א גרויס'ן יש"כ הרב לכתחילה דרך אגב, אין די מעלות האט הרב ב. הלוי געשריבען אמאל א לענגערע ארטיקעל איבער די נושא גלייך נאך ניין עלעווען ווי ער האט געברענגט פון עטליכע פלעצער אין די תורה רמזים אויף יענע געשהעניש
גראדע ליגט מיר אין קאפ אז יענע ארטיקעל האט געהאט אסאך קריטיק איך געדענק שוין נישט פונקטליך פארוואס
ים רויבער האט געשריבן:
א גרויס'ן יש"כ הרב לכתחילה דרך אגב, אין די מעלות האט הרב ב. הלוי געשריבען אמאל א לענגערע ארטיקעל איבער די נושא גלייך נאך ניין עלעווען ווי ער האט געברענגט פון עטליכע פלעצער אין די תורה רמזים אויף יענע געשהעניש
גראדע ליגט מיר אין קאפ אז יענע ארטיקעל האט געהאט אסאך קריטיק איך געדענק שוין נישט פונקטליך פארוואס
קריטיק פון די ארטיקעל אויף די מעטאדע? אדער מענטשען קריטיק אויף די מעלות?
עניוועי, די חברה ניצן די מעטאדע פון די אויבן דערמאנטע פראפעסער, דאס איז אן די תנאים פון מרן רחמ"ד זצ"ל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ים רויבער האט געשריבן:
פון די מענטשען אויף די מעלות איך געדענק נישט פונקטליך נאר אזויפיל אז ביי "בריווען צו די רעדאקציע" האט זיך געטוהן א שטיק צייט אהין אין צוריק
דאן איז פארשטענדליך, ווייל ווי איך האב געשריבן, ניצען זיי נאר די חלק פון די זעלבע מאס אותיות, אן די צוויי אנדערע תנאים, און זיי זיכען אין עברית וכו' וכו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נאר וואס יא, איך האב אייך געוואלט פרעגן איין זאך. פונקט לעצטענס האב איך גערעדט מיט איינעם איבער דעם, זאגט ער מיר אז עס זענען דא וועלכע קריטיקירן דאס שטארק, און זיי טענה'ן אז מען קען דאס זעלבע טרעפן אין יעדע געשריבענע זאך, למשל אין א ענגלישע אינצייקלאפידיע. איך האב אים געענטפערט אז ער זאל מיר ווייזן ווי מען קען עס טרעפן. אבער למעשה, לויט ווי דו שרייבסט דא, אז עס דארף נאכקומען אלע דריי תנאים, קען זיין אפשר אז דאס איז דער תירוץ.
עכ"פ, כ'אב געוואלט וויסן צו דו האסט שוין אויך געהערט איבער דעם, און אויב יא, צו איז טאקע דאס דער תירוץ, ווי איך האב געשריבן, אדער עפעס אנדערש.
חי עולמים - טהור עיניים NO man is a failure who has friends
כ'האב שוין א לענגערע צייט צוריק געהערט איבער די תורה קאודס, עס איז מיר אבער זייער שווער געווען צו דערגיין פון וואו דער מקור שטאמט. אזויפיל האב איך געהערט אז עס האט עפעס מיט רחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל, און אויב איך וועל קוקן אין זיינע ספרים וועל איך זען מער, איך בין אבער קיינמאל נישט אנגעקומען דערצו. דו האסט עס אבער הערליך צולייגט, אזוי שיין מסביר געווען, פיל אינפארמאציע וואס איך האב געוואלט וויסן דערוועגן איז מיר שוין פארענטפערט. נאכאמאל, א דאנק.
