-
ציטיר
- 1
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פליגל
»
עם, יא.
וואס האב'ך געוואלט?
המממ.. עפעס האב איך געוואלט זאגן דא... יוש.. כ' אב פארגעסן..
יא, כ'דערמאן זיך שוין.
לעצטענס ווערן געוויסע אשכולות דעזיגנירט פאר נייעס ארום א געוויסע שטאט/שטעטל דארף/דערפל ווערן פארפלייצט מיט אינפארמאציע, באקלאגענישן און טענה'רייען איבער א געוויסע פרט וואס האט נישט מיט קיין געגענט בכלל, די איינציגסטע שייכות וואס עס האט מיט יענע שטאט איז אז דער שרייבער וואוינט מסתמא דארט. אנדערשווייז האט עס נישט קיין שייכות.
אויסער דעם וואס די סארט זאכן איז נישט אין איינקלאנג מיט די תקנת המקום, אבער פאר א גוט יאר וואס ברויך מען אנפירקלען אן אשכול איבער אן עקספיריענס מיט א פלאמבער/עלעקטרישען/אד"ג? האסט א פראבלעם מיט עימיצין גיי סקריבל אהן דעם סתם זאכן אשכול אדער זאכן וואס איך וויל וויסן, אדער די נייע אשכול דארט וואס יענער זאגט וואס ער וויל נישט וויסן..
ביטע, האלטן אשכולות צום טאקט אויף וואס זיי זענען געעפענט געווארן.
א דאנק.