ימים שאין אומרים תחנון
דעם זונטאג האט געדאווענט פארן עמוד ביי מיין מנין א קליין צארטע יונגע בחור'ל, נאכן אראפלייגן אן עבודה ביי די הויעכע שמו"ע איז ער שטיל געבליבן פאר א מילי סעקונדע נאך המברך את עמו ישראל בשלום, ווען פון אונטן הערט זיך א ברום "נא יתגדל" דער בחור איז מקיים דעם ואל יבוש מפני המלעיגים און דרייט זיך אויס זיין קאפ און שטעלט אן א צוויי פרעגענדע אויגן, כלומר "דער איד ווייסט וואס ער רעדט אדער נישט?" וואס זאל איך אייך זאגן ? די בית המדרש איז פארוואנדעלט געווארן און א מאסן דעמאנסטרציע ווען פון אלע זייטן הערן זיך קולות "יתגדל!!!!!!!!!!!" דער בחור האט געזען כי כלתה אליו הרעה האט ער שנעל אנגעהויבן צו זאגן קדיש, ענדערש זאל ער זאגן קדיש ווי איינער נאך אים ח"ו. פארשטייט זיך אז ער האט שוין געהאט א היתר גמור פון פיקוח נפש.
ע"כ המעשה.
יעצט ווי שטייט אז מען זאגט שוין נישט קייןתחנון פון כג אדר און וויייטער? און שולחן ערוך שטיט עס נישט, ווי יא? איז עס א מנהג? ווי?