מעשיות פון אמעראצעם ביים סדר נאכט

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

סביב העולם האט געשריבן: תם מה הוא אומר
"דארט" זאגט מען אין פולי'ש "תם"
'וואס זאגט מען דארט'?
דוכט זיך אז הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט געזאגט מורא'דיגע פשטים דערין


דער וועלט זאגט אז אן עם הארץ האט זיך שטארק צו וויינט וויינענדיג "תם מה הוא אומר", וואס וועט מען דארט אויף יענע וועלט זאגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

סביב העולם האט געשריבן: תם מה הוא אומר
"דארט" זאגט מען אין פולי'ש "תם"
'וואס זאגט מען דארט'?
דוכט זיך אז הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט געזאגט מורא'דיגע פשטים דערין

דאכציך אז דער ווארט גייט מיט'ן ארמיש'ן 'התם', און לאו דוקא מיט אן עם הארץ.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

די לעצטע מעשה ברענגט דער מלאך אין א בריוו, כ'מיין ער שרייבט דארט אז אין רוסיש איז תם - דארט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טאם, מיינט "דארט" און פויליש, אפשר און רוסיש אויך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אויף אלע סלאווישע שפראכן, עיין גוגל טראנסלעיט
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

שוועמל האט געשריבן: פון מנשה לוסטיג איז דא א שעהנער קליפ ווי ער זאגט די הגדה מיט גאונות'דיגע עמארצות..


נו? ברענג אפיר, לאז אונז אויך הנאה האבן........
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

רב טקסט האט געשריבן: די לעצטע מעשה ברענגט דער מלאך אין א בריוו, כ'מיין ער שרייבט דארט אז אין רוסיש איז תם - דארט.


וועלכע בריוו איז דאס?
שויתי השם לנגדי תמיד
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

אנטשלודיגט כ'בין נישט געווען דאהי אפאר טעג צוליב טירדות החג.

תחילת מכתב ד'
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3145
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

א זיסע אשכול פאר די ריכטיגע הכנה צום סדר נאכט.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע:אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

דער זיידע ע"ה פלעג פארציילן אז אמאל איז אן עם הארץ געזעצן מיט די צוויי איידעמער ביים טיש ביים סדר. האט ער געטראפן א רמז אויף זיי, ווען ער איז געקומען צו "בעדי עדיים שדיים" האט ער הויך געזונגען "ביידע איידעם שדים"... (שיידעם)
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

