router, וועלכע איז די בעסטע?

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

router, וועלכע איז די בעסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

איך בין נישט באקאנט אין דעם נושא, דעריבער, ווען איך האב דעם פארגאנגענעם זומער עס געדארפט האבן, בין איך אריין צו 'וואלמארט' און געפרעגט דעם ערל וואס האט מיר געוואלט העלפן און ער האט מיר געזאגט אז ס'נישט קיין חילוק צווישן די פארשידענע קאמפאניס, און פאר מיר וועט די 'בעלקין' זיין פונקט גוט, און זייענדיג די ביליגסטע, האב איך עס גענומען און באצאלט און ס'האט פיין געארבעט דורכאויס דעם זומער.

דא אין שטאט האב איך עס נישט געברויכט, ווייל אין ארבעט איז עס קאנעקטעד צום סיסטעם, און אינדערהיים האט מיין שכן געגעבן גוטע קאנעקשאן, אבער אזוי ווי איך האב געשפירט אז מיין שכן איז נישט אזוי צום הארצן אז איך זאל עס נוצן, ווייל ער האט געקלערט אז איך טרינק פונעם זעלבן שיסל וועט פאר אים נישט בלייבן גענוג, האב איך אנגערופן עקסטשעידזש און געוואויר געווארן אז פאר נישטיגע צען טאלער קען איך האבן גאנץ א דיסנט דאונלאוד ספיד. געטראכט און געטאן, איך האב עס באשטעלט מיטן וויסן אז אויב איז עס נישט גענוג שנעל, וועל איך נעמען די העכערע פלען פון גאנצע פופצן דאלער פער מאנאט, און איך בין א מענטש פאר מיר. אן אייגענער באלעבאס.

נאך געוויסע קליינע פראבלעמען וואס איך וועל אפשר א צווייט מאל אויסשמועסן האב איך אלעס געהאט אויפגעסעט אבער דער טעכניקער וואס איז צו מיר אראפגעקומען האט מיר עפעס אריינגעמורמלט אז ביי זייער קאמפאני ווייסט מען אז די 'בעלקין' ראוטער איז נישט פון די גוטע סחורה, איך האב אים אבער אויסגעלאכט, האבנדיג גוטע עקספיריענס אום זומער.

למעשה, זע איך אז נאכן נוצן א קנאפע צוויי וואכן, האט זיך שוין געמאכט מער ווי איין מאל אז איך זאל דרוקן דעם פיצי רויטן קנעפל אויפן ראוטער כדי צו קענען צוריק קאנעקט ווערן צום ראוטער.

האבנדיג די פראבלעמען האב איך זיך דערמאנט אין וואס דער טעכניקער האט געזאגט, און ווי אויך האב איך אנגעהויבן צו קלערן אז ס'מוז זיין א סיבה אז איין סארט ראוטער קאסט דרייסיג דאלער און א צווייטע קאסט איבער די הונדערט דאלער.

קען איינער אויסקלארן דעם ענין??

געדענק אז מערערע מאשינדלעך זענען צו דעם צוגעבינדן. א לעפטאפ, ענדרויד פאון, אייפאון, און קינדל פייער, און ווער ווייס וועלכע נאך שכנים זענען זיך מחי'... (ס'איז נישט אפן צום פובליק!)
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

דו שרייבסט נישט קלאר ארויס אז דו זוכסט א ווייערלעס ראוטער, אבער איך שטעל זיך פאר אז דאס זוכסטו.

אויב איז דיר נאך גענוג גוט א ווייפיי G, דאן וואלט איך רעקאמענדירט די Linksys WRT54GL .

802.11G, איז וואס רוב כלים זענען געבויעט געווארן מיט ביז גאנץ לעצטענס, און די Linksys WRT54GL איז מסתם די פאפולערסטע און בעסטע ווייערלעס ראוטער דערפאר. איך האב דאס שוין אינסטאלירט צענדליגער אויב נישט הונדערטער מאל, בלי גוזמא.