איך ווייס נישט אויב ביסט אינגאצען גערעכט מיט'ן זאגן אז זיי פאלגען נישט אלע תנאים פון רחמ"ד זצ"ל, מעגליך אז ווען זיי הייבן אן זוכן קאודס אין זייער פראגראם, זוכן זיי נישט ספעציפיש זאכן וואס האט א שייכות מיט די פסוקים, לכאורה ווייל ס'איז היבש א שווערע ארבעט צו מאכן דעם קאמפיוטער פארשטיין וואס עס שטייט אין די פסוקים, אבער נאכ'ן טרעפן קאודס, וועלן זיי פיל מאל ממילא טרעפן אז עס שטימט אריין אין די פסוקים.
למשל, זיי האבן געזוכט איבער'ן רמב"ם, און געטראפן גאר אסאך אינפארמאציע איבער אים. דאס איז א בילד פון די פסוקים(גענומען פון דא):
רמב"ם אין ספר שמות
עטליכע זאכן טרעפט מען אין דעם בילד. אנהייבענדיג ביי די ערשטע 'מ' וואס איז ארומגערינגעלט, ציילענדיג פופציג אותיות, טרעפט מען א 'ש', נאך פופציג אותיות טרעפט מען א 'נ' און דערנאך א 'ה', האט מען שוין 'משנה'. שפעטער אינעם בילד, ביי די 'ת' וואס איז ארומגערינגעלט, טוט מען די זעלבע, אויסלאזענדיג פופציג אותיות, וועט מען טרעפן דעם ווארט 'תורה'. האט מען שוין דעם רמב"ם'ס ספר, משנה תורה. צווישן דער ערשטער אות פון 'משנה', און דער ערשטער אות פון 'תורה' איז דא פונקט 613 אותיות. דער ספר משנה תורה, איז מפרש די תרי"ג מצוות. צווישן די צוויי ווערטער איז דא א פסוק - געקעסטעלט אינעם בילד - וואס איז דער געבורטס-טאג פונעם רמב"ם. אנהייב פונעם בילד - די דריי עקיגע אותיות - איז אויך דא א רמז צום רמב"ם, נישט קיין תורה קאוד, נאר פשוט'ע ראשי תיבות. די פסוקים רעדן פון מצרים, וואו דער רמב"ם האט געוואוינט. אויך רעדט דאס פון די גרויסקייט פון משה רבינו ע"ה, עס קען אויך מיינען דעם רמב"ם, וואס האט געהייסן משה, און איז געווען גאר גרויס אין זיינער צייט.
די נומער פופציג, וואס מען ניצט דא, מיינט לכאורה גארנישט, און דעריבער פאלגט דאס נישט די צווייטע תנאי, אז די נומערן וואס מען לאזט אויס דארף האבן א שייכות צו וואס מען זוכט. אבער איך גלייב אז עס וועט נישט זיין שווער צו טרעפן עפעס א רמז פון פופציג צום רמב"ם. די דריטע תנאי איז אבער קלאר אויסגעפאלגט געווארן דא.
עס איז דא נאך פילע אזוינע רמזים וואס זיי האבן געטראפן, אסאך זענען שטוינענד, אבער אויף עטליכע האב איך אויך טענות. למשל, איך געוויסע זיכונגען ניצן זיי ריין העבראישע ווערטער. פארוואס זאל א העבראישע ווארט זיין גילטיג דא? די זעלבע מיט די אויסלייג פון די ווערטער, איך האב געזען עפעס א רמז אויף אבאמא, ווער זאגט אז דאס איז דער וועג וויאזוי מען שרייבט אבאמא אין לשה"ק? אפשר אובאמא, אבמה אדער אבאמה?
איך האב נישט קיין נערווען אפירצוזוכן אלע רמזים און בילדער וואס כ'האב שוין געזען דערפון, אבער פאר איינער וואס איז אינטערעסירט, איז דאס גאר אינטערעסאנט. לעצטעס מאל וואס איך האב געטוהן דערין, האב איך געזען אז דער ריפס ארבעט צוזאמען מיט עטליכע האליוואוד פראדוסערס ארויסצוגעבן א פילם דערוועגן, איך ווייס נישט די סטאטוס דערפון אדער אויב עס האט זיך אויסגעארבעט.
ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט דערוועגן, בין איך געווארן זייער אנטציקט דערפון און כ'האב אנגעהויבן ארבעטן אויף אן אייגענער פראגראם וואס זאל דאס קענען טוהן. איך בין אנגעקומען צו מאכן פראגרעס דערויף, אבער נאכ'ן ווערן פארנומען מיט אנדערע ארבעט, האט איך עס געלאזט לויפן. ערגעץ אויף מיין קאפיוטער וועל איך נאך מעגליך טרעפן חלקים דערפון.
די גויאישע מאטאמאטיקער אין די אקעדעמישע וועלט, טענה'ן דאס, אז מען קען נעמען יעדע בוך אדער ענגלישער מאנוסקריפט, און אויך טרעפן רמזים אויף זאכן אדער געשעענישן, און צוליב דעם ווילן זיי נישט מודה זיין אז די תורה איז עפעס ספעציעל אין דעם זין. מען קען טאקע אויך טרעפן אין ענגליש ווערטער אויף דעם אופן, אבער עס איז הימל-און-ערד דער חילוק צווישן די ענגלישע ביכער און די תורה.
זיי האבן גענומען גאנץ שעיקספיער (א פראמינענטער גויאישער שרייבער\פאעט), און נאר געטראפן גאר קורצע ווערטער, נאכן ארויפרוקן דעם נומער פון אותיות אויסצולאזן גאר הויך. למשל אין די תורה וועסטו טרעפן די ווערטער משנה תורה (פאריגע תגובה) מיט פופציג אותיות אפגערוקט, און נאך פילע רמזים אין די עטליכע פסוקים, וואס האט קלאר א שייכות צו די פסוקים. משא"כ ביי זיי קען מען טרעפן איין קורצע ווארט, למשל, europe, מיט 300-400 אותיות אויסגעלאזט, אן דעם וואס עס זאל האבן קיין שום שייכות צו די ווערטער אין וואס מען טרעפט דאס.
(דאס איז נאר א משל, איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואס מען האט געזוכט, אבער דער תמצית איז די זעלבע)
יעצט צום ענין, תרגום יונתן האט שוין טיילווייז גענטפערט, איך וועל נאר צולייגען אפאר פרטים. די ענגלישע אינצייקלאפעדיע, מיינסטו מן הסתם די "אינצייקלאפעדיע בריטאניקע", דאס איז די מערסט באוויסטע אינצייקלאפעדיע, און דאס איז געווען די עיקר אינצייקלאפעדיע, ביז עס איז אויפגעוואקסען "וויקעפעדיע".
אין די "אינצייקלאפעדיע בריטאניקע", איז דא א קיימא לן פון 44,000,000 ווערטער!! לעומת זה להבדיל אלף אלפי הבדלות איז אין די תורה נישטא מער ווי 304,805 ווערטער!!
יעצט איז אזוי, די חק הטבע געט מיט, אז יעדע זאך, ווי למשל ארויף ווארפען א קוואדער אין די לופטן, אויב איינער וועט עס טאן א געוויסע מספר מאל, גענוג מאל, וועט עס פאלן די זעלבע מאס מאל, אויף די פאדערשטע זיייט ווי אויף די אינטערשטע זייט, דאס איז א מאטעמאטישער חשבון, און עס האט מיט גארנישט צי טאן (עס איז א לאנגע קאמפלעצירטע שמועס פאר זיך, עס ווערט אנגערופען "פראבעבולעטי טעאריע" (Probability theory) אין אינווערסעטעט געט מען אויף דעם גאנצע לעקטשורס).
