א שטארק רעכטע גרופע האט זיך איינגעבראכן און די טיפע קעלערן פון קרעטשמע און געטראפן דארט צענדליגע ניקס טייל פון זיי אן קיין צייכן פון לעבען און טייל פון זיי אן רשות כתיבה, אזוי אויך האבן זיי געטרפן דארט הונדרעטער תגובת באגראבען אונטער פארשפארטע טירן וואס מקען אריינגיין נאר מיט אזא רויטע שמאטע אויפן קאפ
אזוי אויך האבן זיי געטראפן און איינער פון די צימערן א גאנצע באנטש פון רויטע מיט גרינע חברה מיט גרויסע שווארצע גלעזער פון קאווע און פראבירן צי דערגיין די איידענטעטי פון יעדע ניק וואס קומט אריין ביי זיי און קרעטשמע.
זיי פאלאגען באלדיגע אויספארשינג אויף ביידע. זיי זאגען אז עדאלטס דארפן נישט האבן אזא שטרענגע צענזור און מקען נישט אראפ פירן יעדע תגובה וואס מוויל נאר סמיז ווערן אנגעגעבן א פונקליכע סיבה פארדעם, כאטש זאל מען מאכען א מיסט קאסטען פון ווי מזאל קען אנקומען צי די שמוץ זאגען זיי!
און אזוי אויך זאגען זיי איז דאס א אומדעהערטע חוצפה אז די רויטע חברה זענען א גאנצע טאג פארנומען מיט דערגיין ווער די ניקס זענען דאס מאכט מיר זייער אומבאקוואם צי שרייבן מיינע שטותים זאגט א פראמענטירע רעכט געשטימטע שרייבער
זיי פארלאנגען א באלדיגע ענטפער פון די פיררעשאפט פון קרעטשמע אז נישט וועט מען מיזן טרעפן א צווייטע פלאץ ווי צי טרינקען קאווע!!
איך האב שוין מער ווי איינמאל אויפגעברענגט דעם געדאנק, אז עס זאל אויטאמאטיש געשיקט ווערן א אישי/אימעיל צו אינעם וואס זיינס א תגובה ווערט נעלם/עדיטעד. אז דער אחראי זאל קענען צושרייבן דארט א סיבה אויך.
איך בין נישט צו לאנג דא, און איך האב נאכנישט געשפירט דעם צענזור-שטעקן אויף די אייגענע הויט. איך בין מסכים אז צענזור איז וויכטיג, אבער די שאלה איז ווען. ווי איך הער ווערן תגובות דא אפט פארשווינדען, און מען ס'קרעטשט זיך די קאפ מיט וואונדער "מה פשעי ומה חטאתי, וואס האב איך שוין געקענט שרייבן אז ס'זאל ארויסברענגן בייז-בלוט ביי די מנהל(ים)?". ווינקל און געלעגער זאגן פיינע געדאנקען, אבער דאס דערמאנט מיר די משל מיטן שפיטאל וואס מען האט געבויעט אין כעלם הארט נעבן דעם צובראכענעם בריק.
ווינקל, איך בין נישט קיין מנהל, סאו איך קעניש רעדן מטעם די הנהלה, אבער מטעם טעקניקל חלק איז נישטא קיין אפשן ס'זאל זיך שיקן אוטאמאטיש.
געלעגער, זאגסט א גוטע געדאנק! אבער...
דו ווייסט וויפיל צייט אזא זאך נעמט? דו ווייסט אז אויזער די מעקן חלק זענען די מנהלים ביזי שעות בלויז באקוועמער צו מאכן דאס פלאץ פארן עולם? סיי כלליות'דיגע זאכן, און סיי פרטיות. איך קען דיר גיבן א ליסטע מיט ניקס וואס מ'האט זיי געהאלפן, געספענדט שעות זיי צו העלפן! (איינע פון די ניקס שפייט אין פנים...)
און דאן איז דא די פאררעכטן חלק, דו ווייסט וויפיל תגובה ס'ווערן פארראכטן א טאג? אויסער די חלק פון מעקן... גיב א קוק די תגובה וואס דו האסט געשריבן אין "פליגל"ס אשכול, (איבער די פיפטע שלחן ערוך) דו געדענקסט אפשר וויזוי ס'איז ארויף? איך געדענק, ווייסט פארוואס? ווייל איך האב עס גע'ספענדט א האלבע שעה עס צו פיקסן. (פאר די רעקארד, איך האב עס געפיקסט איין מאל פון אפרע מיני, און ביים שיקן איזעס נישט דורכגעגאנגן, האב איך עס געדארפט איבערמאכן...) האסט בכלל געוויסט דערפון?
דו ווייסט אז ס'דא אחראים וואס זעצן זיך אריין יעדע פאר טאג פאר 2-3 שעה און גייען דורך געוויסע אשכולות און פאררעכטן ספעלונג מיסטעיקס און ספעיסינג?
עכ"פ מעקן תגובות פון אומאויסגעהאלטענע אינהאלט איז בלויז א קליינע טייל פון די דזשאב וואס די אחראים און מנהלים טוהן.
און טאקע פארדעם האט מען לעצטענס אויפגענומען נאך אן אחראי... ווייל מ'קומט נישט נאך די ארבייט!
סאו דו ווילסט אז מ'זאל צולייגן נאך ארבייט? ווייל אפילו אויב א פרישע מענטש גייט טוהן די קאסטעמער סערוויס ארבייט, גייט דער מעקער מוזן ענטפערן פארן קאסטומער סערוויס מענטש וואס מ'האט געמעקט, און פארוואס...
אגב, ס'דא געוויסע מעקערס וואס שרייבן א אישית, אבער נישט אלעמאל איז דא צייט, און נישט אלעמאל עגריט יענער מיט די דעסיזשן, און ס'הייבצעך אן א דין ודברים...
אין קורצן, דיין פארשלאג איז זייער גוט, אבער איך זעה נישט אז דאס זאל קענען ווערן אויסגעפיהרט למעשה.
איין עצה האבעך, אז דו ווילסט ווערן אן אחראי, און דו וועסט הענדלען די קאסטומער סערוויס דיפארטמענט איז מעגליך אז זאכן וועלן זיין בעסער.