Re: חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם
די פשוטע קשיא אויפן ר"ן איז דאך אז אין תורה שטייט אז מען האט עס ערשט געבאקן צומארגנס אין סוכות.המברך יתברך האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 10, 2023 8:19 pmשכוח פארן צוצייכענען דעם רן, בלייבט נאר פאר מיר עס צו צוברענגען. אבער איך מיין אז ס'איז גארנישט שווער, ס'שטימט יא מיטן בעל הגדה און זיין כוונה איז טאקע על שם העתיד. זע בעיקר די לעצטע שורה.איש ציון האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 10, 2023 7:17 pmדי ר"ן אין פסחים קט"ז פרעגט שוין פארוואס האט מען עס געדארפט באקן מצות מען האט עס געקענט באקן חמץהמברך יתברך האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 09, 2023 5:00 pmכי לא חמץ.png
אויב איך פארשטיי גוט, צעטיילט דער רמב"ן דעם פסוק אין צווייען,
ויאפו את הבצק עגוות מצות, כי לא חמץ
דאס וואס זיי האבן עס געמאכט אלס מצה, איז ווייל די תורה האט נישט געלאזט אז ס'זאל זיין חמץ
כי גורשו ממצרים ולא יכלו להתמהמה,
וועגן דעם האט מען עס געבאקן אויפן וועגן אויף די זון
דאס שטיחמט אבער נישט מיט דעם בעל הגדה וואס זאגט, אז די צויוויי איז לכתחילה געווען על שם העתיד, אז ס'וועט זיין מצה און נישט קיין חמץת וועגן דעם חפזון
בנוגע די בעל ההגדה וואס עס שטייט מצה על שום מה וכו' דאכט זיך די פירוש אז דאס וואס מיר עסן מצה איז על שם דאס וואס מען איז ארויס פון מצרים מיט א "נישט חמצ'דיגע טייג".
דהיינו נישט על שם דאס וואס מען האט עס צום סוף געבאקן מצות נאר על שם די "טייג" בשעת יציאת מצרים. (דאס אז מען איז שוין פריער נצטווה געווארן איז אן עקסטרע קשיא, מיר האט מער געבאדערט אז על שם וועלכע מצה עסן מיר מצה? די תירוץ איז אז נישט על שם מצה נאר על שם די טייג וואס איז נישט געווען חמץ עסן מיר מצה וואס איז נישט חמץ)
בלייבט נאר שווער די קשיא פון די ר"ן אויפן פירוש הפסוק אנע שייכות צום הגדה.
רן.png
כדי צו מונע זיין דער קשיא אויפן בעל הגדה האב איך געשריבן הנ"ל.