חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם
מנהגים וסגולות שונות
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12742
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- טייבעלע
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10660
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
- לאקאציע:ביי אלאסקא
11211 האט געשריבן: איך געדענק ווען איך בין געווען א קליין קינד ביי מיין זיידע'ס ע"ה סדר האט ער געווארפן ניסלעך פאר די קינדער(נאך מה נשתנה מיין איך)..
ווי איז די מקור? און טעם? טוט נאך איינער היינט אזוי?
מס' פסחים קט ע"א
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
teibele1 at birdlover.com
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12742
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12742
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
איך האב געטראפן א שטיקל מקור צו דעם וואס מיר פירן זיך איינצוקויפן אלע פראדוקטן בעפאר פסח, די משנה זאגט (חולין פרק ה') אז איינס פון די צייטן וואס מען קען צווינגן דעם שוחט צו שחט'ן זיינע בהמות כדי צו האבן פלייש אויף יו"ט איז ערב די צווייטע טעג סוכות, זאגט דער פרי תואר (יו"ד סי' ט"ז) אז דערפאר זאגט ער נישט ערב די צווייטע טעג פסח, "נראה דמן הסתם כל העם קונים מעי"ט ראשון כל הצורך לז' ימי פסח".
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12742
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
האמיר יעצט אפגענומען פון א חבר א פרישע פלעשל מילך וואס ער האט היינט געמאלקן לכבוד פסח!
אגב, אויב איינער איז אינטרעסירט אין א פלאש אדער מער, ריין מילך, אהן קיין שום הוספות, נישט פון קיין פירמע, קען זיך מעלדן צו מיר.
ואגב גררא, איך האב געהערט אמאל איז ס'איז כדאי אויפצוקאכן די מילך פארן מעלה זיין על השולחן. ווייסט איינער דערפון? איז עס וויכטיג? פשוט אויפקאכן?

משיח האט געשריבן: האמיר יעצט אפגענומען פון א חבר א פרישע פלעשל מילך וואס ער האט היינט געמאלקן לכבוד פסח!
אגב, אויב איינער איז אינטרעסירט אין א פלאש אדער מער, ריין מילך, אהן קיין שום הוספות, נישט פון קיין פירמע, קען זיך מעלדן צו מיר.
ואגב גררא, איך האב געהערט אמאל איז ס'איז כדאי אויפצוקאכן די מילך פארן מעלה זיין על השולחן. ווייסט איינער דערפון? איז עס וויכטיג? פשוט אויפקאכן?
קוה אדער ציג
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי האט געשריבן:משיח האט געשריבן: האמיר יעצט אפגענומען פון א חבר א פרישע פלעשל מילך וואס ער האט היינט געמאלקן לכבוד פסח!
אגב, אויב איינער איז אינטרעסירט אין א פלאש אדער מער, ריין מילך, אהן קיין שום הוספות, נישט פון קיין פירמע, קען זיך מעלדן צו מיר.
ואגב גררא, איך האב געהערט אמאל איז ס'איז כדאי אויפצוקאכן די מילך פארן מעלה זיין על השולחן. ווייסט איינער דערפון? איז עס וויכטיג? פשוט אויפקאכן?
קוה אדער ציג
פרה לבנה
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6386
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע:שתולים בבית ד'
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36785
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מלאכי האט געשריבן: הרב למעלה:
די ביזט אזוי זיכער אז מ'מעג טוישן פון קארפ אויף סעלמאן ווייל מיינע עלטערן וואלטן עס אויך געגעסן אויב א איד זעהט עס לעבעדיג?
