איינער שיקט מיט מיר 3 פעקלעך ווייטאמינען פון ניו יארק קיין ארץ ישראל,
in order to be on the safe side
וויל איך מיר פראטעקטאן אז ס'איז נישט פון די אומלעגאלע ווארע, איז דא א נומער אריינצוקאלן אדער א פלאץ זיך צו מעלדן אז איך טראג מיט ווייטאמינען אז אין קעיס מקכאפט מיר זאלן זיי זעהן אז כ'האב שוין געזאגט פאראויס ???
אויב איז עס א קאנטראלד סובסטענס ווי למשל א פעין קיללער אדער וואליום איז עס זיכער נישט ליגעל, אויב די נעמסט עס מיט דארפסטו האבן א פרעסקריבשען אויף דיין נאמען, אנדערע מעדיצין גלייב איך נישט אז עס איז פראבלעם אין אזא קליינע מאס, א מענטש פאר זיך מעג מיטנעמען וואס ער דארף, בפרט אויב איז עס אווער די קאונטער איז זיכער נישט קיין פראבלעם אבער אריינרופן וואלט איך זיכער נישט געראטן, דאס וועט זיי נאר אנצינדן א רויטע ליכטל, דאס מיינט אויטאמאטיש א זיכערע 3 שעה מער אויף יעדע זייט גרעניץ, מיט די מעגליכקייט צו פארבלייבן אויף די שווארצע ליסט פאר אפאר יאר.
ווייטעמינען און מעדיצין איז זייער א געוואגטע זאך אנצונעמען צוליב די ענליכקייטן צו די ריכטיגע דראגס, וואס איך טוה אבער אין אזא צייט איז, איך בעט דעם איד מיר צו געבן דאס געלט און איך אליינס קויף זיי איין, אויב איז דא תירוצים פארוואס די קענסט נישט און נאר ער קען, איז דאס שוין א סימן אז עפעס טויג נישט, איך האב שוין עטליכע מאל אליינס געקויפט אומגעזאגט און אוועקגעווארפן די אריגינעלע צוליב כבוד משפחה א. ד. ג. , מיין כלל איז אז לויער'ס קאסטן מער און עגמת נפש קען מען בכלל נישט באצאלן.
מי יודע, ווילאנג א זאך איז נישט פארבאטן דורך די פ.ד.א. מעג מען עס אריינברענגען, אבער נישט צום פארקויפן.
DotCom האט געשריבן:

פונקט אזוי, און די קענסט אים אפילו זאגען אפען און פנים אריין אז די האסט מורא, יעדער פארשטייט היינט אז מענטשען האבען מורא, און אזוי דאט קאם זאגט גיי די אליינץ עס קויפן, אבער דאס יא מען דארף זיך זייער שטארק אכטונג געבען, (איך דארף דיר נאך האבן דא און קרעטשמע.)
צו יעדער פארשטייט ווייס איך שוין נישט, איך האב זיך שוין באגעגענט מיט אלע מינע צודרייטע מענטשן, אפילו אזעלכע וואס האבן מיר שוין אפגעזאגט צוליב מורא, אבער ווען איך האב זיי עס געזאגט האבן זיי אויף מיר געפנט צוויי ריזיגע אויגן, די טראסט מיר נישט?.... אבער מיין כלל הנ"ל איז אייביג מכריע.
איך רעד פון א געוויסע קריעם וואס די FDA האט פארבאטן צו פארקויפן דא אין אמעריקא (פאר זייערע צודרייטע סיבות) מעג איך ווען איך געפין מין אין א צווייטע לאנד עס קויפן פאר מיין באנוץ און עס אריינברענגן? (כ'מיין, פון ווי דארף איך בכלל ויסן אז עס איז פארבאטן)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.