Re: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט
ויהי היום השלישי און דער טשעק האט זיך פארבענקט אהיים, וכך הוה ס׳איז צוריק ארויס.
פאריגע וואך דיפאזיט א פרישע טשעק אונטער צוויי אלפים יעצט איז געקומען טשעיס בתפארתו און געלייגט א האלד פאר 10 טעג.
ס׳געלט איז תיכף ארויס פון יענעמס אקאונט כ׳האב באקומען א סקרין שאט פון יענע באנק אקאונט, געווען פאנדינג, ארויס, געקלעירט, אבער נאר איין זייט איז מסכים צום געשעפט. ביי מיר זיצט דער האלד געהעריג אויף קעסט.
יא מ׳האט אריינגערופן צו טשעיס פרובירט אויסצוקלארן די מצב, נאכן רעדן מיט גאנץ א פריינליכע רעפרעזענטעטיוו, און נאכן זיצן אף האלד אפטר מינוט איז צוריקגעקומען א שטרענגע אנטווארט, אנטשולדיגט אבער די דאזיגע האלד וועט זיצן אזוי ביזן קומענדין אכצענטן, אן קיין סיבה, פרוביר אפילו נישט צו פרובירן פריער.
כאילו מ׳זאגט איינעם:
ביסט באשטראפט געווארן, דאס איז דיין קנס.
נעקסט טיים וואטש וואס דו דעפאזיטס.
מיר האבן דיך געטראסט און ריעליסט פאר דיר ס׳געלט, וואלסט געקענט אהיימגיין מיט מער פון צען אלפים אין טאש, נאך א מזל מיר האבן דאס שנעל געכאפט און אפגעקראכט, יעצט וועסטו ווארטן אויף דיינע קומענדיגע דיפאזיטס ביזן ווערן געקלעירט.
למען ישמעו ויראו, זעה דעיס זאל מער נישט פארקומען.
דעיס איז טשעיס.
נ.ב. כ׳בענק שוין דארט אזא צוואנציג יאר, געהאט פארשידענע אקאונטס, פארשידענע תגובות געקענט ווען ארויפלייגן במשך די יארן, פון מעשיות בכה ובכה, יא דעיס איז טשעיס, זה דרכם כסל למו, וועסט ווערן א מענטש מהיום והלאה וועסטו ווייטער קענען געניסן פון אונזער סערוויס.
מ׳האמיר זיי אייביג אויסגעשוויצט למעשה און אנגעגאנגען מיט ביזנעס.