עכ"פ הנוגע לעניננו, אז מען האט 44,000,000 ווערטער, געט די "פראבעבולעטי טעאריע" מיט, אז מען וועט טרעפען ווערטער מיט דילוגי אותיות, און עס האט גארנישט מיט קיין נס, משא"כ להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה, מיט אירע סך הכל 304,805 ווערטער, שטימט נישט די "פראבעבולעטי טעאריע" חשבון.
שעיקסביער האט אויך סך מער ווערטער 884,647.
אין נאך מער, מען טרעפט ווייניג זאכן דארט, און ווי תרגום יונתן האט געשריבן, מיט גרויסע מספר אויתיות אינצווישען, משא"כ להבדיל אלף אלפי הבדלות אין די תורה ,טרעפט מען טוזענטער ווערטער, און מיט קליינע מאס חילוק, און אז דו גייסט נאך מיט די שיטה פון מרן זצ"ל, קומט נאך צו די אנדערע צוויי תנאים.
תרגום יונתן האט געשריבן:
א הערצליכן דאנק, לכתחילה.
כ'האב שוין א לענגערע צייט צוריק געהערט איבער די תורה קאודס, עס איז מיר אבער זייער שווער געווען צו דערגיין פון וואו דער מקור שטאמט. אזויפיל האב איך געהערט אז עס האט עפעס מיט רחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל, און אויב איך וועל קוקן אין זיינע ספרים וועל איך זען מער, איך בין אבער קיינמאל נישט אנגעקומען דערצו. דו האסט עס אבער הערליך צולייגט, אזוי שיין מסביר געווען, פיל אינפארמאציע וואס איך האב געוואלט וויסן דערוועגן איז מיר שוין פארענטפערט. נאכאמאל, א דאנק.
תרגום יונתן האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב ביסט אינגאצען גערעכט מיט'ן זאגן אז זיי פאלגען נישט אלע תנאים פון רחמ"ד זצ"ל, מעגליך אז ווען זיי הייבן אן זוכן קאודס אין זייער פראגראם, זוכן זיי נישט ספעציפיש זאכן וואס האט א שייכות מיט די פסוקים, לכאורה ווייל ס'איז היבש א שווערע ארבעט צו מאכן דעם קאמפיוטער פארשטיין וואס עס שטייט אין די פסוקים, אבער נאכ'ן טרעפן קאודס, וועלן זיי פיל מאל ממילא טרעפן אז עס שטימט אריין אין די פסוקים.
למשל, זיי האבן געזוכט איבער'ן רמב"ם, עטליכע זאכן טרעפט מען אין דעם בילד. אנהייבענדיג ביי די ערשטע 'מ' וואס איז ארומגערינגעלט, ציילענדיג פופציג אותיות, טרעפט מען א 'ש', נאך פופציג אותיות טרעפט מען א 'נ' און דערנאך א 'ה', האט מען שוין 'משנה'. שפעטער אינעם בילד, ביי די 'ת' וואס איז ארומגערינגעלט, טוט מען די זעלבע, אויסלאזענדיג פופציג אותיות, וועט מען טרעפן דעם ווארט 'תורה'. האט מען שוין דעם רמב"ם'ס ספר, משנה תורה. צווישן דער ערשטער אות פון 'משנה', און דער ערשטער אות פון 'תורה' איז דא פונקט 613 אותיות. דער ספר משנה תורה, איז מפרש די תרי"ג מצוות. צווישן די צוויי ווערטער איז דא א פסוק - געקעסטעלט אינעם בילד - וואס איז דער געבורטס-טאג פונעם רמב"ם. אנהייב פונעם בילד - די דריי עקיגע אותיות - איז אויך דא א רמז צום רמב"ם, נישט קיין תורה קאוד, נאר פשוט'ע ראשי תיבות. די פסוקים רעדן פון מצרים, וואו דער רמב"ם האט געוואוינט. אויך רעדט דאס פון די גרויסקייט פון משה רבינו ע"ה, עס קען אויך מיינען דעם רמב"ם, וואס האט געהייסן משה, און איז געווען גאר גרויס אין זיינער צייט.
