חוק גיוס בני ישיבות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

מערכות הקודש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 11:22 pm
באריכט און בילדער פון די 4'טע יום מלחמה, פארגאנגענע י"ח מנ"א ביים לשכת הגיוס אין ירושלים.
מרן ראש הישיבה רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, ר"י טשובין שליט"א, רבי שמואל משה קרעמער שליט"א.
3רבנים (3).jpg
3רבנים (3).jpg (119.19 KiB) געזען 9756 מאל
3רבנים (5).jpg
3רבנים (5).jpg (150.05 KiB) געזען 9756 מאל
3רבנים (10).jpg
3רבנים (10).jpg (166.2 KiB) געזען 9756 מאל
במסירות נפש נילחם נגד כל פשרה בגזירת הגיוס!

לא למכסות! ולא ליעדים!

◄ לא נוותר אפילו על נפש אחת מישראל!!! ►
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

מערכות הקודש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:57 pm
מגרייט זיך מארגן ב' שופטים ער"ח אלול אויף די 5'טע יום מלחמה,
און די מאל וועט דאס נאכאמאל פארקומען ביים לשכת הגיוס אין תל השומר, ווי די מליטער האט אראפ גערופן נאך אידישע נשמות זיי אפצושמדן רח"ל.
די מחאה וועט פארקומען בראשות גדולי ישראל רבני ודייני הקהילות שליט"א.

און אזוי ווי געשריבן גרייט מען זיך מארגן נאכאמאל אויף א יום מלחמה ווען מוועט מיט מסירות נפש אפהאלטן נשמות ישראל פון א זיכערע שמד.

לא נוותר אפילו על נפש אחת מישראל!!!
במסירות נפש נילחם נגד כל פשרה בגזירת הגיוס!

לא למכסות! ולא ליעדים!

◄ לא נוותר אפילו על נפש אחת מישראל!!! ►
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צו די שמועס אויבן וועגן זיך יא אדער נישט שטעלן.

אויב דענק איך גוט האט מען זיך אייביג געשטעלט כדי צו ערהאלטן א פטור אדער א דיחוי, מ'האט געהאט וועגן זיך ארויסצודרייען פון דאס עצם דינען, דורך זיך שטעלן האט מען עס געמאכט לעגאל און פטור אן עסק.

ווען די ציונים האבן גוזר געווען אז בלויז די וואס לערנען גייען קריגן א דיחוי און די אנדערע דארפן יא סערווירן האט דע עדה גע'אסר'ט זיך צו שטעלן כדי צו מאכן טראבל פאר די רשעים. די אנדערע וואס האבן שטיל אדער הויך מסכים געווען אז די שוואכערע גייען דינען כדי צו ראטעווען יבנה וחכמיה האָבן יא געלאזט זיך שטעלן.

שטעלן מיינט נישט דינען, שטעלן מיינט זיך אריינשרייבן און זיך בודק זיין כדי צו קריגן א ענדגילטיגנ ענטפער צו מ'דארף לעגאל דינען אדער מ'קריגט טאקע א פטור אדער א דיחוי.

די עדה האט געהאלטן אז מ'זאל זיך בכלל נישט שטעלן חוץ אויב יעדער קריגט א פטור/דיחוי, איינמאל זיי מאכן פראבלעמען זאל זיך קיינער נישט שטעלן, לאמיר זיך אריינפייפן אינעם סיסטעם מיט א גרויסע תקיעה גדולה.

בנוסף צו דעם איז געווען די סדר וויאזוי די רשעים האבן געמאכט די בדיקות ביים זיך שטעלן וואָס דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין.

איצט, אז זיי האבן אוועקגענומען די פטור/ודיחוי פון יעדעם איינעם, די "תורתו אומנתו" עקזעמפשן איז בטל מטעם החוק האלטן רוב מנין ובנין פון מנהיגים פון אלע קרייזן אז מ'זאל זיך בכלל נישט שטעלן. נישט אז מ'זאל זיך שטעלן און הערשט ווען זיי רופן דינען זאל מען אנפייפן נאר בכלל זיך נישט שטעלן, זיך בכלל נישט רעקרוטירן, אזא "איני מכיר" צוגאנג, איך ווייס נישט ווער דו ביסט, את וכלבין שוין (שווין בנטל לגזירה שוה).

דאס מיינט אז שווערער טויזנטער היימישע בחורים און אינגעלייט זענען קעגן די געזעץ מיט פארשידענע קאנסעקווענצן.

אויב בין איך נישט גערעכט, ביטע קארעגירן.

