכות איבער דעם דגל הסטרא אחרא...)
כ׳זעה איר האט מבהר געווען אייער הגדרה פון ״רבים חללים הפילה״ מיינט איר די אל על פירמע זעלבסט, נישט די פאהרער, אקעי מיט דעם האט איר שוין איימאל רעכט
הער מאכטע אין מירון איז ערווארטעט פיל ערגערע סורפרייזעס ווי דער פאן, ה׳ ירחם על עמו ועל ארצו