די נומער פופציג, וואס מען ניצט דא, מיינט לכאורה גארנישט, און דעריבער פאלגט דאס נישט די צווייטע תנאי, אז די נומערן וואס מען לאזט אויס דארף האבן א שייכות צו וואס מען זוכט. אבער איך גלייב אז עס וועט נישט זיין שווער צו טרעפן עפעס א רמז פון פופציג צום רמב"ם. די דריטע תנאי איז אבער קלאר אויסגעפאלגט געווארן דא.
השם- "אובאמה" - הוצפן בספר יחזקאל פרק ל"ח פס... וק ב' בהפרש של 7 אותיות בן אות לאות וַיְהִי דְבַר יְדֹוָד אֵלַי לֵאמֹר: בֶּן אָדָם שִׂים פָּנֶיךָ אֶל גּוֹג אֶרֶץ הַמָּגוֹג נְשִׂי*א* רֹאשׁ מֶשֶׁךְ *וְ*תֻבָל וְהִנָּ*בֵ*א עָלָיו: וְ*אָ*מַרְתָּ כֹּה אָ*מַ*ר אֲדֹנָי יְהוִ*ה* הִנְנִי אֵלֶיךָ גּוֹג נְשִׂיא רֹאשׁ מֶשֶׁךְ וְתֻבָל: אם סופרים שבעה אותיות מתיבת "נשיא", מתקבל "אובאמה" (אגב תוספת אות אל"ף אחרי אות בי"ת היא הדרך הנכונה לכתוב אובאמה לפי ההלכה בדיני גיטין, כיון שמדובר על שם לועזי). דבר מעניין: הנביא מייחס ל"גוג" את התואר "נשיא" ולא "מלך"! מדהים לראות שהנבואה נכתבה לפי הלשון של הדור שלנו ממש!
כידוע ,7 הוא מספר מאוד משמעותי ביהדות. שבעת ימי בריאת העולם,
שבע שנים לשמיטה, 7 שבועות לספירת העומר ועוד....
ההקשר - נבואת הנביא - נשיא אשר יגרום למלחמת גוג ומגוג - המלחמה האיומה מכולן..
הצופן מאוד חזק, בהיר ומשמעותי - מבקשים הרבנים להדגיש.
בחירת הנשיא - היא נבואה בלתי נמנעת וצפויה מראש. הרב אמנון יצחק שליט"א מוסיף רמז מהפסוק (בראשית לו' לא'): ואלה המלכים אשר מלכו בארץ אדום (ראשי תיבות אובאמה) לפני מלוך מלך בבני ישראל (המשיח). והבהיר שאובאמה הוא הנשיא מספר 44 בארצות הברית, בגימטריה דם, ואחריו יבוא מספר 45 דהיינו "אדם" כלומר מלך המשיח.
הנשיא הבא "יהיה" מס' 45 גימטריא אדם.
אדם בחינת ישראל ככתוב: "וְאַתֵּן צֹאנִי צֹאן מַרְעִיתִי אָדָם אַתֶּם... (יחזקאל פרק לד פסוק לא) 'אתם קרויין אדם
ואין עו"ג קרויין אדם'. (רש"י על במדבר פרק לא פסוק יט). והמבין יבין..
אפשר איז דאס א רמז אז ער וועט ווידערערוויילט ווערן?...
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אין די "אינצייקלאפעדיע בריטאניקע", איז דא א קיימא לן פון 44,000,000 ווערטער!! לעומת זה להבדיל אלף אלפי הבדלות איז אין די תורה נישטא מער ווי 304,805 ווערטער!! .
מיינסט אוודאי אותיות, נישט ווערטער.
אגב ווייסט איינער א רמז צום אינטערנעט (אדער אינטרנט) אין די תורה? געזוכט אנליין אנע ערפאלג.