(גענומען פון "דער אוצר" חודש אדר

דער הייליגער קאמינקער פלעגט אסאך דערציילן וואס ער האט געזעהן און געהערט ביי די דערפישע עמי הארצים ביים אפרעכטן דעם סדר-נאכט און זייער התנהגות א גאנצן יום טוב, איין מעשה פלעגט דער קאמינקער דערציילן:
א דארפס איד האט גענומען א חתן א תלמיד חכם פאר אן איידעם. דער נייער אינגערמאן איז געקומען צום שווער צום סדר. ווי פארשטענדליך האט דער חתן נוהג כבוד געווען מיטן שווער, און אים געלאזט אפרעכטן דעם סדר מיט זיינע מנהגים. אנקומענדיג צו מוציא מצה, האט דער דארפסמאן גענומען די מצה און געמאכט דערויף די ברכה המוציא און געגעסן, ער האט נישט געוואוסט אז סאיז דא נאך א ברכה "על אכילת מצה". דאן האט דער איידעם גענומען די מצה, און געמאכט דערויף צוויי ברכות ווי דער דין. ווען דער שווער האט געזעהן אז דער איידעם מאכט צוויי ברכות, וואוסנדיג אז דער איידעם איז א תלמיד חכם, האט ער פארשטאנען אז דער איידעם איז גערעכט. שוין, יעצט וועט ער שוין וויסן וואס צו טוען.
ס'קומט צופרי ביי די סעודה, דער שווער נעמט די מצה און מיט א זיכערן געפיל מאכט ער הויעך צוויי ברכות, א המוציא און על אכילת מצה... וואוסנדיג אז יעצט פירט ער זיך זיכער לויטן דין. ווי אנטוישט איז ער געווארן – הערנדיג א רגע דערויף – ווי זיין איידעם מאכט נאר 'איין' ברכה...
מוז זיין – האט ער געטראכט צו זיך – אז נאר די ערשטע נאכט, ווען מ'עסט מצה די ערשטע מאל מאכט מען א ספעציעלע ברכה, אבער דערנאך איז גענוג איין ברכה.
דעם צווייטן סדר נאכט האט דער שווער גענומען די מצה, און געמאכט נאר די ברכה המוציא... ער האט דאך אזוי מברר געווען להלכה מיט א קלארע ראי' היינט ביי די מיטאג סעודה. אבער אהא! דוקא יעצט מאכט דער איידעם יא צוויי ברכות. וואס איז פשט דערפון? – טראכט דער דארפסמאן צו זיך – ער אליין האט דאך היינט געמאכט איין ברכה? – מען מוז זאגן – טראכט דער שווער קלאר – אז ס'איז נישט קיין שום נפקא מינא צווישן די ערשטע מאל און די צווייטע מאל, שטענדיג ווען מ'עסט מצה דארף מען מאכן צוויי ברכות! דאס וואס דער איידעם האט געמאכט איין ברכה ביי מיטאג איז געווען א טעות, ער האט פארגעסן.
צומארגנס, דער שווער דער למדן זעצט זיך צום טיש און ווייזט בקיאות, מיט א קלינגעדיגע שטימע מאכט ער צוויי ברכות... - ווידעראמאל ווי נעכטן, דער איידעם מאכט נישט מער ווי א ברכת המוציא... – הייסט עס ס'איז בכלל נישט קיין טעות – טראכט דער שווער מיט א קלארקייט – ווייל סיי נעכטן און סיי היינט האט ער געטוען די זעלבע, מוז זיין אז ס'איז דא חילוק צווישן די בייטאג סעודות און די נאכט סעודות, ביינאכט מאכט מען צוויי ברכות, און בייטאג נאר איין ברכה! – יעצט בין איך שוין דערגאנגען דעם סוד פון די זאך – זאגט דער דארפסמאן פאר זיך – ביינאכט וועל איך שוין נישט איבער'חזר'ן דעם טעות וואס כ'האב זיך טועה געווען די ערשטע צוויי נעכט.
וכן הוה, ס'איז געקומען מוצאי יום טוב ביי די נאכט סעודה, דער שווער מאכט הויך אויפן קול דעם המוציא לחם און על אכילת מצה.. אבער ער האט יעצט אויך נישט צוגעטראפן אין ציל, דער איידעם מאכט איין ברכה...
דער דארפסמאן האט נישט פארלוירן זיין סבלנות, מיט זיין שארפן מוח האט ער מחדש געווען א נייע המצאה: "מ'מוז זאגן, אז ס'איז דא א חילוק צווישן יום טוב און חול המועד, יו"ט זאגט מען ביינאכט צוויי ברכות און בייטאג נאר איין ברכה, אבער חול המועד איז פארקערט ביינאכט נאר איין ברכה און בייטאג צוויי ברכות.