איין פראגע האב איך, ביי די יוה"ק מלחמה האבן א גרויס טייל פון חרדי'שע אידן געדינט אין די מיליטער, מ' האט נישט געהערט דאן געשרייען לאסור, זיכער נישט עד כדי מסירת נפש.

אויב איינער קען אביעקטיוו מברר זיין פרטי הדברים בשעתו וועל איך אים דאנקבאר זיין.
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

כלפי די אויפטוה פון א ריזיגע עצרת פון שווערער טויזנטער אידן איז זייער פשוט.

באמת, סאטמאר רב זי"ע און אנדערע רבנים פון דעם לאגער האבן געהאלטן אז מוחה זיין האט א אויפטוה כלפי שמיא להסיר חרון אף. די כבוד פון רשעים איז פארשפרייט אין די גאנצע וועלט און די כבוד פונעם אויבערשטען זאל ליגן פארשטעקט אונטער די קאלדרע? הישמע כזאת?

כלל ישראל איז נישט געווען געוואוינט דערצו און נישט יעדער האט אים פארשטאנען, מ'האט געשפירט ווי ער וואשט די אייגענע שמוץ-וועש אין די עפענטליכקייט און זייענדיג נאך די ביטערע צווייטע וועלט קריג האבן אידן אפילו ערליכע אידן נישט אויסגעהאלטן אז מ'פארשווארצט די פנים פון שוואכע אידן לעיני העמים והשרים, לאמיר זיך שלאגן צווישן זיך, דער גוי דארף נישט אלעס מיטהאלטן. זיי האבן נישט יורד געווען לסוף דעתו הק' ספעציעל ווען ס'איז נישט געווען קיין פרעצעדענט מימים ימימה אין דעם געביט.

טייל האבן באמת געהאלטן אז ס'איז א הלכה'דיג שאלה פון חילול השם, איז די רבי מיט די ווייצענער רב ז"ל אויפגעקומען מיט די געדאנק פון אויסשרייען שמע ישראל מיט קבלת עול מלכות שמים וואָס מיט דעם איז מען יוצא די מצווה פון קידוש השם לויט אלע דיעות (פון דא נעמט זיך די טרענד פון קבלת עול מלכות שמים ביי יעדע גרויסע מאורע, מ'האט נישט געוואוסט פונקטליך פארוואס מ'האט דאס געטוהן ביי דעמאנסטראציעס, זאָל זיין...)

קוק עס אן פון אן אקאונטינג פערספעקטיוו. די פראטעסט איז - לשיטתם - אַ חילול השם וואס איז א 'דעביט', די קבלת עול מלכות שמים איז א קידוש השם וואס איז א 'קרעדיט', מ'ברעיקט איווען, אדער גאר מ'בלייבט מיט ריוח...

אבער, ווען ס'איז געקומען צו געוויסע גזירות הדת אין ארה"ק האָבן אפילו די רבנים וואס בעצם גלייכן זיי נישט א פראטעסט יא געזעהן די חומר הענין פון גיין לרחובה של עיר בגולה. נישט בלויז להסיר חרוף אף מאבינו שבשמים נאָר להרבה חרון אף פון די מסיתים ומדיחים, די אפטריניגע מינים וואס בגוף שטאמען זיי פון אידן אבער בנשמה זענען זיי זרע עמלקים וועלכע האבן זיך פארמאסטן מיט'ן כביכול אויסצורייסן זיין תורה הק'. נישט בלויז זיי רייסן איר אויס פאר זיך, נישט נאר זיי צווינגען אנדערע נאר זיי טוען עס נאך מיט לבוש ישראל זייענדיג אנגעטאן בטלית שכולה תכלת פארקויפנדיג פאר די וועלט אז זיי זענען "ישראל" און פארטרעטן די אינטערעסן פון "עם ישראל" בארץ ובגולה.

היות, אז א ריזיגע סיבה פארוואס זיי קריגן שטיצע פון די אלגעמיינע וועלט איז ווייל מ'האט רחמנות אויף אידן, ספעציעל נאכן קריג. האבן די רבנים פארשטאנען אז ווען מ'ערקלרעט פאר די וועלט (מידיע און לאנד פירער) אז די ציונים געבן נישט קיין רעליגיעזע רעכטן אזויווי אין אנדערע נארמאלע מדינות, וועט דאס וויי טוהן פאר די רשעים און מ'וועט זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש להעביר את רוע הגזירה.

און אזוי איז טאקע געווען, אין די בראשית יאָרן האט מען איידער די פראטעסטן פארהאנדלט דורך פארשידענע וועגן, צומאל האט מען דוחה געווען די דעמאנסטראציע בשעת די פארהאנדלונגען און ווען מ'האט נישט מצליח געווען האט טאקע מוחה געווען וואס האט זיי זייער וויי געטאהן.