אויב זוכסטו די נייערע ווייפיי N, וואס איז פיל שנעלער ווי G, אבער נאכנישט ברייט פארשפרייט (און איז נאכנישט אינגאנצען ערגענצט), דאן פרוביר איינע פון די נעטגיער ווערסיעס, דאס האב איך לעצטנס אינסטאלירט ערגעץ, און עס ארבעט זייער פיין.

געווענליך האב איך פיינט נעטגיער, זייערע פראדוקטן זענען שוואך קעגן די קאנקורענץ, אבער אין ווייפיי N שנעלקייט, פאר א צוגענעגליכע פרייז, זענען זיי גאר גוט.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

ריכטיג. אנטשולדיגט אז איך האב נישט געשריבן ווייערלעס. איז דא אזא זאך ווי א 'נישט ווייערלעס ראוטער'? איז נישט דער נאמען דערצו: מאדעם?

אלנפאלס, איך האב טאקע געמיינט א ווייערלעס ראוטער.

איך וואלט זיך געפרייט צו הערן אביסל מער אינפא דערוועגן.

וואס איז א חילוק צווישן די A B G N??

איך האב א נייעם לעפטאפ. מסתם איז עס N. אדער, אפשר מיינסטו דעם ראוטער אליינס?

און וואס טוט זיך מיט די טשאטשקעס? דער ענדרויד, אייפאון, אדער טעבלעט?

און דער עצם ראוטער, וואס זענען די חילוקים אינעם פרייז? איז G אדער N די סיבה פארן פרייז דיפערענץ?

וואס טוט זיך מיט מיין בעלקין?
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

די פונקציע פון א ראוטער, איז צו דירעקטירן טרעפיק צווישן באזונדערע נעטווארקס. ווייערד אדער ווייערלעס.

א מאדעם קאנעקט אייך צום אינטערנעט. ס'איז דא מאדעמס פאר Dialup, פאר DSL, פאר Cable אא"וו. די אינטערנעט פירמעס שיקן געווענליך מאדעמס וואס טוען אויך די פונקציע פון א ראוטער, אבער א מאדעם מוז נישט זיין קיין ראוטער. ס'איז אויך דא וואס שיקן באזונדער א מאדעם, און באזונדער א ראוטער אדער ווייערלעס ראוטער.

די חילוק צווישן A B G און N, איז אין שנעלקייט. די ערשטע ווערסיעס פון ווייפיי האבן געהאט שוואכע ספידס, די נייערע ווערן שנעלער און שנעלער. N איז די נייעסטע און שנעלסטע. N איז אבער נאכנישט אינגאנצן ערגענצט, דעריבער איז עס נאכנישט גאר ברייט פארשפרייט. G איז דערווייל די מערסטע פאפולער.

צו קענען ניצן ווייפיי N, דארף סיי די ראוטער און סיי די כלי (לעפטאפ, אייפאון, טעבלעטס וכו') האבן ווייפיי N. אויב דיין כלי האט נאר G, דאן וועט עס נאר קענען קאמיוניקירן אויף G ספידס. געווענליך טוען די נייערע ראוטערס ארבעטן מיט די אלטע ווערסיעס, דעריבער קען מען ניצן א כלי מיט G אויף א N ראוטער, ווייל N טוט אויך ארבעטן מיט B G און A.

קוק אויף די טעקניקעל ספעסיפיקעשאנס פון דיין לעפטאפ וועלכע עס האט, זיכער G, מעגליך אפילו N. סמארטפאונס און טעבלעטס האבן געווענליך G.

N ראוטערס קאסטן געווענליך מער פון G, אבער די קוואליטעט, פירמע, ביזנעס\היים געברויך, און פונקציעס, זענען אויך א פאקטאר אינעם פרייז.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

א הערצליכן דאנק פארן נעמען צייט מיר צו העלפן.

אין אנדערע ווערטער אויב זע איך אז די ספיד איז איין מעג און א האלב דאונלאוד, קען גאר זיין אז דאס איז צוליב דעם וואס איך האב מעגליך א שוואכערע ראוטער?

יעצט האב איך דאס:

http://www.belkin.com/IWCatProductPage. ... _Id=543384

איז עס גוט, שלעכט?

איך בין נישט באקאנט. ווי קען איך נאכזוכן צו זיין זיכער אז איך האב א N ווערסיע?
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

אויב די ספיד פון וואס דו רעדסט, איז פון דאונלאודן א פייל פונעם אינטערנעט (אנשטאט פון אן אנדערע קאמפיוטער אין די נעטווארק), דאן ביזטו לימיטעד לויט דיין אינטערנעט ספיד. האבן א שנעלע ראוטער גייט דיר נישט געבן שנעלערע דאונלאוד ספידס. פאר דעם דארפסטו דיך פארבינדן מיט דיין אינטערנעט פירמע.

אויף די לינק, קליק Specs, וועסטו זען IEEE 802.11b , IEEE 802.11g , IEEE 802.11n.

IEEE, איז איינע פון די ארגעניזאציעס וואס פארפיגן אויף די טעכנאלאגישע סטאנדארטן. 802.11 איז די ווייערלעס סטאנדארט. b g n, זענען די דריי ווערסיעס פון די סטאנדארט וואס דיין ראוטער ארבעט מיט.

איך ווייס נישט אויב ס'איז גוט, איך מיין איך האב נאכנישט געארבעט דערמיט. פרוביר צו זוכן רעוויוס אנליין.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

דריי מאשינען זענען געווענליך אנגעבינדן צום ווייערלעס ראוטער, סעל, טעבלעט און לעפטאפ. אלעס ארבעט א מחי', אבער דער לעפטאפ האט א משוגעת אז יעדע פאר טעג קומט ארויף א מעסעדזש אז ער קען זיך נישט קאננעקטן צום ראוטער, און דאס אין צייט וואס אלע מאשינען ארבעטן ווייטער א מחי'. איך טראבלשוט און רוב מאל קומט ער צוריק מיטן זעלבן פראבלעם, אז ער קען זיך נישט קאנעקטן.

עני העלפ פליעז?
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

איך האב נישט באקומען קיין ענטפער, פרוביר איך נאכאמאל.

איך וויל צולייגן צום פריערדיגן תגובה.

אויב האב איך א ווערייזאן מאדעם, קען דאס גענוצט ווערן ווען איך האב עקסטשעינדזש סערוויס?
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

אויב האסטו פראבלעמען נאר מיט איין מאשין, איז דאס געווענליך א סימן אז דער מאשין איז פראבלעמאטיש, נישט דער ראוטער. והא ראי', ער ארבעט פיין מיט די אנדערע כלים. אפשר אפדעיטן ווינדאוס אדער די דרייווערס וועט פארריכטן דעם פראבלעם.

געווענליך וועט א ווערייזאן מאדעם ארבעטן מיט עקסטשעינדזש (און דזשעי. נעט), אבער טו דאס פעסטשטעלן מיט זיי. מען דארף דאס פשוט אויפסעטן מיט זייערע סעטינגס. (זייער אייגענע מאדעמס ווערן אויפגעסעט בעפאר זיי שיקן עס).
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

אה, ברוך ה' ס'דא פיינע אידן וואס פרובירן צו העלפן. א דאנק, ר' תרגום.

לאמיר אביסל אפדעיטן.

ווען איך האב געשריבן וועגן די לעפטאפ, האב איך עס פשוט געזען ביים לעפטאפ, אבער נאכן שרייבן יענע תגובה האב איך באמערקט אז עס איז טאקע דער לעפטאפ, אבער נאר ווייל דער לעפטאפ קען נישט גיין צו ווייט פונעם ראוטער, משא"כ די אנדערע מאשינען. מאכט סענס?

צווייטנס, אפילו אלע מאשינען זענען נאנט צום ראוטער, פאסירט אפט אז עס האקט זיך אפ פאר עטליכע מינוט און דערנאך קומט צוריק די סערוויס.

איך בין יעצט מיט עקסטשענדזש אויפן ליין און זיי פרובירן מיר צו ארויפלייגן אויף ווערייזאנ'ס מאדעם, וואס זעט אויס בעסער ווי וואס עקסטשעינדזש האט מיר געגעבן, און האט אויך א ווייערלעס ראוטער אריינגעבויט אין זיך. אבער ס'גייט נישט. יעצט זאגט מיר די טעק סאפארט אז איך זאל פרובירן אריינלייגן א קאוד אין די ppp0e פראטאקאל. גיי ווייס... קען איך דען רופן ווערייזאן ווען איך האב נישט קיין סערוויס מיט זיי?
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

אויב אלע מאכן פראבלעמען איז עס כמעט זיכער דער ראוטער. מעגליך ער איז צו איבערגעשטרענגט און דו דארפט האבן איינס פון א בעסערע קוואליטעט. (מער געלט בלע"ז).

קענסט פרובירן, איך גלייב נישט ווערייזאן וועט דיר העלפן. קודם שרייב אפ אלע סעטינגס פון עקסטשעינדזש. אז זיי קענען נישט, אפשר וועט איינער דא קענען העלפן. אויב עס גייט נישט קענסטו פרובירן א לאקאלע טעכניקער, ער דארף דאס צו קענען אויפסעטן. (פארשטייט זיך נאר אויב ער איז ביליגער ווי עקסטשעינדזש'ס מאדעם).
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

עקסטשעינדזש האט בלויז איין סארט מאדעם (וואס האט נישט קיין ווייערלעס ראוטער) און ס׳האט מיר נישט געקאסט קיין געלט.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

איך מיין איך וועל מיר קויפן א נייעם ראוטער און פארטיג.

די ראוטער וואס האסט אויבן געברענגט א לינק דארף זיין גוט. ריכטיג?
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

יא, די לינקסיס איז גאר פיין.
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

רבינו, נאכן זיך רעגן אז איך האב עס נישט געקויפט דאן, זע איך אז דער סעיל גייט נאך אן.

איך מיין, ווען האבן זיי נישט קיין סעיל?...

למעשה, האב איך פשוט צוליב פוילקייט נישט באשטעלט דעם ראוטער. אבער איך באמערק אז עס ווייזט שטענדיג אז איך בין קאנעקטעד צום ראוטער.

עפענענדיג דעם לינק פון רבינו, זע איך אן א שיעור ראוטערס. פאר נייגעריגקייט, און איך האב שוין פריער געפרעגט, וואס זענען די פילע חילוקים צווישן די פילע ראוטערס? אויסער די חילוק אין פרייז.. תרגום יונתן האט שיין מסביר געווען די חילוק פון A N G, אבער איך זע נאך חילוקים.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

תרגום יונתן האט געשריבן: אויב אלע מאכן פראבלעמען איז עס כמעט זיכער דער ראוטער. מעגליך ער איז צו איבערגעשטרענגט און דו דארפט האבן איינס פון א בעסערע קוואליטעט. (מער געלט בלע"ז).

קענסט פרובירן, איך גלייב נישט ווערייזאן וועט דיר העלפן. קודם שרייב אפ אלע סעטינגס פון עקסטשעינדזש. אז זיי קענען נישט, אפשר וועט איינער דא קענען העלפן. אויב עס גייט נישט קענסטו פרובירן א לאקאלע טעכניקער, ער דארף דאס צו קענען אויפסעטן. (פארשטייט זיך נאר אויב ער איז ביליגער ווי עקסטשעינדזש'ס מאדעם).

איך האב פארגעסן צוצולייגן איין זאך. עקסטשעינדזש האט געזען עטליכע מאל אז די קאנעקשאן ווערט אפגעהאקט, אבער דאס איז געווען איידער א טעקנישאן איז געווען ביי מיר (פאר א שיינע מטבע) און דאן האט עס כמעט נישט געארבעט בכלל. כהיום ארבעט עס געווענליך, אבער האקט זיך כסדר אפ.

ווערייזאן האב איך נישט וואס צו קאלן, ווייל איך האב מיט זיי נישט קיין שום אקאונט היינט.

וועלן מיר פרובירן דא וואס די מבינים ווייסן.

אגב, א גאר נאנטער ידיד פון אייוועלט, א טייערער אינגערמאן (?) האט גענומען דעם מאדעל נומער און וועט פרובירן צו זען וואס ער קען טאן.

איך וויל אים אפלאדירן ברבים, אבער איך ווייס דאך נישט, אפשר וועט ער גאר ווערן ברוגז אויף מיר?
Hardworker
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:24 pm
לאקאציע:AT WORK

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hardworker »

איך זיך א גוטע ווייערלעס ראוטער.
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: router, וועלכע איז די בעסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

איך זיך א גיטע ראוטער פאר א 1 פעמילי הויז וואס האט סיי 5G אין סיי 2G
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

hoipt1 האט געשריבן: איך זיך א גיטע ראוטער פאר א 1 פעמילי הויז וואס האט סיי 5G אין סיי 2G

ווי יעדע זאך, איז "א גוטע" נישט א ספעציפישע מעדזשערמענט נאר איז אייביג רעלאטיוו צו וואס דו ביסט גרייט צו צאלן. סאו כ'מיין זאלט אויך שרייבן בערך וויפיל דו ביסט גרייט צו צאלן.

דער NETGEAR R6700AX פאר $85 איז נישט קיין שלעכטע אפציע. אבער עס איז דא דועל-בענד (דאס איז וויאזוי די מיט 5.0 און 2.4 ווייפיי ווערן גערופן) פאר אונטער האלב דערפון און איז דא בעיסיק בעסערע פאר דאפעלט אויך...
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

קנאפער ידען האט געשריבן:

יישר כח מיין בודזשעט איז טאקע בערך 100$ איך וויל קענעקטען דערצו טערמאסטאטס אין רימואטס
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 5:08 pm
hoipt1 האט געשריבן:
איך זיך א גיטע ראוטער פאר א 1 פעמילי הויז וואס האט סיי 5G אין סיי 2G
ווי יעדע זאך, איז "א גוטע" נישט א ספעציפישע מעדזשערמענט נאר איז אייביג רעלאטיוו צו וואס דו ביסט גרייט צו צאלן. סאו כ'מיין זאלט אויך שרייבן בערך וויפיל דו ביסט גרייט צו צאלן.

דער NETGEAR R6700AX פאר $85 איז נישט קיין שלעכטע אפציע. אבער עס איז דא דועל-בענד (דאס איז וויאזוי די מיט 5.0 און 2.4 ווייפיי ווערן גערופן) פאר אונטער האלב דערפון און איז דא בעיסיק בעסערע פאר דאפעלט אויך...
יישר כח נאכאמאל צוניץ געקומען היינט
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

hoipt1 האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 7:02 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 5:08 pm
hoipt1 האט געשריבן:
איך זיך א גיטע ראוטער פאר א 1 פעמילי הויז וואס האט סיי 5G אין סיי 2G
ווי יעדע זאך, איז "א גוטע" נישט א ספעציפישע מעדזשערמענט נאר איז אייביג רעלאטיוו צו וואס דו ביסט גרייט צו צאלן. סאו כ'מיין זאלט אויך שרייבן בערך וויפיל דו ביסט גרייט צו צאלן.

דער NETGEAR R6700AX פאר $85 איז נישט קיין שלעכטע אפציע. אבער עס איז דא דועל-בענד (דאס איז וויאזוי די מיט 5.0 און 2.4 ווייפיי ווערן גערופן) פאר אונטער האלב דערפון און איז דא בעיסיק בעסערע פאר דאפעלט אויך...
יישר כח נאכאמאל צוניץ געקומען היינט

כ'האף האסטו גענומען דעם ביליגערע $79.99 אפציע אויפן ליסטינג.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”