"שוין זייער גוט! יעצט ווייס איך וואס איך האב צו טוען" - זאגט דער שווער זיכערערהייט. ס'קומט דעם ערשטן טאג חול המועד ביי די מיטאג סעודה, און דער שווער מאכט צוויי ברכות... אבער יעצט האט אים אויך דאס מזל נישט געשפילט, דער איידעם מאכט ווייטער נאר איין ברכה... – מוז זיין – טראכט דער שווער – אז די המצאה וואס כ'האב ערפינדן איז נישט גערעכט, באמת איז נישט קיין שום נפק"מ צווישן יו"ט און חול המועד, און דערפאר האט ער יעצט געמאכט נאר איין ברכה, דאס וואס ער האט נעכטן אויך נאר געמאכט איין ברכה איז א טעות, ער האט מסתמא פארגעסן, און באמת איז דער חילוק צווישן ביינאכט און בייטאג.
ס'איז אנגעקומען די נאכט סעודה האט דער שווער געמאכט ווייטער צוויי ברכות... אזוי ווי יו"ט ביינאכט, אבער זיין איידעם האט זיך גע'עקשנ'ט און גארנישט צוגעלייגט צו די המוציא... – זעהט אויס אז מיין המצאה איז יא א אמת'ע – האט זיך דער שווער מחזק געווען- חול המועד טוט מען פארקערט ווי יום טוב, און סיי די נאכט און סיי נעכטן נאכט האט זיך מיין איידעם נישט טועה געווען, דאס וואס ער האט בייטאג געמאכט נאר איין ברכה, דאס האט ער זיך פשוט טועה געווען און פארגעסן.
אבער אלע זיינע סברות זענען אפגעפרעגט געווארן צומארגנס, ווען ער האט געטוען ווי זיין נייע סברה מיט צוויי ברכות, און דער איידעם נאר איין ברכה. יעצט ווייסט ער שוין דעם אמת, אז נאר די ערשטע צוויי נעכט מאכט מען צוויי ברכות, אבער בייטאג נישט, און חול המועד סיי בייטאג און סיי ביינאכט מאכט מען נאר איין ברכה.
מיט דעם האט זיך עס נאכנישט געענדיגט. דער שווער האט זיך נישט באגנוגנט מיטן בירור הלכה זעלבסט, ער האט נאך צוגעלייגט א הסבר, פארוואס זאגט מען די ערשטע צוויי נעכט נאך א ברכה, און חוה"מ נישט, דאס איז געוואנדן אין איסור מלאכה. די ערשטע טעג איז אסור בעשיית מלאכה דערפאר לייגט מען צו ביי די נעכט נאך א ברכה, אויב אזוי – האט ער קלאר געשטעלט – מוז מען שבת חול המועד אויך מאכן צוויי ברכות, ס'איז דאך אסור בעשיית מלאכה.
דער דריטער טאג חוה"מ איז געווען שבת. אנקומענדיג צו די נאכט סעודה האט ער נישט געטראכט קיין סאך און מיט זיין דרייסטע קלארע שטימע געמאכט דעם על אכילת מצה! --- אבער ווייטער האט ער געזעהן אז ער האט זיך טועה געווען, דער איידעם האט גארנישט צוגעלייגט אויף די המוציא... – וואס איז דער פשט דערפון? – טראכט ער צו זיך, ס'איז דאך אסור בעשיית מלאכה? מוז מען זאגן בעל כרחך – האט ער זיך בארואיגט, אז ס'איז דא א נפק"מ צווישן שבת און יו"ט, ווייל שבת דרייעט מען איבער דעם סדר פון יו"ט, אנשטאט צו מאכן די ברכה ביינאכט צוויי ברכות און בייטאג איין ברכה, מאכט מען שבת איין ברכה און בייטאג לייגט מען צו נאך א ברכה. מיט די סברא האט ער זיך באנוצט צומארגנס ווען ס'איז אנגעקומען צו די סעודה, ער מאכט רואיגערהייט צוויי ברכות... אבער דאס האט אים אויך נישט געפירט צום ריכטיגן, דער איידעם האט גארנישט געטוישט און ווייטער געמאכט נאר איין ברכה... נישט האבנדיג קיין ברירה האט ער געמוזט ממציא זיין א נייע המצאה, (אזוי האט זיך עס געצויגן די איבעריגע טעג, וואס ס'ווערט נישט געברענגט דער המשך) ביז אחרון של פסח, דעמאלט איז ער שוין זיכער געווען אז דער איידעם וועט טוען גענוי ווי אים, אבער זעענדיג אז יעצט האט ער אויך נישט געקענט צוטרעפן צום איידעם האט זיין געדולד געפלאצט און מיט שרעקליכער כעס האט ער דערלאנגט א פראסק פארן איידעם אין פנים, שרייענדיג:
"מחוצף וואס דו ביסט! וואס איך טוה, טוסטו פארקערט..."
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

איך האב דעם ספר "קבוצת כתבי אגדה" פון הרב אברהם שטערן זצ"ל שו"ב אין מונטריאל ער איז געווען א גרויסער ת"ח וחסיד הוסיאטין [ושמעתי פעם מאחד שהבעל ויואל משה פגש אותו במונטריאל ודיבר עמו שעות אריכות] אין דער ספר איז דא הערליכע סיפורים ודברי חסידות. אין דא איז א לינק צו מעשה עם הבארדיטשובער זי"ע ועם הארץ בעריכת הסדר, ס'איז כדאי צו ליינען די גאנצע בריעף [וכן כל הספר הנפלא]

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=281
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

מכטי1 האט געשריבן: בשעה שיש מצה ומרור מחות"נים און אחד פון שמע ישראל איז ביידע געווען מיט'ן שר שלום פון בעלזא זי"ע וואס איז געגאנגען אונטער הערען סדרים פון פשוטע אידען.
ס'איז דא א געוואלדיגע מעשה אין ערציילינגען פון צדיקים פון א בחור ביי אן עמהארצישע סדר, גאדל ביים סדר נאכט, ס'איז מוראדיג אויב קען איינער עס דא אראפלייגען וועט זיין געוואלדיג (ביי אונז אינדערהיים פלעגט מען זאגען "זאלסט נישט אויסזעהן וואו גאדל ביים סדר").


www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=105123#p105123
די מעשה אין גראמען
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=17025
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן: שבכל דור ודור עומדים עלינו לחלותינ,ו די גוים ווילען אונז אריין ריקען חלות און פסח, והקב"ה מצילנו מידם, דער אייבישטער העלפט אז מזאל קענען האבען מצות.
מקור?


אין מקור מודפס אלא בהגדת שלנו, אבל מקובל דור אחר דור על מרן הבעש"ט הק' שצחוק עלה על שפתיו באמצע הסדר, ואמר שפעל דבר גדול בשמים ברגע זו, ואח"כ סיפר המעשה שעשה רושם אדיר במרום.

אז דאס גאנצע הגדה האט זיך אפגעשטעלט, ביי "לכלותינו" און ביידע מאן און ווייב האבן געבראכן קאפ ווער וויל דא אריין ריקן די "חלות" אינמיטן די הגדה, רח"ל חמץ!!

אזוי ביז נאך א לאנגע צייט איז דער מאן אויפגעקומען... אהה.. והקב"ה "מצילנו" און דער אויבערשטער איז אזא גוטער ער מאכט אונז פון די חלות "מצה'לעך"

כן ה' יהפוך לנו הזדונות לזכיות, הדין לרחמים, מיגון לשמחה, ומאפלה לאור גדול וגו' אמן!
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

צים פינטעל האט געשריבן: (גענומען פון "דער אוצר" חודש אדר

דער הייליגער קאמינקער פלעגט אסאך דערציילן וואס ער האט געזעהן און געהערט ביי די דערפישע עמי הארצים ביים אפרעכטן דעם סדר-נאכט ................................."

געהערט אמאל מיט הערליכע טשיקאווע חרוזים אראפגעלייגט דיזען ארטיקל דורך חברינו היקר כמר שאצי נ"י ביי א רבי'שע שבע ברכות
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

ביי די בעלזא רב ז''ל אמאל ביים סדר די ערשטע יאר נאכן קריג האט מען אויסגעריפען ''קדש''
איז דארט געוועהן א יוד וואס האט געמיינט מען זאגט קדיש און האט זיך גענומען זאגן יתגדל ויתקדש וכו'
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

די בני יששכר האט געזעהן א יוד זאגט
אחחחחחחחחד חכם ואחחחחחחד רשע וכו'
האט די בני יישכר דעזאטג ער האט געמאכט פון די ארבעה בנים א גאנצע קריאת שמע
און עס איז דא אין דעם א גרויסע ענין ע''פ קבלה אזוי האבן צדיקים מסביר געוועהן
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

די מעשה פון די עם הארץ וואס האט געזאגט בשעה שתהא מצה ומרור מחותנים לפניך גייט אזוי:
די פריערדיע בעלזא רב ר' ישכר דוב זצ''ל האט געהערט ווי א עם הארץ זאגט אזוי האט ער מסביר געוועהן מיט א משל א גרויסע עושר האט געטראפען א ארומע בחור און האט עהם זייער געוואלט האט ער מחליט געוועהן ער מאכט די חתונה אויפן פלאץ אבער די בחור האט נאר געהאט צוריסענע קליידער און עס איז נישט געוועהן דארט וואס צו עסן האט מען גענומען א פאר קרעקערס און אייער קיכלעך און געמאכט פון דעהם די חתונה
די מחותן האט באהאלטן ביי זיך איינע פון די חתנס צוריסענע קליידער און די חתן האט באהאלטען ביי זיך א שטיקעל מצה
לימים האט אויסגעבראכען א מלחמה ציוישען די מאן און פרוי
האט די שווער ארויס גענומען די אלטע קלייד און געזאגט דו שעמסט זיך נישט קוק פון ווי איך האב דיר גענומען ?
האט די חתן ארויס גענומען א שטיקעל קרעקער און אייער קיכל און געזאגט קוק ווי שטארק דו האסט מיר ליב געהאט אז אויף דעהם האסטו געמאכט די חתונה
די זעלבע זאך חלילה אויב די בני ישראל פארזינדיגען זיך וייזט די אייבערשטער די מרור און זאגט קוק פון וואו איך האב ענק ארויס גענומען אין די אידן נעמען ארויס די מצה צו וייזען קוק ווי שטארק דו האסט אונז ליב געהאט אז דו האסט נישט געקענט ווארטן מען זאל עס באקן פאר חלות קומט אויס אז די מרור און מצה זענען טאקע מחותנים
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