זיי האבן נישט געגלייבט אז די אפגעריסענע חרדים די פאראזיטן ווען זיי האבן שוין פיינט נאך איידער די ציונות קאנצעפט איז געקומען אין באטראכט, קענען זיך מסדר זיין און האבן פאליטישע מידיע השפעה אין אַמעריקע אדער אייראפע, זיי האבן געטאהן אלעס אפצושלאגן אונזערע מעסעדזש און געספענט גרויסע געלטער פאר די מידיע נישט אריינצושטעלן אונזערע אנאנסן.

די ערליכע רבנים האבן זיך געקריגט פנים אל פנים מיט שונא, און ווי יעדע קריג האט מען טיילמאל געווינען און טיילמאל נישט, אבער א קריג איז געווען ווי יעדער האט זיך משתתף געווען.

ברוב הימים ווי די שטערקער מדנ"י איז געווארן איז די אפעקט פון א דעמאנסטראציע געווארן ווייניגער און ווייניגער, זייער פאליטישע איינפלוס אין די גוישע וועלט און זײער לאבי-מאכט איז אומגעהויער גרויס בעו"ה.

און צוגאב, זינט רעליגיעזע דינען אין די קאאליציע איז ביטער שווער צו שרייען פאר די וועלט די "סטעיט אוו איזראעיל" רודפ'ט ערליכע אידן ווען די וועלט זענט ערליכע זיין א טייל פון די פאליטישע ווירטשאפט (ביטע יעדער, איך שרייב דאס נישט - חלילה - צו רעדן אויף קיינעם אדער קעגן קיינעם און נישט צו פאליטיזירן עס פאר "אומפארטייישע" בענעפיטן, איך זאג בלויז די טריקענע מציאות פארוואס ברוב הימים האבן די דעמאנסטראציעס אין די וועלט געהאט א קלענערע השפעה בדרך הטבע, די ערשטע ציהל להסיר חרוף אף איז קאי וקיימא אָבער די צווייטע נקודה פון להרבה חרון אף פון די שונאי הדת איז שווערער געוואָרן.)

איצט אבער, אויב קען מען באווייזן לאסוף רוב קהילות קדושות מישראל צו פארשווארצן די פנים פונעם שונא, טאקע דארט אין די איינציגסטע לאנד - אמעריקע - וואס גיבט איר די מערסטע שטיצע פון אלע לענדער, טאקע אין די תקופה ווען זי נויטיגט זיך אינעם דעת הקהל באַמעריקע זיך פאלש באנוצנדיג מיט'ן בא'גנב'טן אנטיסעמיטיזם קארטל און די האלאקאוסט, דייקא איצט איז א זמן מוכשר לקבל קדושה און למעט הטומאה, ס'איז דא ריזיגע שאנסן אז זיי ווילן זיך שרעקן און זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש נאך איידערן מחאה אדער דערנאך, סימפל מאטעמעטיקס.

זעלבסטפארשטענדליך, די פחד אז די רוצחים די כאמאס'ניקעס און אנדערע שונאי ישראל קענען ח"ו אויסנוצן אזא מאורע לרעתם, דעריבער זיצן רבנים ועסקנים בעלי דעת, מ'טוט וועגן און מעסטן וואס די בעסטע וועג איז, סיי ארויס צו ברענגען ווי מער מענטשן און סיי אז די מעסעדזש זאל דערהערט כפי ראות עיני העדה און נישט ח"ו האָבן דאס פארקערט אפעקט.

דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, דאס איז נישט קיין געלעכטערס, דאס איז נישט קיין "בלויז נייעס" און נישט קיין זמן פאר פאליטיק (דער בעל דבר שלאפט נישט קיינמאל, ספעציעל ביי אזא הייליגע זאך אזויווי דער באוווסטע תוספות יו"ט ביים כהן גדול יוה"ק).

די גודל אחריות פון די מנהיגי הקהילות איז אין לשער, מ'שלאגט זיך מיט א שטארקע לאנד, א מעכטיגע לאנד וואס די שנאה דארט בין לחילוני לדתי איז שרעקליך, זיי דערזעען זיך אין א קריג מיט שלענג און עגדיסן ארום גענומען פון אלע זייטן, און ס'גייט זיי נישט אריין אין קאפ אז זייערע ברידער און שוועסטער זענען נאך אזוי אלטמאדיש אז זיי זענען גרייט להרוג וליהרוג אבי נישט אריינצוגיין אין אן ארמיי וואס איז נגד היהדות, מ'רעדט צום דופן.

