חוק גיוס בני ישיבות
וואס איז חוק טל? ביז בערך יאר 1999 למס' איז געווען איינגעפירט און אר"י אז דער שר הביטחון איז דער וואס גיט די פטור פאר די בני ישיבות אז זיי מיזען נישט דינענן און מדינת ישראל מיליטער, אבער דעמלאטס און יאר 1999 האט די בג"ץ געפסקנ'ט אז די דאס איז אום געזעצליך, דערפאר האט מען דעמלאטס איינגעפירט חוק טל, דער חוק טל האט געהאט צוויי מטרה'ס איינסאז עס זאל געבן טאקע געבן די פטור פאר בני ישיבות, און צווייטענס אזי עס זאל אריינברענגן מער חרדים - אדער אלע חרדים - אינעם מיליטער, און וויבאלד אז מיט די צווייטע זאך זענענן זיי דורוך געפאלן האט חוק טל פארלוירען די ווערד אין מען האט עס געוואלט מבטל זיין אלע לינקע פאליטיקאנטען האבן שוין געמאלדן אז זיי דאס מוז זיך טוישען,
וואס גייט זיין פון דא און ווייטער? דאס איז קלאר אז עס גייט זיין א נייע געזעץ, יעדער פארשטייט אפילו די גאר לינקע פאליטישענעס פארשטייען עס אויך, אז מען גייט נישט קענענן פון איין מינוט אויפן צווייטען אריינברענן אלע בני ישיבות אינעם מיליטער, די שאלה איז אבער ווי אזוי די חרדישע חברי כנסת - און די פרימע פארטייען - וועלן האנדלען מיט די זאך, יעצט שרייען זיי אלע אז מען וועט אנפילען אלע תפיסת מיט די בני ישיבות און מען וועט זיך בשו"א נישט ברעכן און גיין דינען און מיליטער, עס איז טאקע דא אזא מהלך און ווען א פרייער גייט נישט און מיליטער זיצט ער עטליכע חדשים און תפיסה און ער באקימט א נאמען פון א עורק, און דאס שאדט אים פאר אייביג ווען ער זיכט א ארבייט וכדומה, למעשה אויב די פרומע וועלן זיך האלטן צו א מהלך אז מען גייט נישט אויף קיין פשרות יהיה מה שיהיה. וועלן זיך די פרייע טאקע מיזען ברעכן און זיי וועלן מיזען נאכגעבן פאר די בני ישיבות ווייל אז נישט וועט זיין א מלחמת אחים צווישן די פרומע און די פרייע, און לויט ווי אזוי די ווערטער אויסטויש איז יעצט איז טאקע מעגליך אז עס וועט צוקימען צו דעם, ווייל די פרייע האבן שוין געמאלדן אז לא נוותר לכם או מען גייט אלע חרדים אריינברענגן אינעם מדינת ישראל מיליטער און די פרומע האבן שוין געמאלגן אז נישט,
די שאלה איז אבער ווי לאנג די חרדישע חברי כנסת - און די פרימע פארטייען - וועלן זיך האלטן פעסט אז מען איז נישט מוותר, מען פארהאנדעלט נישט, און מען גייט נישט איין אויף קיין פשרות, געווענליך גייט עס נישט אן צו לאנג דערפאר איז ערווארטעט הייסע טעג וואכן און חדשים איבער די נושא, און ירחם המרחם ווי אזוי עס וועט זיך אויסלאזן