בלאט 1פון 1

גוגל קאלענדער

געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2012 10:46 am
דורך צים פינטעל
איך האב א אימעיל אקקאונט ביי גוגל מיט מיין דאמעין איך וויל שעהרן מיין גוגל קאלענדער מיט א צווייטען און ער זאל קענען מאכן טשענדזעס אבער עס גייט נישט.

איך האב נאר די אפשען פון שעהרן אז ער זאל קענען זעהן די ביזי און פרייע איווענטס אבער ער קען נישט מאכן קיין טשענדזעס.

איך האב שוין געגאנגעגן צו "מענעדזש די דאמעין" און דארט אנגעשטעלט אז איך זאל קענען געבן רשות צו שעהרן די קאלענדער מיט די פולע מאכט צו מאכן טשענדזעס, אבער ועדין לא נשענו.

ווען איך שעהר מיט א צווייטען האב איך נישט די אפשען פון געבן די רעכט פאר יענעם צו מאכן טשענדזעס

גוגל קאלענדער

געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2012 12:19 pm
דורך צים פינטעל
אויב איך בין נישט אנגעקומען צו א געוויסע זאך וואס איך האב געוואלט אויספירן אין די קאלענדער
ד.מ. אז איך האב גערעכנט אויף עפעס אז עס זאל מיר נעמען א שעה דערווייל האט עס גענומען א שעה מיט א האלב
יעצט וויל איך אריינשטיפן א האלבע שעה און אלעס זאל זיך אראפריקן מיט א האלבע שעה
ווי אזוי טוט מען עס?

Re: גוגל קאלענדער

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 6:52 pm
דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי
וויאזוי לייגט מען צו צו google calendar די אידישע דאטום, פרשיות, ימים טובים וכו'?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 7:05 pm
דורך קנאפער ידען
מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן: וויאזוי לייגט מען צו צו google calendar די אידישע דאטום, פרשיות, ימים טובים וכו'?

https://www.hebcal.com/ical/

Re: גוגל קאלענדער

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2021 3:22 pm
דורך 3x0
איך האב מיך אביסל ארומגעשפילט מיט היבקאל, פראבירט צו אריינברענגן די זמנים פון הדלקת הנרות און מוצאי שבת צו גוגל, איך קען נישט טרעפן די ריכטיגע סעטינג. אויב אפי' איך האב שוין געטראפן עפעס וואס זאל זיין אזויווי עס שטייט אין לוח פאר די וואך, וועט עס אבער זיין אנדערש עטליכע וואכן שפעטער.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2021 4:48 pm
דורך קנאפער ידען
3x0 האט געשריבן: איך האב מיך אביסל ארומגעשפילט מיט היבקאל, פראבירט צו אריינברענגן די זמנים פון הדלקת הנרות און מוצאי שבת צו גוגל, איך קען נישט טרעפן די ריכטיגע סעטינג. אויב אפי' איך האב שוין געטראפן עפעס וואס זאל זיין אזויווי עס שטייט אין לוח פאר די וואך, וועט עס אבער זיין אנדערש עטליכע וואכן שפעטער.

איך כאפ נישט.

גיי צו https://www.hebcal.com/hebcal לייג אריין דיינע זמנים (צום שקיעה) און זיפ קאוד און היידא.

Re: גוגל קאלענדער

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 8:59 am
דורך 3x0
ביי די זיפ לייג איך 10590, נאכדעם לויט ווי איך פארשטיי דארף איך לייגן 15 און 72.

עס שטימט נישט מיט די לוח וואס איך האב ביי מיר אין אפיס, וועל איך דארפן קוקן מיט אן אנדערע לוח.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:00 am
דורך קנאפער ידען
3x0 האט געשריבן: ביי די זיפ לייג איך 10590, נאכדעם לויט ווי איך פארשטיי דארף איך לייגן 15 און 72.

עס שטימט נישט מיט די לוח וואס איך האב ביי מיר אין אפיס, וועל איך דארפן קוקן מיט אן אנדערע לוח.

10590 אדער 10950? אפשר איז דאס דער אישו...

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:10 am
דורך קנאפער ידען
קנאפער ידען האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן: ביי די זיפ לייג איך 10590, נאכדעם לויט ווי איך פארשטיי דארף איך לייגן 15 און 72.

עס שטימט נישט מיט די לוח וואס איך האב ביי מיר אין אפיס, וועל איך דארפן קוקן מיט אן אנדערע לוח.

10590 אדער 10950? אפשר איז דאס דער אישו...

יעצט געקוקט מיט מיין לוח, טאקע אינטערסאנט. עס זעט אויס ווי ער פאנגט אן דער יאר גוט, אינמיטן יאר איז ער גוט, און סוף יאר אויך. אבער אין די חדשים אינדערמיט פארפארט ער אביסל (ביז 3-4 מינוט פריער ווי דער עכטער זמן.)

מסתם איז דאס דער ענפער https://www.hebcal.com/home/94/how-accu ... ting-times

Re: גוגל קאלענדער

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:36 am
דורך 3x0
זיכער 10950...

יישר כח

Re: גוגל קאלענדער

געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:30 pm
דורך ha ha
איך האב געזעהן ביי איינער אז ער האט Google calendar אויף די אידישער חדשים אין טעג.

איינער ווייסט וועלעכער add on אדער extension מען דארף האבן?

צי קענען האלטן חשבון אין מאכן reminders פאר יום הולדת אין יאהרצייטן.

שכוח

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: