המברך את עמו ישראל בש'אמן
ברוך שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה מען שפירט שוין די הייליגע יו"ט אין דער לופט, עס איז ממש א קידוש השם ווי אידען גרייטען זיך צום יו"ט בכלל און צום הייליגען סדר נאכט בפרט, ברוך הבוחר בעמו ישראל באהבה.
בשעת'ן זיך אינטערזינגען דער יו"ט נוסח קומט מיר אין געדאנק א זאך וואס מען האט שוין כמה פעמים מעורר געווען, דאס עניית אמן נאכן ש"ץ המברך את עמו ישראל בש'אמן – אפשר א ראי' אז מען דארף עסען שמאלץ פסח – הקל הק'...אמן ... מקדש ישראל והזמ'אמן ...(איך געדענק נישט גענוי צו די אמן קומט פארן מ פון הזמנים אדער נאכדעם).
עס איז באקאנט פאר יעדעם די הארבקייט פון אמן חטופה אבער מחמת דאס חממימות ביים דאווענען כאפט מען זיך נישט אין מען כאפט דעם אמן. דאס מאל אז מען וועט מעורר זיין פון פאראויס אפשר קען מען צולייגען קאפ און ענטפערן נאכן ברכה.
איך האב אויפגעהאנגען א מודעה דא אין קרעטשמע וואס האט נישט קיין איסור השגת גבול אדרבה הענגט דאס אויף ביי אייך אין ביהמ"ד אין שיקט דאס ארום צו אייער באקאנטע וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.
א כשר'ן און פרייליכען יו"ט
- אטעטשמענטס
-
- מודעה.pdf
- מודעה
- (226.67 KiB) געווארן דאונלאודעד 402 מאל