(איך רעדט פון די פרייע המון עם, איך רעדט נישט פון די פרייע פירער וואס מיינען בכלל נישט די ארמיי נאר ווילן באמת נוצן די ארמיי אלץ א מיטל צו "מתקן זיין און מאחד זיין" תרבות המדינה והלאומיות, היל"ת).

צוזאמצונעמען אזא זאך דא ביי אונז קומט מיט גאר גאר אסאך ארבעט, ענערגיע, מחשבה, גבורת המידות, געלט און וואס נישט.

איך טראכט וואס די רבנים שפירן בנוגע צוזאמצונעמען אברכי ובחורי ישראל ברחובות של עיר המלאה טינופות וגילולים אפילו א גאנץ יאר, ווער רעדט נאך אין די ימי הרחמים והרצון, טשילס לויפט מיר דורך.

ואנו תפילה לקל חי וקים שיראה בענינו ובשפלינו, ושתשרה שכינה במעשה ידינו, ומאשפות דלותנו תרוממינו, ותחזינה עינינו, בקרוב בימינו, ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו, ומלכינו המלך משיח בראשינו, אמן.
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:31 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

@פראקטיש , אבער אויב מ'שרייט נאר קעגן די גזירה אן מסביר זיין די אמת אז די עיקר פראבלעם אונזערס איז אז די מדינה שטייט בכלל, און אז מיר האבן פיינט די מדינה מער ווי אונז האבן פיינט כאמאס, און מער ווי כאמאס האט פיינט די מדינה, וועט דער פשוט'ער גוי פרעגן, כ'פארשטיי נישט, דו האלסט אינמיטן אויסליידיגן אונזער וואפן ארסענאל ווייל דו שלאגסט זיך מיט כאמאס פאר די סעיפטי פון דאס לאנד, און פארשטייסט נישט אז ס'איז דא א דרעפט יעצט? וואס איז דאס אנדערש פון אוקריינע?

דיסקלעימער: איך האב פיינט כאמאס ודומיהן מיט אלע מיינע חושים, אבער מיין נשמה האט דאך מער פיינט די רשעי ישראל
לעצט פארראכטן דורך ענדיג אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ענדיג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:33 am
@פראקטיש , אבער אויב מ'שרייט נאר קעגן די גזירה אן מסביר זיין די אמת אז די עיקר פראבלעם אונזערס איז אז די מדינה שטייט בכלל, און אז מיר האבן פיינט די מדינה מער ווי אונז האבן פיינט כאמאס, און מער ווי כאמאס האט פיינט די מדינה, וועט דער פשוט'ער גוי פרעגן, כ'פארשטיי נישט, דו האלסט אינמיטן אויסליידיגן אונזער וואפן ארסענאל ווייל דו שלאגסט זיך מיט כאמאס פאר די סעיפטי פון דאס לאנד, און פארשטייסט נישט אז ס'איז דא א דרעפט יעצט? וואס איז דאס אנדערש פון אוקריינע?

דיסקלעימער: איך האב פיינט כאמאס ודומיהן מיט אלע מיינע חושים, אבער מיין נשמה האט דאך מער פיינט די רשעי ישראל
וויאזוי מ'מארקעט אזא פראטעסט ווייס איך נישט, איך בין ביטער נייגעריג.

קען זיין מ'גייט זאגן אז די ארמיי שטעלט זיך נישט צו צו די רעליגיע אונזערע, איך גלויב נישט אז אין די סטעיטמענס צו די מידיע גייט מען זאגן אז מ'וויל נישט גיין דינען ווייל מ'וויל נישט די לאנד בכלל.

העמיר צו ווארטן
אוועטאר
nobody
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

ענדיג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:33 am
@פראקטיש, אבער אויב מ'שרייט נאר קעגן די גזירה אן מסביר זיין די אמת אז די עיקר פראבלעם אונזערס איז אז די מדינה שטייט בכלל, און אז מיר האבן פיינט די מדינה מער ווי אונז האבן פיינט כאמאס, און מער ווי כאמאס האט פיינט די מדינה, וועט דער פשוט'ער גוי פרעגן, כ'פארשטיי נישט, דו האלסט אינמיטן אויסליידיגן אונזער וואפן ארסענאל ווייל דו שלאגסט זיך מיט כאמאס פאר די סעיפטי פון דאס לאנד, און פארשטייסט נישט אז ס'איז דא א דרעפט יעצט? וואס איז דאס אנדערש פון אוקריינע?

דיסקלעימער: איך האב פיינט כאמאס ודומיהן מיט אלע מיינע חושים, אבער מיין נשמה האט דאך מער פיינט די רשעי ישראל
viewtopic.php?p=822372#p822372

קוק פון דא און ווייטער

viewtopic.php?p=822395#p822395
מיינע מסקנות:

אפילו די ביסט 100% גערעכט אויב די הנהלה איז נישט אויף דיין זייט, זשאסט שווייג.

