ימים שאין אומרים תחנון

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
שיינע שטריימעל האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן: נאכ׳ן זעהן דעם אשכול, האב איך מיר דערמאנט אין מיין חלום, ארויסצוגעבן א סידור, און לייגן תחנון לעבן סליחות.

אין קרית יואל אין ביהמ''ד הגדול זאגט מען תחנון בערך צוויי דריי מאל א חודש,
ווייל מען זאגט נישט קיין תחנון אין א טאג ווען איינער פון די קהלה מאכט א ברית אין שטאט נישט קיין חילוק ווי די ברית איז און אויך פרייטאג זאגט מען נישט,
אין א טאג וואס מען זאגט תחנון פילט זיך ווי מען זאגט סליחות.

1. נאר ביהמ"ד הגדול? וואס טיט מען אין אנדערע שולן?
2. דוקא ווען די ברית איז אין אן אפיציעלע שול פון די קהילה אדער ווי אימער אין שטאט?
3. ווען ס'דא א ברית אין בלומיגראוו אדער אין אנדערע גלילות, זאגט מען אויך נישט?

און אלע קהלישע שולן זאגט מען נישט קיין תחנון ווען א מעמבער מאכט א ברית,
אזוי פסקנען האדמו"ר והדומ"ץ שליט"א

אינטערסאנט אבער אז דער רבי אליין זאגט יא תחנון אין א טאג וואס ער האט נישט קיין ברית,
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

שיינע שטריימעל האט געשריבן: אינטערסאנט אבער אז דער רבי אליין זאגט יא תחנון אין א טאג וואס ער האט נישט קיין ברית,

כמדומה לי אז אין ישיבה האבן די בחורים געשמועסט אז ס'האט מיטן בעל תפלה אויב ער כאפט אריין צו אנהייבן קדיש נאך פאר דער רבי הייבט אן תחנון...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נע, טיפיקל סאטמאר, דער רבי טוט איין זאך, דער עולם עפעס אנדערש און ס'איז נישט קיין סתירה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ביי ק"ק סאטמאר מהרי"י, סיי אין ק"י און אוודאי אין וומסב"ג, איז דער מושג פון נישט זאגן תחנון ווען עס איז דא א ברית אין א צווייטע קהל'ישע ביהמ"ד אויסגעראטן כמעט אינגאנצן, עפ"י פקודת הדיינים.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
שיינע שטריימעל האט געשריבן: אינטערסאנט אבער אז דער רבי אליין זאגט יא תחנון אין א טאג וואס ער האט נישט קיין ברית,

כמדומה לי אז אין ישיבה האבן די בחורים געשמועסט אז ס'האט מיטן בעל תפלה אויב ער כאפט אריין צו אנהייבן קדיש נאך פאר דער רבי הייבט אן תחנון...

ווען די רבי איז געווען אין יאר און געדאוונט פארן עמוד, פלעגט ער זיכער מאכן איין מאל א וואך צו זאגן תחנון, געווענליך איז עס געווען א מאנטאג אדער דארנעשטאג...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: ביי ק"ק סאטמאר מהרי"י, סיי אין ק"י און אוודאי אין וומסב"ג, איז דער מושג פון נישט זאגן תחנון ווען עס איז דא א ברית אין א צווייטע קהל'ישע ביהמ"ד אויסגעראטן כמעט אינגאנצן, עפ"י פקודת הדיינים.

אויסגעראטן?!
וואספארא מין שפראך איז דאס?!
אזוי שרייבט מען אויף א מנהג עתיק בישראל,?
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

דער וואס האט עס אויסגעראטן, האלט לכאורה אז ס’נישט קיין מנהג עתיק. כן נראה ליישב בדוחק.
ווי אלט קען שוין זיין אזא מנהג, נאכדערצו די ענין פון מעמבערשיפ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מושך חסד האט געשריבן: ווי אלט קען שוין זיין אזא מנהג?

דאס איז א פסק פון שארמאשער רב בעל תפארת נפתלי, כל קבלתי מפי אנשים נאמנים, אזעלכע וואס וואלטן גערן געזאגט נאך א טאג תחנון.

