דגים טהורים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

דגים טהורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ס'איז דא די באקאנטע פיש וואס מען איז ציגעוואינט צי עסן ווי סעלמאן פיש, ווייט פיש, פייק, קארפ, סארדינען, פלאונדער, טילעפיא, און שטייצעך געפילטע פיש... אין גראסערי זעה איך אז דגים האט געפרויענע פיש מיט נעמען וואס זענען מיר נישט באקאנט, ווי Sole, ocean perch, און pollock, און אפשר נאך.

ווי קען מען וויסן מער איבער דגים טהורים? איך קלער זיך אריינצילייגן אין די נושא (אפשר וועל מיר קענען טרעפן דעם חלזון...:roll:)

(אין ארץ ישראל איז דא א באנדע וואס זיי געבן זיך אפ מיט "עופות" שיש להם מסורה, וואס ליידער עסן זיי זיך אן מיט עופות טמאים לשם מצות מסורה ואכמ"ל)
.
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3382
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מען דארף געדענקען, אז נעמען פון פיש זענען זייער אנדערש און פארשידענע מדינות, און וואס אין איין לאנד אז עס דער נאמען פון א כשרע פיש איז אן אנדער לאנד די נאמען פון א טריפה'נעם פיש!
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

עטליכע וואכן צוריק האט הרב שטיינבערג פון די סאטמארע (מהרי"י) וועד הכשרות ארויסגעגעבן א שיינע קונטרת מיט אסאך פרטים איבער די כשרות פון פיש עס איז גאר אונטערסאנט.

בדרך כלל איז פיש זייער סימפאל אויב האט עס די צוויי סימנים איז עס כשר ומכלל הן. דאס איז אלעס אויב די פיש'ל איז גאנץ אויב קומט עס אן אן די הויט אדער צו'מאלן דאן דארף מען זיך פארלאזן אויפן בעל מכשיר אז ער האט עס בודק געווען פון בעפאר.

הרב שטיינבערג שרייבט טאקע אז די הויט וואס מאנכע נעמען צו פארקליווערן די פיש-זאפט איז כדאי מ'זאל אליינס בודק זיין צו ס'האט די סימני טהרה. מען קען אזוי טאן אן עפענן די זעקל שרייבט ער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

היימישער איד האט געשריבן: עטליכע וואכן צוריק האט הרב שטיינבערג פון די סאטמארע (מהרי"י) וועד הכשרות ארויסגעגעבן א שיינע קונטרת מיט אסאך פרטים איבער די כשרות פון פיש עס איז גאר אונטערסאנט.

בדרך כלל איז פיש זייער סימפאל אויב האט עס די צוויי סימנים איז עס כשר ומכלל הן. דאס איז אלעס אויב די פיש'ל איז גאנץ אויב קומט עס אן אן די הויט אדער צו'מאלן דאן דארף מען זיך פארלאזן אויפן בעל מכשיר אז ער האט עס בודק געווען פון בעפאר.

הרב שטיינבערג שרייבט טאקע אז די הויט וואס מאנכע נעמען צו פארקליווערן די פיש-זאפט איז כדאי מ'זאל אליינס בודק זיין צו ס'האט די סימני טהרה. מען קען אזוי טאן אן עפענן די זעקל שרייבט ער.

אויב מיין פיש געשעפט האט א גוטע הכשר, פארוואס זאל דאס נישט זיין זייער אחריות?
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

האסט א גוטע טענה.. ער זאגט אז ס'איז זייער שווער פארן געשעפט יעדען שטיקל הויט צו באקוק'ן פארלאזט מען זיך אז ס'איז גוט, אבער אז די קענסט מחמיר זיין און א בליק טאן דערויף פארוואס נישט? ער שרייבט נישט אז מ'מוז נאר אז ס'איז טוב אזוי צו טאן.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אויב די קענסט אליין קוקן פארוואס זאלסטו זיך צומאכן די אויגן און זאגן אז עס יענעמס אחריות?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שאינו יודע האט געשריבן: אויב די קענסט אליין קוקן פארוואס זאלסטו זיך צומאכן די אויגן און זאגן אז עס יענעמס אחריות?

איך קויף דען ביים פיש מארקעט? איך קויף דאך ביים היימישן איד [נישט די ניק] און איך צאל אים טייער געלט ווייל ער האט א הכשר, זאל דער משגיח זעהן דערצו עס זאל נישט אריינקומען קיין פרעמדע הויט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

א משגיח איז דאך נישט דארט אגאנצן טאג.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נאר פארוואס צאל איך אזוי טייער?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שאינו יודע האט געשריבן: א משגיח איז דאך נישט דארט אגאנצן טאג.