די שטיצע תגובות האבן געמיינט פאר מיר גאר גאר אסאך, (אריינגערעכנט זייערע לייקס).

די לועג לרש תגובות האבן מיר געבאדערט 100 מאל מער ווי די עצם חסימה.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

nobody האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 9:01 am
ענדיג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:33 am
@פראקטיש, אבער אויב מ'שרייט נאר קעגן די גזירה אן מסביר זיין די אמת אז די עיקר פראבלעם אונזערס איז אז די מדינה שטייט בכלל, און אז מיר האבן פיינט די מדינה מער ווי אונז האבן פיינט כאמאס, און מער ווי כאמאס האט פיינט די מדינה, וועט דער פשוט'ער גוי פרעגן, כ'פארשטיי נישט, דו האלסט אינמיטן אויסליידיגן אונזער וואפן ארסענאל ווייל דו שלאגסט זיך מיט כאמאס פאר די סעיפטי פון דאס לאנד, און פארשטייסט נישט אז ס'איז דא א דרעפט יעצט? וואס איז דאס אנדערש פון אוקריינע?

דיסקלעימער: איך האב פיינט כאמאס ודומיהן מיט אלע מיינע חושים, אבער מיין נשמה האט דאך מער פיינט די רשעי ישראל
viewtopic.php?p=822372#p822372

קוק פון דא און ווייטער

viewtopic.php?p=822395#p822395
1. מדנ"י האט נישט דעמאלטס געהאלטן אינמיטן א התגרות קריג און איינרעדן די וועלט אז כדאי אידן זאלן נישט ווערן געהארגעט מוז מען אויסראטן כאמאס.
2. חס מלהזכיר אויף מיר! וואס רביה"ק האט געטון איז תורה מסיני ומיני' לא אזוע, און זיך האלטן פרומר איז א חוצפה'דיגע גאוה.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8777
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:26 am

טייל האבן באמת געהאלטן אז ס'איז א הלכה'דיג שאלה פון חילול השם, איז די רבי מיט די ווייצענער רב ז"ל אויפגעקומען מיט די געדאנק פון אויסשרייען שמע ישראל מיט קבלת עול מלכות שמים וואָס מיט דעם איז מען יוצא די מצווה פון קידוש השם לויט אלע דיעות (פון דא נעמט זיך די טרענד פון קבלת עול מלכות שמים ביי יעדע גרויסע מאורע, מ'האט נישט געוואוסט פונקטליך פארוואס מ'האט דאס געטוהן ביי דעמאנסטראציעס, זאָל זיין...)

וואלט אינטערעסאנט געווען א מקור אויף דעם

יישר כח
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:03 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:26 am

טייל האבן באמת געהאלטן אז ס'איז א הלכה'דיג שאלה פון חילול השם, איז די רבי מיט די ווייצענער רב ז"ל אויפגעקומען מיט די געדאנק פון אויסשרייען שמע ישראל מיט קבלת עול מלכות שמים וואָס מיט דעם איז מען יוצא די מצווה פון קידוש השם לויט אלע דיעות (פון דא נעמט זיך די טרענד פון קבלת עול מלכות שמים ביי יעדע גרויסע מאורע, מ'האט נישט געוואוסט פונקטליך פארוואס מ'האט דאס געטוהן ביי דעמאנסטראציעס, זאָל זיין...)

וואלט אינטערעסאנט געווען א מקור אויף דעם

יישר כח
ווייצענער רב'ס קינדער'ס
פיאקער
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

קו ירוק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:30 am

וואס עפעס?! שרייבסט בזדון שקרים פאר אטענשען און דרייען א רעדל, איך טשויס צו איגנארירען.
איך באוואונדער דיין אהבת ישראל!...
נעווער סעי: נעווער סעי נעווער...
אוועטאר
Unidentified
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:14 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:03 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:26 am

טייל האבן באמת געהאלטן אז ס'איז א הלכה'דיג שאלה פון חילול השם, איז די רבי מיט די ווייצענער רב ז"ל אויפגעקומען מיט די געדאנק פון אויסשרייען שמע ישראל מיט קבלת עול מלכות שמים וואָס מיט דעם איז מען יוצא די מצווה פון קידוש השם לויט אלע דיעות (פון דא נעמט זיך די טרענד פון קבלת עול מלכות שמים ביי יעדע גרויסע מאורע, מ'האט נישט געוואוסט פונקטליך פארוואס מ'האט דאס געטוהן ביי דעמאנסטראציעס, זאָל זיין...)