דארף צו זיין פון ערגעץ אין די למ"ד יארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

farshlufen האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן: ווי אלט קען שוין זיין אזא מנהג?

דאס איז א פסק פון שארמאשער רב בעל תפארת נפתלי, כל קבלתי מפי אנשים נאמנים, אזעלכע וואס וואלטן גערן געזאגט נאך א טאג תחנון.

דארף צו זיין פון ערגעץ אין די למ"ד יארן.

דאס וואלט איך נישט גערופן מנהג עתיק. מ’מעג מחולק זיין מיט מיר, איך בין זיכער נישט עתיק..
די פסק איז לגבי אנדערע שולן אין שטאט אדער פאר מעמבערס פון א קהלה?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מושך חסד האט געשריבן:

מען כוונה איז געווען ךכבי די מנהג אז אלע שול׳ן ווערן נגרר בתר די הויפט שול, נישט צו זאגן קיין תחנון ווען ס׳איז דא א ברית, כמבואר באליה רבה
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מושך חסד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן: ווי אלט קען שוין זיין אזא מנהג?

דאס איז א פסק פון שארמאשער רב בעל תפארת נפתלי, כל קבלתי מפי אנשים נאמנים, אזעלכע וואס וואלטן גערן געזאגט נאך א טאג תחנון.

דארף צו זיין פון ערגעץ אין די למ"ד יארן.

דאס וואלט איך נישט גערופן מנהג עתיק. מ’מעג מחולק זיין מיט מיר, איך בין זיכער נישט עתיק..
די פסק איז לגבי אנדערע שולן אין שטאט אדער פאר מעמבערס פון א קהלה?

אין די ל' יארן האט יעדער איינער געקענט דעם צווייטן, און ווען איינער האט געמאכט א ברית פון דער קהילה האט זיך דער גאנצער עולם מיטגעפרייעט און טייל זענען אפילו געקומען צו די שמחה, האט עס געהאט א פשט. משא"כ היינט צוטאגס, קוים וואס מען ווייסט אין יענעם ביהמ"ד אליינס ווער דער בעל ברית איז, אפגערעדט אין אנדערע בתי מדרשים, ממילא האט עס נישט קיין שום פשט, און קיין שום שייכות צו דעם מנהג. עכ"פ אזוי איז דער פסק הלכה פון פראמינענטע דיינים אין די קהילה.

ווער רעדט נאך אין ק"י, וואס מען פלעגט (אמאל עכ"פ, היינט ווייס איך נישט) נישט זאגן קיין תחנון אויב איז געשטאנען אויפן צעטל אז נעכטן איז געווען א וואך נאכט אין אשת חיל, אפילו דער ברית האט געקענט זיין אין וומסב"ג אדער מאנסי, האבן די דיינים דארטן ובראשם דער דיין הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א געהייסן דאס מבטל זיין לגמרי.

קען זיין אז הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א האלט אז מען דארף נישט זאגן תחנון, קיין פראבלעם, איך האב פשוט ארויסגעברענגט וואס אנדערע האלטן, און דער פשוט'ער ביאור דערויף.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איטשע האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן: ווי אלט קען שוין זיין אזא מנהג?

דאס איז א פסק פון שארמאשער רב בעל תפארת נפתלי, כל קבלתי מפי אנשים נאמנים, אזעלכע וואס וואלטן גערן געזאגט נאך א טאג תחנון.

דארף צו זיין פון ערגעץ אין די למ"ד יארן.

דאס וואלט איך נישט גערופן מנהג עתיק. מ’מעג מחולק זיין מיט מיר, איך בין זיכער נישט עתיק..
די פסק איז לגבי אנדערע שולן אין שטאט אדער פאר מעמבערס פון א קהלה?

מען כוונה איז געווען ךכבי די מנהג אז אלע שול׳ן ווערן נגרר בתר די הויפט שול, נישט צו זאגן קיין תחנון ווען ס׳איז דא א ברית, כמבואר באליה רבה

חומר למחשבה, ווען אין קראקא איז אין באבובער שטיבל געווען א ברית האט מען אין אלע בתי מדרשים נישט געזאגט קיין תחנון?