מען דארף נישט דארט זיין א גאנצן טאג, נאר ווען די הויט קומט אריין [וואטעווער].
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

חברי מבקשי הכשרות / כשרות פון טונא פיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

אין מאנסי איז עדווערטייזט א שיעור דורך חברי מבקשי הכשרות.

חברי מבקשי הכשרות איז געגרונדעט געווארן נאך דעם אומפארגעסליכע פלייש שערוריה אין מאנסי כמעט עלעף יאר צוריק. די תכלית פון די ארגיניזאציע איז נאך צו גיין שאלות בעניני כשרות וואס קומען ארויף טעגליך, אויך האבן זיי אייגענע משגיחים וואס גייען אריין אין פארשידינע געשעפטן און זענען מתקן פארשידינע תקנות ארויף צו ברענגן די כשרות אויף א העכערע סטאנדארט. אויב מאכט איר א שמחה און איר ווילט האבן א משגיח תמידי, קענען זיי דאס אויך צו שטעלן.

מען קען ווערן א מעמבער פאר א קליין אפצאל אין דאס העלפט דעקן די קאסטן פון די משגיחים און ריסערטש. אויך באקומען מעמבערס אפאר מאל א יאר אן אפדעיט פון די חבורה און פארשידינע ארטיקלן בעניני כשרות. דאכט זיך מיר אז דערווייל זענען זיי נאר אין מאנסי.

דאס איז אלעס וואס איך ווייס אויף זיי. זאלן קומען די יודעי דבר און זאלן אראפנעמען און צו לייגן.

אגב דאס קען זיין א גרויסע אויפטוה פאר די כשרות וועלט אז די משגיחים ווערן באצאלט פון די בני עיר און האבן נישט קיין נגיעה צו קיין שום צד.
אטעטשמענטס
kashrus.JPG
kashrus.JPG (106.03 KiB) געזען 4176 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36811
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זענען דא חששות איף טונא


אויף א זאך וואס האט א היימישע השגחה מעולה איז נישטא קיין חששות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

ווי איך פארשטיי זיי ווילן ארויסברענגן אז עס דארף א השגחה מעולה. שוין געהערט אויף טעיקאויטס וואס האבן גענוצט טונא מיט נישט היימישע השגחות.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

יענקל פאטאש האט געשריבן: ווי איך פארשטיי זיי ווילן ארויסברענגן אז עס דארף א השגחה מעולה. שוין געהערט אויף טעיקאויטס וואס האבן גענוצט טונא מיט נישט היימישע השגחות.


מיינסט אוודאי צו זאגן, אז די טעיקאוטס דארפן האבן א השגחה מעולה, ווייל טאמער נישט קענען זיי נוצן טונא מיט נישט היימישע השגחות.
אלזא, די קעפל דארף זיין: איז דא חששות אין טעיקאוטס...?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

פון א חשובע בעל מכשיר האב איך שוין געהערט אז די טונא איז בכלל נישט אזוי פשוט. מ'דארף בודק זיין יעדעס פיש אויב ס'איז טאקע טונא. און ס'איז גארנישט קיין גרינגע מעשה. אפילו בעסערע בעלי מכשירים האבן נישט קיין הונדערט פראצענדיגע מהלך אויף דעם.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

שטאלצער יוד האט געשריבן: פון א חשובע בעל מכשיר האב איך שוין געהערט אז די טונא איז בכלל נישט אזוי פשוט. מ'דארף בודק זיין יעדעס פיש אויס ס'איז טאקע טונא. און ס'איז גארנישט קיין גרינגע מעשה. אפילו בעסערע בעלי מכשירים האבן נישט קיין הונדערט פראצענדיגע מהלך אויף דעם.


אלזא, דארף מען מאכן אן אסיפה פאר אלע בעלי מכשירים, און זיי אויסלערנען די ריכטיגע מהלך. דאס איבעריגע, איז נישט מער ווי חול המועד (ניין טעג) האלטן...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

farshlufen האט געשריבן:
זענען דא חששות איף טונא


אויף א זאך וואס האט א היימישע השגחה מעולה איז נישטא קיין חששות.