אן עם הארץ קומט אריין א וואך נאך פסח נאכן ליינען און קלאפט אויס אין ביהמ''ד ''מען זאגט מער נישט קיין מפטיר''
אויפן וואונדער פונעם עולם האט ער געויזען עס איז א בפירושע הגדה אין מפטירין אחר הפסח נאך פסח זאגט מען נישט קיין מפטיר
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

צים פינטעל האט געשריבן: (גענומען פון "דער אוצר" חודש אדר

דער הייליגער קאמינקער פלעגט אסאך דערציילן וואס ער האט געזעהן און געהערט ביי די דערפישע עמי הארצים ביים אפרעכטן דעם סדר-נאכט און זייער התנהגות א גאנצן יום טוב, איין מעשה פלעגט דער קאמינקער דערציילן:
א דארפס איד האט גענומען א חתן א תלמיד חכם פאר אן איידעם. דער נייער אינגערמאן איז געקומען צום שווער צום סדר. ווי פארשטענדליך האט דער חתן נוהג כבוד געווען מיטן שווער, און אים געלאזט אפרעכטן דעם סדר מיט זיינע מנהגים. אנקומענדיג צו מוציא מצה, האט דער דארפסמאן גענומען די מצה און געמאכט דערויף די ברכה המוציא און געגעסן, ער האט נישט געוואוסט אז סאיז דא נאך א ברכה "על אכילת מצה". דאן האט דער איידעם גענומען די מצה, און געמאכט דערויף צוויי ברכות ווי דער דין. ווען דער שווער האט געזעהן אז דער איידעם מאכט צוויי ברכות, וואוסנדיג אז דער איידעם איז א תלמיד חכם, האט ער פארשטאנען אז דער איידעם איז גערעכט. שוין, יעצט וועט ער שוין וויסן וואס צו טוען.
ס'קומט צופרי ביי די סעודה, דער שווער נעמט די מצה און מיט א זיכערן געפיל מאכט ער הויעך צוויי ברכות, א המוציא און על אכילת מצה... וואוסנדיג אז יעצט פירט ער זיך זיכער לויטן דין. ווי אנטוישט איז ער געווארן – הערנדיג א רגע דערויף – ווי זיין איידעם מאכט נאר 'איין' ברכה...
מוז זיין – האט ער געטראכט צו זיך – אז נאר די ערשטע נאכט, ווען מ'עסט מצה די ערשטע מאל מאכט מען א ספעציעלע ברכה, אבער דערנאך איז גענוג איין ברכה.
דעם צווייטן סדר נאכט האט דער שווער גענומען די מצה, און געמאכט נאר די ברכה המוציא... ער האט דאך אזוי מברר געווען להלכה מיט א קלארע ראי' היינט ביי די מיטאג סעודה. אבער אהא! דוקא יעצט מאכט דער איידעם יא צוויי ברכות. וואס איז פשט דערפון? – טראכט דער דארפסמאן צו זיך – ער אליין האט דאך היינט געמאכט איין ברכה? – מען מוז זאגן – טראכט דער שווער קלאר – אז ס'איז נישט קיין שום נפקא מינא צווישן די ערשטע מאל און די צווייטע מאל, שטענדיג ווען מ'עסט מצה דארף מען מאכן צוויי ברכות! דאס וואס דער איידעם האט געמאכט איין ברכה ביי מיטאג איז געווען א טעות, ער האט פארגעסן.
צומארגנס, דער שווער דער למדן זעצט זיך צום טיש און ווייזט בקיאות, מיט א קלינגעדיגע שטימע מאכט ער צוויי ברכות... - ווידעראמאל ווי נעכטן, דער איידעם מאכט נישט מער ווי א ברכת המוציא... – הייסט עס ס'איז בכלל נישט קיין טעות – טראכט דער שווער מיט א קלארקייט – ווייל סיי נעכטן און סיי היינט האט ער געטוען די זעלבע, מוז זיין אז ס'איז דא חילוק צווישן די בייטאג סעודות און די נאכט סעודות, ביינאכט מאכט מען צוויי ברכות, און בייטאג נאר איין ברכה! – יעצט בין איך שוין דערגאנגען דעם סוד פון די זאך – זאגט דער דארפסמאן פאר זיך – ביינאכט וועל איך שוין נישט איבער'חזר'ן דעם טעות וואס כ'האב זיך טועה געווען די ערשטע צוויי נעכט.
וכן הוה, ס'איז געקומען מוצאי יום טוב ביי די נאכט סעודה, דער שווער מאכט הויך אויפן קול דעם המוציא לחם און על אכילת מצה.. אבער ער האט יעצט אויך נישט צוגעטראפן אין ציל, דער איידעם מאכט איין ברכה...
דער דארפסמאן האט נישט פארלוירן זיין סבלנות, מיט זיין שארפן מוח האט ער מחדש געווען א נייע המצאה: "מ'מוז זאגן, אז ס'איז דא א חילוק צווישן יום טוב און חול המועד, יו"ט זאגט מען ביינאכט צוויי ברכות און בייטאג נאר איין ברכה, אבער חול המועד איז פארקערט ביינאכט נאר איין ברכה און בייטאג צוויי ברכות.