וואלט אינטערעסאנט געווען א מקור אויף דעם

יישר כח
ווייצענער רב'ס קינדער'ס
נישט אלץ הלכה
פשוט אז מענטשן זאלן נישט קענען האבן טענות אז עס איז א חילול ה' האט מען מקבל געווען עול מלכות שמים
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

Unidentified האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:55 am

אקוראט
אקדמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 03, 2022 3:56 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקדמות »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:14 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:03 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:26 am

טייל האבן באמת געהאלטן אז ס'איז א הלכה'דיג שאלה פון חילול השם, איז די רבי מיט די ווייצענער רב ז"ל אויפגעקומען מיט די געדאנק פון אויסשרייען שמע ישראל מיט קבלת עול מלכות שמים וואָס מיט דעם איז מען יוצא די מצווה פון קידוש השם לויט אלע דיעות (פון דא נעמט זיך די טרענד פון קבלת עול מלכות שמים ביי יעדע גרויסע מאורע, מ'האט נישט געוואוסט פונקטליך פארוואס מ'האט דאס געטוהן ביי דעמאנסטראציעס, זאָל זיין...)

וואלט אינטערעסאנט געווען א מקור אויף דעם

יישר כח
ווייצענער רב'ס קינדער'ס
אינטערסאנט, איך האב געהערט פון איינע פון די קינדער די מעשה אביסל אנדערש, אז פאר די דרשה האט ווייצענע רב געפרעגט דעם רבי'ן, אז איז לאגער האט ער זיך אונטערגענומען צו מקדש שם שמים זיין ברבים, (דאכציך ער שרייבט עס אין מקדשי השם), און דא האט ער די געלענגעהייט צו ער קען עס טון, און די רבי האט מסכים געווען,
ווייצענע רב האט פארענדיגט זיין דרשה און אינגאנצן פארגעסען פון דעם, אויפן וועג אראפ האט אים די רבי געפרעגט "מהאט דאך עפעס אפגעשמועסט" איז ער צוריק ארויף און אנגהויבן רעדן מיט א פלאם פייער איבער די גרויסקייט פונעם אייבערשטער און איבער מקדש זיין שם שמים, ביז די רבי האט זיך געגעבען א שטעל אויף און געגעבען א שריי אויס "שמע ישראל"
אוועטאר
קאמיקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 27, 2023 2:05 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמיקאזי »

קומט אריין ערשטע קראנטע באריכטן איבער א געוויסע חסידות וואס האט געשלאסן אן אפמאך מיט די מיליטער צו פטר'ן אלע בני ישיבה אינערהאלב די דאזיגע חסידות, אין אויסטויש אויף צוויי הונדערט פופציג בחורים און יונגעלייט פון די חסידות וואס וועלן זיך רעקרוטירן צו משטרת ישראל וואס איז לויט זיי נישט אזוי הארב ווי מיליטער...
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לאקאציע:איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

קאמיקאזי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:25 am

׳גל״צ׳: הסכם דרמטי מתגבש בין חסידות גור למשרד הביטחון - כ-250 צעירים מהחסידות יתגייסו למשטרה בתמורה לכך ששאר החסידים יקבלו פטור משירות בצה"ל.

עוד מ׳גל״צ׳: השיחות נוהלו במשך החודש האחרון מול בכירי משרד הביטחון על ידי הרב אברהם בנימין זילברברג, מקורבו של האדמו"ר מגור ואחת הדמויות המשפיעות בחסידות. ביום חמישי האחרון התקיימה הפגישה המסכמת באחד המתקנים של משרד הביטחון בתל אביב בה הוסכם לפטור את רוב צעירי החסידות בני 18 עד 26, אלפים במספר, מגיוס לצבא, תמורת גיוס של כמה עשרות מהם מתוך הבנה תועלתנית שללא הסכמה עם גור, איש מהם לא יתגייס לצבא.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אמונה פשוטה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 7:44 am
קאמיקאזי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:25 am
קומט אריין ערשטע קראנטע באריכטן איבער א געוויסע חסידות וואס האט געשלאסן אן אפמאך מיט די מיליטער צו פטר'ן אלע בני ישיבה אינערהאלב די דאזיגע חסידות, אין אויסטויש אויף צוויי הונדערט פופציג בחורים און יונגעלייט פון די חסידות וואס וועלן זיך רעקרוטירן צו משטרת ישראל וואס איז לויט זיי נישט אזוי הארב ווי מיליטער...
׳גל״צ׳: הסכם דרמטי מתגבש בין חסידות גור למשרד הביטחון - כ-250 צעירים מהחסידות יתגייסו למשטרה בתמורה לכך ששאר החסידים יקבלו פטור משירות בצה"ל.

