סביב העולם האט געשריבן:
תם מה הוא אומר "דארט" זאגט מען אין פולי'ש "תם" 'וואס זאגט מען דארט'? דוכט זיך אז הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט געזאגט מורא'דיגע פשטים דערין
דער וועלט זאגט אז אן עם הארץ האט זיך שטארק צו וויינט וויינענדיג "תם מה הוא אומר", וואס וועט מען דארט אויף יענע וועלט זאגען.
סביב העולם האט געשריבן:
תם מה הוא אומר "דארט" זאגט מען אין פולי'ש "תם" 'וואס זאגט מען דארט'? דוכט זיך אז הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט געזאגט מורא'דיגע פשטים דערין
דאכציך אז דער ווארט גייט מיט'ן ארמיש'ן 'התם', און לאו דוקא מיט אן עם הארץ.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
איך האב דעם ספר "קבוצת כתבי אגדה" פון הרב אברהם שטערן זצ"ל שו"ב אין מונטריאל ער איז געווען א גרויסער ת"ח וחסיד הוסיאטין [ושמעתי פעם מאחד שהבעל ויואל משה פגש אותו במונטריאל ודיבר עמו שעות אריכות] אין דער ספר איז דא הערליכע סיפורים ודברי חסידות. אין דא איז א לינק צו מעשה עם הבארדיטשובער זי"ע ועם הארץ בעריכת הסדר, ס'איז כדאי צו ליינען די גאנצע בריעף [וכן כל הספר הנפלא]
מכטי1 האט געשריבן:
בשעה שיש מצה ומרור מחות"נים און אחד פון שמע ישראל איז ביידע געווען מיט'ן שר שלום פון בעלזא זי"ע וואס איז געגאנגען אונטער הערען סדרים פון פשוטע אידען. ס'איז דא א געוואלדיגע מעשה אין ערציילינגען פון צדיקים פון א בחור ביי אן עמהארצישע סדר, גאדל ביים סדר נאכט, ס'איז מוראדיג אויב קען איינער עס דא אראפלייגען וועט זיין געוואלדיג (ביי אונז אינדערהיים פלעגט מען זאגען "זאלסט נישט אויסזעהן וואו גאדל ביים סדר").
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
שבכל דור ודור עומדים עלינו לחלותינ,ו די גוים ווילען אונז אריין ריקען חלות און פסח, והקב"ה מצילנו מידם, דער אייבישטער העלפט אז מזאל קענען האבען מצות. מקור?
אין מקור מודפס אלא בהגדת שלנו, אבל מקובל דור אחר דור על מרן הבעש"ט הק' שצחוק עלה על שפתיו באמצע הסדר, ואמר שפעל דבר גדול בשמים ברגע זו, ואח"כ סיפר המעשה שעשה רושם אדיר במרום.
אז דאס גאנצע הגדה האט זיך אפגעשטעלט, ביי "לכלותינו" און ביידע מאן און ווייב האבן געבראכן קאפ ווער וויל דא אריין ריקן די "חלות" אינמיטן די הגדה, רח"ל חמץ!!
די בני יששכר האט געזעהן א יוד זאגט אחחחחחחחחד חכם ואחחחחחחד רשע וכו' האט די בני יישכר דעזאטג ער האט געמאכט פון די ארבעה בנים א גאנצע קריאת שמע און עס איז דא אין דעם א גרויסע ענין ע''פ קבלה אזוי האבן צדיקים מסביר געוועהן
די מעשה פון די עם הארץ וואס האט געזאגט בשעה שתהא מצה ומרור מחותנים לפניך גייט אזוי: די פריערדיע בעלזא רב ר' ישכר דוב זצ''ל האט געהערט ווי א עם הארץ זאגט אזוי האט ער מסביר געוועהן מיט א משל א גרויסע עושר האט געטראפען א ארומע בחור און האט עהם זייער געוואלט האט ער מחליט געוועהן ער מאכט די חתונה אויפן פלאץ אבער די בחור האט נאר געהאט צוריסענע קליידער און עס איז נישט געוועהן דארט וואס צו עסן האט מען גענומען א פאר קרעקערס און אייער קיכלעך און געמאכט פון דעהם די חתונה די מחותן האט באהאלטן ביי זיך איינע פון די חתנס צוריסענע קליידער און די חתן האט באהאלטען ביי זיך א שטיקעל מצה לימים האט אויסגעבראכען א מלחמה ציוישען די מאן און פרוי האט די שווער ארויס גענומען די אלטע קלייד און געזאגט דו שעמסט זיך נישט קוק פון ווי איך האב דיר גענומען ? האט די חתן ארויס גענומען א שטיקעל קרעקער און אייער קיכל און געזאגט קוק ווי שטארק דו האסט מיר ליב געהאט אז אויף דעהם האסטו געמאכט די חתונה די זעלבע זאך חלילה אויב די בני ישראל פארזינדיגען זיך וייזט די אייבערשטער די מרור און זאגט קוק פון וואו איך האב ענק ארויס גענומען אין די אידן נעמען ארויס די מצה צו וייזען קוק ווי שטארק דו האסט אונז ליב געהאט אז דו האסט נישט געקענט ווארטן מען זאל עס באקן פאר חלות קומט אויס אז די מרור און מצה זענען טאקע מחותנים
סביב העולם האט געשריבן:
תם מה הוא אומר "דארט" זאגט מען אין פולי'ש "תם" 'וואס זאגט מען דארט'? דוכט זיך אז הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט געזאגט מורא'דיגע פשטים דערין
מקור???
(אין משנת המועדים שטייט א גאנצע מעשה איבער דעם פונעם בעש"ט)