"שוין זייער גוט! יעצט ווייס איך וואס איך האב צו טוען" - זאגט דער שווער זיכערערהייט. ס'קומט דעם ערשטן טאג חול המועד ביי די מיטאג סעודה, און דער שווער מאכט צוויי ברכות... אבער יעצט האט אים אויך דאס מזל נישט געשפילט, דער איידעם מאכט ווייטער נאר איין ברכה... – מוז זיין – טראכט דער שווער – אז די המצאה וואס כ'האב ערפינדן איז נישט גערעכט, באמת איז נישט קיין שום נפק"מ צווישן יו"ט און חול המועד, און דערפאר האט ער יעצט געמאכט נאר איין ברכה, דאס וואס ער האט נעכטן אויך נאר געמאכט איין ברכה איז א טעות, ער האט מסתמא פארגעסן, און באמת איז דער חילוק צווישן ביינאכט און בייטאג.
ס'איז אנגעקומען די נאכט סעודה האט דער שווער געמאכט ווייטער צוויי ברכות... אזוי ווי יו"ט ביינאכט, אבער זיין איידעם האט זיך גע'עקשנ'ט און גארנישט צוגעלייגט צו די המוציא... – זעהט אויס אז מיין המצאה איז יא א אמת'ע – האט זיך דער שווער מחזק געווען- חול המועד טוט מען פארקערט ווי יום טוב, און סיי די נאכט און סיי נעכטן נאכט האט זיך מיין איידעם נישט טועה געווען, דאס וואס ער האט בייטאג געמאכט נאר איין ברכה, דאס האט ער זיך פשוט טועה געווען און פארגעסן.
אבער אלע זיינע סברות זענען אפגעפרעגט געווארן צומארגנס, ווען ער האט געטוען ווי זיין נייע סברה מיט צוויי ברכות, און דער איידעם נאר איין ברכה. יעצט ווייסט ער שוין דעם אמת, אז נאר די ערשטע צוויי נעכט מאכט מען צוויי ברכות, אבער בייטאג נישט, און חול המועד סיי בייטאג און סיי ביינאכט מאכט מען נאר איין ברכה.
מיט דעם האט זיך עס נאכנישט געענדיגט. דער שווער האט זיך נישט באגנוגנט מיטן בירור הלכה זעלבסט, ער האט נאך צוגעלייגט א הסבר, פארוואס זאגט מען די ערשטע צוויי נעכט נאך א ברכה, און חוה"מ נישט, דאס איז געוואנדן אין איסור מלאכה. די ערשטע טעג איז אסור בעשיית מלאכה דערפאר לייגט מען צו ביי די נעכט נאך א ברכה, אויב אזוי – האט ער קלאר געשטעלט – מוז מען שבת חול המועד אויך מאכן צוויי ברכות, ס'איז דאך אסור בעשיית מלאכה.
דער דריטער טאג חוה"מ איז געווען שבת. אנקומענדיג צו די נאכט סעודה האט ער נישט געטראכט קיין סאך און מיט זיין דרייסטע קלארע שטימע געמאכט דעם על אכילת מצה! --- אבער ווייטער האט ער געזעהן אז ער האט זיך טועה געווען, דער איידעם האט גארנישט צוגעלייגט אויף די המוציא... – וואס איז דער פשט דערפון? – טראכט ער צו זיך, ס'איז דאך אסור בעשיית מלאכה? מוז מען זאגן בעל כרחך – האט ער זיך בארואיגט, אז ס'איז דא א נפק"מ צווישן שבת און יו"ט, ווייל שבת דרייעט מען איבער דעם סדר פון יו"ט, אנשטאט צו מאכן די ברכה ביינאכט צוויי ברכות און בייטאג איין ברכה, מאכט מען שבת איין ברכה און בייטאג לייגט מען צו נאך א ברכה. מיט די סברא האט ער זיך באנוצט צומארגנס ווען ס'איז אנגעקומען צו די סעודה, ער מאכט רואיגערהייט צוויי ברכות... אבער דאס האט אים אויך נישט געפירט צום ריכטיגן, דער איידעם האט גארנישט געטוישט און ווייטער געמאכט נאר איין ברכה... נישט האבנדיג קיין ברירה האט ער געמוזט ממציא זיין א נייע המצאה, (אזוי האט זיך עס געצויגן די איבעריגע טעג, וואס ס'ווערט נישט געברענגט דער המשך) ביז אחרון של פסח, דעמאלט איז ער שוין זיכער געווען אז דער איידעם וועט טוען גענוי ווי אים, אבער זעענדיג אז יעצט האט ער אויך נישט געקענט צוטרעפן צום איידעם האט זיין געדולד געפלאצט און מיט שרעקליכער כעס האט ער דערלאנגט א פראסק פארן איידעם אין פנים, שרייענדיג:
"מחוצף וואס דו ביסט! וואס איך טוה, טוסטו פארקערט..."