עוד מ׳גל״צ׳: השיחות נוהלו במשך החודש האחרון מול בכירי משרד הביטחון על ידי הרב אברהם בנימין זילברברג, מקורבו של האדמו"ר מגור ואחת הדמויות המשפיעות בחסידות. ביום חמישי האחרון התקיימה הפגישה המסכמת באחד המתקנים של משרד הביטחון בתל אביב בה הוסכם לפטור את רוב צעירי החסידות בני 18 עד 26, אלפים במספר, מגיוס לצבא, תמורת גיוס של כמה עשרות מהם מתוך הבנה תועלתנית שללא הסכמה עם גור, איש מהם לא יתגייס לצבא.
איז דאס לעגאל? גייט נישט די "העכסטע געריכט" אפווארפן אזא דיעל אין סעקונדעס?
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

אקדמות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 12:23 pm
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:14 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:03 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:26 am

טייל האבן באמת געהאלטן אז ס'איז א הלכה'דיג שאלה פון חילול השם, איז די רבי מיט די ווייצענער רב ז"ל אויפגעקומען מיט די געדאנק פון אויסשרייען שמע ישראל מיט קבלת עול מלכות שמים וואָס מיט דעם איז מען יוצא די מצווה פון קידוש השם לויט אלע דיעות (פון דא נעמט זיך די טרענד פון קבלת עול מלכות שמים ביי יעדע גרויסע מאורע, מ'האט נישט געוואוסט פונקטליך פארוואס מ'האט דאס געטוהן ביי דעמאנסטראציעס, זאָל זיין...)

וואלט אינטערעסאנט געווען א מקור אויף דעם

יישר כח
ווייצענער רב'ס קינדער'ס
אינטערסאנט, איך האב געהערט פון איינע פון די קינדער די מעשה אביסל אנדערש, אז פאר די דרשה האט ווייצענע רב געפרעגט דעם רבי'ן, אז איז לאגער האט ער זיך אונטערגענומען צו מקדש שם שמים זיין ברבים, (דאכציך ער שרייבט עס אין מקדשי השם), און דא האט ער די געלענגעהייט צו ער קען עס טון, און די רבי האט מסכים געווען,
ווייצענע רב האט פארענדיגט זיין דרשה און אינגאנצן פארגעסען פון דעם, אויפן וועג אראפ האט אים די רבי געפרעגט "מהאט דאך עפעס אפגעשמועסט" איז ער צוריק ארויף און אנגהויבן רעדן מיט א פלאם פייער איבער די גרויסקייט פונעם אייבערשטער און איבער מקדש זיין שם שמים, ביז די רבי האט זיך געגעבען א שטעל אויף און געגעבען א שריי אויס "שמע ישראל"

איך געדענק מחאות פון די ל׳, מ׳ און נ׳ יארן.
איך מיין אז מ׳האט נישט געזאגט קבלת עומ״ש.

מיר דאכצעך אז עס קומט פון א״י.
ברוך פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4065
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פריעדמאן »

קאמיקאזי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:25 am
קומט אריין ערשטע קראנטע באריכטן איבער א געוויסע חסידות וואס האט געשלאסן אן אפמאך מיט די מיליטער צו פטר'ן אלע בני ישיבה אינערהאלב די דאזיגע חסידות, אין אויסטויש אויף צוויי הונדערט פופציג בחורים און יונגעלייט פון די חסידות וואס וועלן זיך רעקרוטירן צו משטרת ישראל וואס איז לויט זיי נישט אזוי הארב ווי מיליטער...
אטעטשמענטס
4d29f7c8-a3a3-41e8-a60d-563c51ddcd8c.jpeg
4d29f7c8-a3a3-41e8-a60d-563c51ddcd8c.jpeg (131.66 KiB) געזען 2296 מאל
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לאקאציע:איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

כ'זע אז קיינער שרייבט עס נישט דא, איז וועליך שרייבן - אפשר וועט זיין אזעלעכע וואס וועלן אינטערסירן:
היינט נאכמיטאג וועט זיין די פראטעסט אין מנהטן אנטקעגן גיוס פון די טהרת הקודש חבר'ה, אין שפיץ פון הגאון ר' חיים פלאהר שליט"א פון מאנסי און בתמיכת הגאון ר' משה זאב זארגער שליט"א און הגאון ר' יהושע ראזנבערגער שליט"א חבר הבד"ץ
טראנספארטאציא גייט ארויס ארום 1-2 מיטאג, פון ווילי מאנסי קר"י

(טערסאנט אז קול חומת הדת מיט קול חומת אש, וואס נארמאל זענען נישט אזוי אויף זעלבע שטייגער (איידל גערעדט), זענען מתאחד געווארן צו פראטעסטירן צוזאמען)
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

