קרעטשמעס 5'טע שלחן ערוך
ווי עס ווייסט איעדער איינער איז דא א תקנות פארום ווי איעדער ברויך דרוקן דעם i have read and accept the terms and conditions ווי איעדער דרוקט דעם גרויסן I ACCEPT קנעפל און מ'טרעפט זיך דא אין קרעטשמע און מ'הייבט אן צי שמעקן וועלכע אשכולות זענען די וואס קוקן אויס בא'טעמ'ט און וועלכע ס'אינטרעסירט נישט וכו'.
על אשר עתה באתי;
געוויסע מאורעות האבן מיר געמאכט אריינציקומען דא אין לאבי און הענגן די צעטיל כ'האף אז די מענעדזשערס וועלן'ס לאזן הענגן.
בנוגע די תקנות (וואס כ'אב שוין לאנג פארגעסן אויף וועלכע שפראך עס שטייט דארט, וכ"ש וואס עס שטייט) רעד'ך נישט אריין, פארדעם זענען דא רויטע און גרינע ניקס וואס דרייען זיך מיט ריזיגע שליסלעך און מאכן שאאר אז די געזעצן ווערן עכ"פ נישט פארלעצט.
פון וואס רעד'ך יא? מ'רופט'ס די 5'טע שלחן ערוך (פארווער ס'ווייסט נישט וואס דאס מיינט רעד'ך אפילו נישט). דהיינו וויזוי זיך אומציגיין מיט דאס פלאץ דא:
קומסט אריין אין אן אשכול שמעק ארום וואס די טעמע איז דא און אויף דעם אופן שרייב צי דיינע קאממענטס, נישט סתם פאנטשן די קיבאארד און אוועקפירן דעם אשכול און אנדערע ניקס צי די עזאזל, קיינעם שמעקט נישט צי קייען וואסער און אויסדרעשן א נארמאלע שמועס פאר שטותים.
געפעלט דיר איינעםס אשכול, תגובה גיב'ם א יישר כח, א גרינע, חיזוק. ס'קען דיר צינוץ קומען דיינע מספר התגובות וועלן זיך הייבן.
איינער שמועסט ארום אן ענין ברענג נישט א לינק צי אן אויסגעדראשענעם אשכול פון 7 יאר צוריק, ווילס ווייזן דיינע קענטעניסן? פיין. צייכן אן די לינק און זאג וואס דארט שטייט, א תמצית נישט סתם ארויפגעברענגט א מדרש פליאה און דער בעל האשכול זאל זיך פיעלן לייק טאא סענץ אז ער קייט אלטע זאכן און איז נישט אזוי קלוג צי וויסן אז די טעמע איז שוין צימאלן געווארן 7 יאר צוריק און ליגט פארשטויבט אין קעללער אונטער א הויפן אפגעניצטע באטלעך.
IF YOU DONT HAVE WHAT TO DO DONT DO IT HERE. איז א פאלק ווערטל, לענינינו; ווילסט הייבן דיינע מספר התגובות? טוה עס נישט אין עני נארמאלע אשכול, קום נישט אריין אין איעדע איינציגע אשכול און סקריבלען און פלאטשקענען, גיי אריין אין די 5,3, קיין 1 ווארט אשכולות אדער אינעם "איין תגובה האט נישט מיטן צווייטן אשכול" דארפסט נישט מורא האבן אז דו וועסט אראפפירן די אשכולות אין דרעין, קענסט פאנטשן דיין קיבאארד און עס ציברעכן אויכעט קיינער וועט נישט אפילו וויסן אז דו האסט געהאט א פלאפ און שאלעכץ על קרעטשמע און פיניש.
נישט איעדעס מאל וואס די חברה לייט דא מאכן אויף אן אשכול איז דאס ליצנות זיי קענען אמאל מיינען זאכן זייער ערענסט, הא ראי' ס'יז נישט אין פארברענגען, יא ער שרייבט מיט אסאך סענץ אף היאמער אבער קיין דזשאוק איז'ס נישט, פאר די מאכסט פאן דערפון קוק דיך אום אויב ס'גייט מאכן סענץ און נאכדעם שרייב עקארדינגלי צי די לופט דארט. אפילו ער מאכט שוין יא אויף עפעס א גוטץ מאך זיכער אז דיינע תגובות וועלן נישט מאכן איעדע נארמאלע רעכדענקענדיגע ניק זיך צי עקלען פון אויפמאכן די אשכול...
ווילסט ציטוט'ן איינעםס ווערטער אוון קאמענטירן דערויף ברויכסט נישט אראפברענגן דאס גאנצע תגובה פארדעם, קענסט מעקן די חלקים וואס'יז דיר נישט נוגע און נאר ברענגן די חלק אויף וואס דו שטעלסט דיך, אויב ווילסטו יענעם באדאנקן פאר ס'גאנצע תגובה זיינע קענסטו סתם אזוי לייגן א יישר כח און יענעם מזכיר זיין, לאנגע ציטוט'ן מאכן איבלען.
האסט צוויי ניקס און ווילסט רעדן צי זיך אליין? האב נישט קיין טענות ווען מ'עט לאכן פון דיר.
יותר ממה שקראתי לפניכם אינו כתוב כאן אבער ס'יז דא נאך פון וואס ארום צי רעדן דערווייל וועלן מיר בלייבן דא שטיין,
איעדער זאל נעמען זיין דאנערשטאג חברותא און עס גוט איבער חזר'ן מ'גייט דאס פארהערן שטרענג.
א גוטן טאג.