בשעה שיש מצה ומרור מחות"נים און אחד פון שמע ישראל איז ביידע געווען מיט'ן שר שלום פון בעלזא זי"ע וואס איז געגאנגען אונטער הערען סדרים פון פשוטע אידען. ס'איז דא א געוואלדיגע מעשה אין ערציילינגען פון צדיקים פון א בחור ביי אן עמהארצישע סדר, גאדל ביים סדר נאכט, ס'איז מוראדיג אויב קען איינער עס דא אראפלייגען וועט זיין געוואלדיג (ביי אונז אינדערהיים פלעגט מען זאגען "זאלסט נישט אויסזעהן וואו גאדל ביים סדר").
יוראפ האט געשריבן:
כאן מגביהין את הכוס (פאר ויהי שעמדה) איז אים איין יאר ארויפגעטראפט אביסל וויין אין די הגדה, פונקט אינעם כ' אריין, איז עס דארף געווארן כאן מגביהין את הפוס, פלעגט ער יעדעס מאל ארויפלייגן דעמאלטס די פוס אויפן טיש
מען זאגט עס נאך פון אמרי יוסף
כ'האב א מאל געזעהן א בריוו פון א פוילישער רבי געשריבען ערב פסח בערך שנת תרס"ה וואס האט געהאט צוטוהן מיט א פיס שרייבט ער בערך אזוי "כפי שאומרים כאן מגביהין את הפיס, אז ער זאל האבען א רפואה אויף דער פיס", איך האב שפעטער געזעהן אז ער איז דענמאלץ נפטר געווארען נאך פאר פסח, כ'דענק שוין אבער נישט פון וועם.