תגובה דורך פליישיג »

אסיפת מחאה נגד הגזירות באה''ק
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-09-05 103157.png
Screenshot 2024-09-05 103157.png (171.37 KiB) געזען 1849 מאל
Screenshot 2024-09-05 094646.png
Screenshot 2024-09-05 094646.png (290.06 KiB) געזען 2078 מאל
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

פליישיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 9:48 am
אסיפת מחאה נגד הגזירות באה''ק
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-09-05 103523.png
Screenshot 2024-09-05 103523.png (165.96 KiB) געזען 1836 מאל
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לאקאציע:איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

פליישיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 9:48 am
אסיפת מחאה נגד הגזירות באה''ק
כ'מיין אז ס'פעלט עפעס א פאר שורות אין מכתב הבד"ץ וואס ווערט געברענגט אין די צעטל...
מכתב הבד''צ.png
מכתב הבד''צ.png (138.58 KiB) געזען 1832 מאל
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 8:05 am
אקדמות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 12:23 pm
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:14 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:03 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:26 am

טייל האבן באמת געהאלטן אז ס'איז א הלכה'דיג שאלה פון חילול השם, איז די רבי מיט די ווייצענער רב ז"ל אויפגעקומען מיט די געדאנק פון אויסשרייען שמע ישראל מיט קבלת עול מלכות שמים וואָס מיט דעם איז מען יוצא די מצווה פון קידוש השם לויט אלע דיעות (פון דא נעמט זיך די טרענד פון קבלת עול מלכות שמים ביי יעדע גרויסע מאורע, מ'האט נישט געוואוסט פונקטליך פארוואס מ'האט דאס געטוהן ביי דעמאנסטראציעס, זאָל זיין...)

וואלט אינטערעסאנט געווען א מקור אויף דעם

יישר כח
ווייצענער רב'ס קינדער'ס
אינטערסאנט, איך האב געהערט פון איינע פון די קינדער די מעשה אביסל אנדערש, אז פאר די דרשה האט ווייצענע רב געפרעגט דעם רבי'ן, אז איז לאגער האט ער זיך אונטערגענומען צו מקדש שם שמים זיין ברבים, (דאכציך ער שרייבט עס אין מקדשי השם), און דא האט ער די געלענגעהייט צו ער קען עס טון, און די רבי האט מסכים געווען,
ווייצענע רב האט פארענדיגט זיין דרשה און אינגאנצן פארגעסען פון דעם, אויפן וועג אראפ האט אים די רבי געפרעגט "מהאט דאך עפעס אפגעשמועסט" איז ער צוריק ארויף און אנגהויבן רעדן מיט א פלאם פייער איבער די גרויסקייט פונעם אייבערשטער און איבער מקדש זיין שם שמים, ביז די רבי האט זיך געגעבען א שטעל אויף און געגעבען א שריי אויס "שמע ישראל"

איך געדענק מחאות פון די ל׳, מ׳ און נ׳ יארן.
איך מיין אז מ׳האט נישט געזאגט קבלת עומ״ש.

מיר דאכצעך אז עס קומט פון א״י.
ווייצענער רב איז נפטר געווארן ל"ד. סאו איי געס די מעשה איז געווען פאר די ל' יארן
!FIGHT! FIGHT! FIGHT
שלום עלי נפשי
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 5:48 pm

Re: חוק גיוס בני ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום עלי נפשי »

אמונה פשוטה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 9:41 am
כ'זע אז קיינער שרייבט עס נישט דא, איז וועליך שרייבן - אפשר וועט זיין אזעלעכע וואס וועלן אינטערסירן:
היינט נאכמיטאג וועט זיין די פראטעסט אין מנהטן אנטקעגן גיוס פון די טהרת הקודש חבר'ה, אין שפיץ פון הגאון ר' חיים פלאהר שליט"א פון מאנסי און בתמיכת הגאון ר' משה זאב זארגער שליט"א און הגאון ר' יהושע ראזנבערגער שליט"א חבר הבד"ץ
טראנספארטאציא גייט ארויס ארום 1-2 מיטאג, פון ווילי מאנסי קר"י

(טערסאנט אז קול חומת הדת מיט קול חומת אש, וואס נארמאל זענען נישט אזוי אויף זעלבע שטייגער (איידל גערעדט), זענען מתאחד געווארן צו פראטעסטירן צוזאמען)
הגאון ר' יהושע ראזנבערגער שליט"א איז תומך דוקא די פראטעסט אדער האט ער סתם געבעטן אז מ'זאל מאכן אן עצרת? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”