iPhone הילף
ווי כ'האב שוין געשריבן האב איך זיך פארשאפט אן אייפאון צו אויספרובירן דעם אזוי נאכגעלאפענעם סעלפאן, און מיין צופרידנהייט דערפון וועל איך לאזן פאר א שפעטערע געלעגנהייט. איך האב פארשידענע זאכן וואס איך דארף הילף דערמיט.
וזה החלי.
איז דא א וועג צו טוישן (rename) די בילדער וואס איך כאפ אפ אויפן אייפאון??
ווען איך סעיוו א בילד באקומט עס אלעמאל דעם נאמען:
photo.jpg
איך האב שוין פרובירט, און איך זע נישט ווי איך זאל קענען טוישן דעם נאמען.
בכלל, ווי כ'האב שוין געשריבן, איז דער קאמערא פונעם אייפאון גאר גוט, אבער ס'נישט דא קיין שום וועג צו טוישן די פשוטע סעטינגס וואס איז נארמאל ביי אנדערע פאונס, ווי למשל אנשטעלן די מפ פונעם בילד וכו' וכו'.