---

יעצט קוק איך נאכאמאל איבער, דו שרייבסט 'הויפט שוהל', דאס איז שוין א צווייטער גדר אינגאנצן, אז נאר ווען דער ברית איז אין דעם הויפט שוהל זאגט מען נישט קיין תחנון.

לפי זה האט עס נישט קיין שייכות מיט די קהילה אדער יענע קהילה, מען גייט נאך דעם הויפט שוהל, איך הער.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איטשע האט געשריבן:
מיין כוונה איז געווען לגבי די מנהג אז אלע שול׳ן ווערן נגרר בתר די הויפט שול, נישט צו זאגן קיין תחנון ווען ס׳איז דא א ברית, כמבואר באליה רבה

דער אליהו רבה ברענגט דעם מנהג פון מהרי"ל, ער לייגט נאר צו אז דאס איז נאר ווען ס'איז אין די אלט-ניי שול אליין, נישט ווען די שולן זענען פארשפארט און די מתפללים פון די אלט-ניי שול דאווענען ערגעץ אנדערש [סאונדס פאמיליער?].
דא

**

זע איך, פון הנה איז זיין אייגן לשון, איר זיינט גערעכט, ער ברענגט עס אלץ מנהג פראג פון איידער זיינע צייטן.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (42.32 KiB) געזען 1521 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

farshlufen האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
מיין כוונה איז געווען לגבי די מנהג אז אלע שול׳ן ווערן נגרר בתר די הויפט שול, נישט צו זאגן קיין תחנון ווען ס׳איז דא א ברית, כמבואר באליה רבה

דער אליהו רבה ברענגט דעם מנהג פון מהרי"ל, ער לייגט נאר צו אז דאס איז נאר ווען ס'איז אין די אלט-ניי שול אליין, נישט ווען די שולן זענען פארשפארט און די מתפללים פון די אלט-ניי שול דאווענען ערגעץ אנדערש [סאונדס פאמיליער?].
דא

**

זע איך, פון הנה איז זיין אייגן לשון, איר זיינט גערעכט, ער ברענגט עס אלץ מנהג פראג פון איידער זיינע צייטן.

די לשון מהר״יל, ענדיגט זיך מיט די ווערטער ״ה׳ מילה״
״הנה פ״פ״ וואס איז ראשי תיבות ״ה פראג, שרייבט די אליה רבה אליינס, וועלכע האט געוואוינט אין פראג (דער מהרי״ל האט געווינט איז ריינלאנד). שרייבט אז אלע שולן ווער נגרר בתר די הויפט שול - אין פאר די אלטנוי שול.
אבער אין א פאל, ווען די מתפללים פון די הויפט שול, דאווענען נישט אין די הויפט שול, דעמאלטס האט דער אליה רבה גע׳פסק׳נט אז מען זאל נישט אנהאלטן די מנהג, ווייל וווי נישט ווי דאווענט מען נישט אין די הויפט שול.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היצט ליין איבער וואס דו האסט ציטירט.

איז נאר אינטערעסאנט פארוואס די אלט-נוי איז דאן געוועזן פארשפארט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

farshlufen האט געשריבן: היצט ליין איבער וואס דו האסט ציטירט.

איז נאר אינטערעסאנט פארוואס די אלט-נוי איז דאן געוועזן פארשפארט.

געמערקט.
ס׳איז געווען עטליכע מאל פארשפארט, צוליבן ווערן פארשוועמט.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: ימים שאין אומרים תחנון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די מנחת אלעזר דארף האבן ערגעץ א תשובה מיין איך וועגן די שטאט קראקע,

עכ"פ ער האט נישט געזאגט אין מונקאטש קיין תחנון כאטש עס איז געווען אן עיר ואם בישראל עס האבן געוואונט דארט ארום 15,000 אידן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6617
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

וואס איז די הלכה, אויב די מנין האט נישט געזאגט קיין תחנון, מאנטאג אדער דאנערשטאג, און א טאג וואס מדארף זאגן?

