פארבן אותיות פון מציבות
איך האב אנגעפרעגט ביי עטליכע מענטשן דערוועגן, און זיי האבן מיר נישט געקענט אנווייזן א דויערהאפטיגן מארקער וואס די טינט זאל זיך נישט אראפוואשן נאך עטליכע רעגנס.
די ריכטיגע וועג איז דאס צו מאכן מיט פעינט, אבער היות איך קען נישט פארברענגען קיין צייט אויף קיין איינע פון די מקומות, דעריבער וועל איך נישט קענען אראפגיין מיט א קען פעינט און זיך ארומשפילן.
ווייסט איינער פון א פראקטישע עצה וואס איך קען נוצן צו פארבן די אותיות?