לאו דוקא, א זאך וואס האט א היימישע השגחה מיינט אז א היימישער רב האט דורכגעטון דעם חשש און ער האט גע'פסק'נט להיתר.
אמאל קען זיין ווייל ס'איז א הפסד מרובה פאר די קאמפאני אדער ס'איז א צורך פאר אסאך מענטשן במילא קען מען אננעמען להיתר.
למשל
מ'קען נישט זאגן אז ס'איז "נישטא קיין חשש" פון ווערים אין די וואסער אין ניו יארק סיטי, מיין דיין האט מיר געוויזן ווערים, די שאלה איז נאר צו מען קען טרעפן א קולא,
יעצט זענען דא רבנים מכשירים וואס פארלאנגען נישט קיין פילטער ווען מ'נוצט סינק וואסער אין די סיטי, מיינט דאס אז זיי זענען מאכיל טריפות חלילה, ניין, זיי האבן מברר געוועזן און זיי האבן זיך אויף וועם סומך צו זיין אז מ'קען מקיל זיין.
דאס מיינט אבער נישט אז ס'קען נישט זיין אז דיין מורה הוראה וועם דו פרעגסט אלע שאלות און דו געהערסט צו זיין קהלה האלט נישט אז דאס איז גאר א גרויסע פראבלעם.

כ'וועל ברענגען נאך א משל וואס איז שוין היינט נישט אקטועל ווייל מ'קען שוין זיפן מעל מיט בעסערע עקוויפמענט און מ'האלט עס בדרך כלל פרישער.
ווען מ'האט געטראפן אסאך ווערים אין מעל פאר ארום 30 יאר צוריק האט זיך ארויסגעשטעלט אז אויב הייסט מען די קאמערשאל בעקערייען זיפן די מעל וועט נאר ווערן ערגער, האבן רוב מכשירים גע'פסק'נט מ'זאל עס נישט זיפן, איר מיינט ס'איז נישט געווען קיין ווערים, כמעט יעדער וואס האט געזיפט אינדערהיים האט געטראפן ווערים יעדע שטיק צייט אינעם זיפל.
כ'געדענק מיין זיידע ע"ה האט טאקע נאר געגעסן חלה שיריים א גאנצע וואך און היימישע מזונות (אוי איז די באבע ע"ה געווען א צדיקת דאס צוצושטעלן) אבער פארן המון עם האט מען געבאקן אין גרויסן, ס'איז קיינמאל נישט געווען א אפהאלט פון פארקויפן ברויט. דאס מיינט נישט ס'איז נישטא קיין חשש, דאס מיינט אז לפי הצורך והמציאות ברויך מען זיך פארלאזן אויף גאר שטארקע קולות, און אזוי איז טאקע די הלכה ווען מ'האט נישט קיין ברירה, דאס מיינט אבער נישט אז "ס'איז נישט דא קיין חשש"
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ווערעצקי האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן: פון א חשובע בעל מכשיר האב איך שוין געהערט אז די טונא איז בכלל נישט אזוי פשוט. מ'דארף בודק זיין יעדעס פיש אויס ס'איז טאקע טונא. און ס'איז גארנישט קיין גרינגע מעשה. אפילו בעסערע בעלי מכשירים האבן נישט קיין הונדערט פראצענדיגע מהלך אויף דעם.


אלזא, דארף מען מאכן אן אסיפה פאר אלע בעלי מכשירים, און זיי אויסלערנען די ריכטיגע מהלך. דאס איבעריגע, איז נישט מער ווי חול המועד (ניין טעג) האלטן...

אנדערע רופן עס ידיעות התורה, ואידך פירושא הוא זיל גמור
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קענסט פרעגן די קשיא אויף יעדע כשרות דרשה, פארוואס דארף מען רעדן צום ציבור? מ'דארף זאגן איין ווארט, קויף נאר מיט א גוטע הכשר.
דער אמת איז נישט אזוי, ווייל מיט די צייט ווערט מען אפגעקילט פון מדקדק זיין, ספעציעל ווען מ'זעט אמאל אנדערע גדולים וטובים זענען זיך מקיל און עסן שוואכע הכשרים
פארדעם איז וויכטיג צו וויסן וואס טוט זיך בשדה הכשרות אזוי איז מען אלץ אן דע לאקאוט און אלערט צו וואס ס'גייט פאר
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

אוודאי איז טונא מיט א גוטע היימישע הכשר מוחזק בכשרות, און דאס איז נישט די תכלית פון חמ"ה צו מערער זיין דערויף.

חמ"ה מאכט יעדן יאר אזא כינוס צו מעורר זיין דעם ציבור צו זיין מער Aware איבער כשרות המאכלים בכללות, און כדי די עולם זאל קומען ברענגען זיי יעדעס יאר א מומחה אויף איינע פון די כשרות פעלדער. ער רעדט ארום איבער די פראקטישע חלק פון געבן א הכשר, און דאס מאכט די מעמד אינטרעסאנט.
פאריאר האבן זיי געברענגט דער הויפט משגיח פון הרב לאנדא איבער די רעסטאראנטס אין בני ברק. און היי יאר ברענגען זיי א וועלטס מומחה איבער טונא, וואס רוב היימישע הכשרים נוצן אים פאר אינפארמאציע.

אויך וועט הרב אברהם זשוראוועל (פלעגט ארבעטן פארן OU און איז היינט פון די גרעסטע מומחים אויף אינגרידיענטס) ענפערן שאלות פונעם ציבור אין אלע כשרות נושאים.
הרב זשוראוועל געבט שיעורים אויף כשרות אין מאנסי יעדע וואך פאר משגיחים און רבנים וועלכע זענען עוסק אין כשרות, אלעס אונטערן שירעם פון חמ"ה.
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

ווערעצקי האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן: פון א חשובע בעל מכשיר האב איך שוין געהערט אז די טונא איז בכלל נישט אזוי פשוט. מ'דארף בודק זיין יעדעס פיש אויס ס'איז טאקע טונא. און ס'איז גארנישט קיין גרינגע מעשה. אפילו בעסערע בעלי מכשירים האבן נישט קיין הונדערט פראצענדיגע מהלך אויף דעם.


אלזא, דארף מען מאכן אן אסיפה פאר אלע בעלי מכשירים, און זיי אויסלערנען די ריכטיגע מהלך. דאס איבעריגע, איז נישט מער ווי חול המועד (ניין טעג) האלטן...

אסיפות איז נישט וויכטיג נאר פאר בעל מכשירים, ווען מ'הערט אזלעכע סארט שיעורים אפי' ס'איז דיר נישט נוגע אויף טונא ווייל די עסט נאר מיט א גוטע הכשר ווערט מען אבער געוואויר אסאך זאכן אין כשרות בכלל, אין נאך א סיבה פארוואס ס'איז וויכטיג, מ'קען אסאך מאל הערן פון מענטשן אויף געוויסע אזויגערופענע "סימפעל" מאכלים, וואס קען שוין זיין די פראבלעם, ס'איז דאך סך הכל צומאלענע פרוכט, וכדו' וואס דארף עס א הכשר, ווען מ'הערט די סארט שיעורים ווערט מען געוואויר אז "גארנישט" איז סימפל ! גארנישט מיינט גארנישט אריינגערעכנט א באטל וואסער, א פרוכט ביי א גוישע געשעפט, אין אוואדי קאפי וואס אסאך מענטשן מיינען אז ס'איז סך הכל א געוויקס אין פארטיג !! איך זאג נישט אז וואסער, קאפי, פרוכט, וכדו' דארף א הכשר, אבער אזויפיל דארף מען וויסן אז "גארנישט" איז סימפל !! אין מיר מיזט מיר נישט טראסטן אבער פארדעם איז וויכטיג צו הערן די סארט שיעורים, וואס ווען איר וועט הערן וויאזוי פראדאקשען וכדו' גייט צו וועט איר הערן אז נאטינג איז פלעין סימפל
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

שוין געהערט פון עטליכע בעלי מכשירים אז די שטארקקייט פון השגחה איז לויט ווי די עולם פארלאנגט עס, אויב מענטשן זענען aware, פארלאנגען זיי מער, און די מכשירים דארפן זיך צושטעלן.

בד"וו, ס'איז דא א גרויסע השגחה אין א"י וואס האבט נישט געוואלט געבן קיין הכשר אויף טונא אין פרינציפל, קען זיין נאך אלץ, ווייל ער וויל נישט נעמען די אחריות, נישט אזוי פשוט.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

farshlufen האט געשריבן:
זענען דא חששות איף טונא


אויף א זאך וואס האט א היימישע השגחה מעולה איז נישטא קיין חששות.

הרב שארף פון כדתיא טענה'ט אז רוב טונא איז נישט בסדר
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

כ"ק הגה"ק מסאטמאר בעל ברך משה זי"ע האט נישט געגעסען קיין טונא וויל ער האט נישט געזען די מאכל אינדערהיים
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”