עד דלא ידע, אהן קיין נאכווייען!
עס איז כדאי צו וויסן אז די נאכווייען וואס קומען נאכן שיכור ווערן זענען בכלל נישט קיין זאך וואס דארף געשען, מיט אביסל פארזיכטיגקייט קען מען טרינקען 'עד דלא ידע' אהן צו ליידן דערפון דערנאך.
די פאלגענדע כללים וואס זענען באזירט אויף פארלעסליכע מעדעצינישע מקורות, קענען פארמיידן אדער עכ"פ מינימיזירן די אומאנגענעמליכקייטן.
- אלקהאל שאדט דעם אומיון סיסטעם דעריבער זאל א מענטש וואס שפירט זיך נישט גוט בכלל נישט טרינקען.
פארן טרינקען:
א. עסט אסאך, בפרט פעטע און געפרעגלטע מאכלים, אדער מאכלים וואס פארמאגן קארבאהיידרעט ווי צ.ב. מאכלים וואס האבן מעהל, קארטאפל, רייז א.ד.ג.
ב. עס איז ראטזאם צו עסן טאוסט די קארבאן דערפון העלפט דעם קערפער פארנעמען אלקאהל.
ג. טרינקט וואסער אדער לייכטע געטראנקן, ספעציעל די וואס אנהאלטן וויטעמינען, ווי אויך איז ראטזאם צו נעמען וויטעמינען טאבלעטן.
כאטש אז עסן פארלאנגזאמט די השפעה פון אלקהאל, האלט דאס אבער נישט צוריק פון ווערן שיכור! עסן און טרינקען בעפאר העלפט אז די קערפער זאל נישט ווערן אויסגעטרינקט, און העלפט פארנעמען אלקאהאל און דאס פארמיידט בויך ווייטאג וכו'.
בשעת'ן טרינקען:
א. עס איז וויכטיג צו טרינקען וויין פון א גוטע קוואליטעט, מיט ליכטיגע קאלירן און אהן א צוקער, די אלע זאכן העלפן די קערפער פארנעמען גרינגער די אלקהאל.
ב. בשום אופן נישט טרינקען פארשידענע סארטן אלקאהל ווי וויין, ביר, וואדקע, וויסקי, ליקער, ספעציעל זאל מען נישט טרינקען וויין נאכן טרינקן ביר.
ג. טרינקט נישט אסאך אויף איין מאל, ווארט'ס א שטיק צייט צווישן איין כוס און דאס צווייטן צו געבן צייט פארן קערפער צו פארנעמען די אלקאהל. - דאס ווארטן פארמיידט נישט ווערן שיכור!
ד. זייטס מקפיד צו עסן און טרינקען וואסער צוזאמען מיטן טרינקען אלקעהאל. פאר יעדן כוס אלקעהאל טרינקט א כוס וואסער אדער אנדערע לייכטע געטראנקן.
ה. פארמיידט טרינקען גאז-געטראנקן, דאס שטערט דעם קערפער פארנעמען די אלקעהאל.
ו. עס איז ראטזאם זיך אפצוהאלטן פון טרינקען געטראנקען מיט קעפפין. ווי קאלע, קאווע, טיי. דאס טרוקנט אויס דעם קערפער.
ז. אויב הייבט מען אהן צו שפירן בויך-ווייטאג הערט אויף צו טרינקען אלקעהאל און טרינקט אסאך וואסער און עסט עסן מיט קארבאהיידרעטס ווי אויבן דערמאנט. בפרט איז גוט צו עסן פעיניץ (טאוסט). נישט עסן בכלל - איז א טעות!
נאכן טרינקען:
טרינקט וואסער און לייכטע געטראנקן וואס אנהאלטן וויטאמינען, זאלץ, צוקער, פאטעססיאם אדער נעמט וויטאמינען טאבלעטן בפרט וויטאמין סי. - צוריק צו ברענגן די אלע וויטאמינען די קערפער האט פארלוירן ביים טרינקען אלקעהאל.
אויב שפירט מען זיך נישט גוט דעם נעקסטן אינדערפרי איז ראטזאם צו עסן, באנאנעס, געקאכטע אייער, ובפרט פארברענטע טאוסט. די זאכן אנהאלטן די ניטרישאנס פארן קערפער זיך צוריק אויפצובויען. זייט ממשיך צו טרינקען און רוהט אייך אפ.
א פרייליכן פורים.