די מסדר מנינים און מיין בית מדרש האט באשלאסן אז מ'דארף זאגן נאכן ליינען, ויהי רחום, ס'איז מיר געווען א חידוש און קיינער און מנין האט נישט געוויסט דערפון..

איז דא אזא הלכה?

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

enjoy האט געשריבן: וואס איז די הלכה, אויב די מנין האט נישט געזאגט קיין תחנון, מאנטאג אדער דאנערשטאג, און א טאג וואס מדארף זאגן?

די מסדר מנינים און מיין בית מדרש האט באשלאסן אז מ'דארף זאגן נאכן ליינען, ויהי רחום, ס'איז מיר געווען א חידוש און קיינער און מנין האט נישט געוויסט דערפון..

איז דא אזא הלכה?

עס איז נישט פשוט, אבער עס איז דא אזא שיטה..
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בעל מדרגה האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
וואס איז די הלכה, אויב די מנין האט נישט געזאגט קיין תחנון, מאנטאג אדער דאנערשטאג, און א טאג וואס מדארף זאגן?

די מסדר מנינים און מיין בית מדרש האט באשלאסן אז מ'דארף זאגן נאכן ליינען, ויהי רחום, ס'איז מיר געווען א חידוש און קיינער און מנין האט נישט געוויסט דערפון..

איז דא אזא הלכה?
עס איז נישט פשוט, אבער עס איז דא אזא שיטה..
אין מיין שו״ע שטייט, אז איינמאל מען זאגט קדיש, איז תחנון פאפאלן.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איטשע האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
וואס איז די הלכה, אויב די מנין האט נישט געזאגט קיין תחנון, מאנטאג אדער דאנערשטאג, און א טאג וואס מדארף זאגן?

די מסדר מנינים און מיין בית מדרש האט באשלאסן אז מ'דארף זאגן נאכן ליינען, ויהי רחום, ס'איז מיר געווען א חידוש און קיינער און מנין האט נישט געוויסט דערפון..

איז דא אזא הלכה?
עס איז נישט פשוט, אבער עס איז דא אזא שיטה..
אין מיין שו״ע שטייט, אז איינמאל מען זאגט קדיש, איז תחנון פאפאלן.
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט הייסן זאגן תחנון נאך קדיש ווען מען האט בטעות געזאגט קדיש (נאכן ליינען ווייס איך נישט)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איטשע האט געשריבן:
אין מיין שו״ע שטייט, אז איינמאל מען זאגט קדיש, איז תחנון פאפאלן.
אין אחרונים איז עס א מדובר.
וועלכע סימן און סעיף אין אייער ש"ע?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

להודות האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
אין מיין שו״ע שטייט, אז איינמאל מען זאגט קדיש, איז תחנון פאפאלן.
אין אחרונים איז עס א מדובר.
וועלכע סימן און סעיף אין אייער ש"ע?
בשעתו האב איך עס געזעהן, (אין נושאי כלים, כמובן), כ׳מוז נאכקוקן.
לע״ע אין עתותי בידי.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
וואס איז די הלכה, אויב די מנין האט נישט געזאגט קיין תחנון, מאנטאג אדער דאנערשטאג, און א טאג וואס מדארף זאגן?

די מסדר מנינים און מיין בית מדרש האט באשלאסן אז מ'דארף זאגן נאכן ליינען, ויהי רחום, ס'איז מיר געווען א חידוש און קיינער און מנין האט נישט געוויסט דערפון..

איז דא אזא הלכה?
עס איז נישט פשוט, אבער עס איז דא אזא שיטה..
אין מיין שו״ע שטייט, אז איינמאל מען זאגט קדיש, איז תחנון פאפאלן.
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט הייסן זאגן תחנון נאך קדיש ווען מען האט בטעות געזאגט קדיש (נאכן ליינען ווייס איך נישט)
און אזוי האב איך געזעהן מעשה רב, פונ׳ם באבאווער דיין אין לאנדאן הגה״צ מוה״ר בן ציון בלום שליט״א.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”