מצד א' זאגט די שכל אז די ביזט גערעכט, אבל מצד שני איז דא א גאנג נישט צו טוישן אפילו די טעם לאיסור איז אוועקגעפאלן, [כמדומה איז דא עפעס א מעשה פון מהרי"ד מבעלזא בנוגע דעם אז די עלטערן האבן מתפלל געווען אויף מאכלים וואס זיי האבן געגעסן אז ס'זאל נישט זיין קיין מכשול, משא"כ אויף מאכלים וואס זיי האבן נישט געהאט, איך געדענק נישט פונקטליך], למשל מענטשן עסן נישט "אוואקאדא" פסח ווייל זייער זיידע האט דאס נישט געגעסן, ווייל זיי האבן עס נישט געהאטכאטש ס'האט קיין חשש, צו למשל א טאמאטא, אפשיילן די גאנצע ארום און ארום, וועט מען אויך נישט עסן, וכהנה רבות, און כ'פארשטיי נישט פשט, דאס מיינט אוועקגיין פון מסורת אבות? בשעת זיי וואלטן עס אויך געגעסן?
אין שו"ע ונו"כ איז דא א גאנצע איבערקערעניש וועגן צוקער אז מ'טאר עס נישט עסן פסח ווייל די מוכרים זענען מזייף און לייגן אריין מעהל אין די צוקער (ווייל ס'איז ביליגער און ס'פארקויפט זיך אויף די פרייז פון צוקער), היינט? כמעט יעדער עסט צוקער, פ"וו? ווייל דער חשש איז מער נישטא, און ס'האט א הכשר, א"כ מאי שנא, והדבר צ"ע.
וועגן אויל איז אזוי, אויב א מענטש קוועטשט די אויל ביי זיך און שטוב, גייט עס אריין אין די אויבנדערמאנטע קאטאגאריע, אבער טאמער קויפט ער א באטטל אויל, איז א ערנסטע שאלה, ווייל אפשר וואלטן דיינע עלטערן נישט זיך פארלאזט אויף א הכשר ביי אזא קאמפליצירטע זאך ווי פראצעסירטע אויל? עס גייט דאך דורך אזויפיל סטעפס ביז די פינישד פראדאקט, אלעס ווערט געמאכט דורך גויים, און זייערע כלים, ווען מ'זאל ווען פונקטליך וויסן וואסערע גלגולים די אויל גייט דורך, וואלט פארגאנגן געווארן די אפעטיט דאס צו עסן פסח, כ'דערמאן נאר איין זאך, די אויל דארף אריינגיין און טראקס צו ווערן דעליווערט צו די באטטלינג קאמפאני, צו מיינט עטס אז מ'נוצט א נייע טראק? ניין, די טראק האט שוין געהאט פארדעם פארשידענע אוילן, נו, וואס טוהט מען? אדער כשר'ט מען די טראק, אדער טשעקט מען וואס מ'האט דעליווערט אינעם טראק די לעצטע 3 מאל, יעצט איז אזוי, די כשרן איז נישט אזוי איי איי איי, און די לעצטע 3 מאהל ווייס איך נישט פשט, וואס איז מיט די 4'טע 5'טע? דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל בנוגע דעליוועריס, עס איז דא נאך אסאך עקולי ופשורי מיטן עצם פראצעסירן די אויל.
דאס איז לאו דוקא אויל, יעדע פראצעסירטע עסן, איז היינט געבענטשט מיט א טוץ שאלות אשר לא שערום אבותינו, כ'קעניש צופיל מאריך זיין, אבער כ'האב לעצטענס געהערט אינפארמאציע אויף א געוויסע פסח פראדוקט וואס ווערט פראצעסירט אין די מרחקים מיט א הכשר פון די בעסטע ביים היימישן ציבור, וואס האט געהאט א ערנסטע שאלה, ס'האט מיר זייער באנומען, איך וואלט געזאגט, עסט פסח יעדע רויע זאך, אפילו וואס ענקערע עלטערן האבן נישט געגעסן, אבער שטייטס אוועק פון יעדע פראצעסירטע זאך כפי היכולת אפילו וואס ענקערע עלטערן האבן יא געגעסן!וכמובן מיינט מען נישט מילך, קאווע, פאטעטא סטארטש וואס א"א בלעדם, אבל כל הממעט הרי זה משובח.
אויב די פארלאזט דיר נישט אויף כשר'ן די טראק, דאן טרינק נישט קיין מילך, און ניץ נישט קיין אויל א גאנץ יאר, די זעלבע איז אויך מיט גרעיפ דזשוס