פיינע מעשה
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

סביב העולם האט געשריבן: תם מה הוא אומר
"דארט" זאגט מען אין פולי'ש "תם"
'וואס זאגט מען דארט'?
דוכט זיך אז הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט געזאגט מורא'דיגע פשטים דערין

מקור???

(אין משנת המועדים שטייט א גאנצע מעשה איבער דעם פונעם בעש"ט)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מעשיות פון אמעראצעם ביים סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די אינטערסאנטע הגדה
איינמאל פסח ביינאכט ווען ר' איציקל פון ראדוויל איז אהיימגעגאנגען און האט געוואלט אנהייבן דעם סדר, האט געהערט ווי א פשוט'ער איד זאגט די הגדה, איין בלעטל הגדה למשל "מה נשתנה" און דערנאך הייבט ער אן איין בלעטל קינות פון תשעה באב "איכה ישבה בדד"... א.א.וו.
די סיבה איז געווען, ווייל ער האט אינמיטן יאר געגעבן זיין "הגדה" מיט זיין "קינות'ל" צום איינבינדער, און דער איינבינדער האט אויסגעמישט די צוויי ספרים און געלייגט איין בלעטעל הגדה מיט א בלעטל קינות. אצינד, אז עס איז געקומען פסח צום סדר האט דער איד זיך גענומען זאגן אין די רייע. ער האט נעבעך נישט געקענט קיין "טייטש" און האט נישט געוואוסט וואס ער זאגט, דעריבער האט ער נישט באמערקט אז ער זאגט הגדה געמישט מיט קינות.
שפעטער ווען זיי זענען אהיים האט רבי איציקל געזאגט, אז אלע מלאכים זענען געקומען הערן די הגדה פון דעם איד, וואס האט דאס געזאגט מיט אזא "תמימות" און ערנסטקייט לשם שמים, דעריבער איז ער געבליבען דארט שטיין פאר א לענגערע צייט און זיך צוגעהערט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מעשיות פון אמעראצעם ביים סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

"טאטע" – שרייט שמואל'יק דעם עמהארצ'נס – אריין ביים סדר, האלטענדיג ביים "דבר אחר ביד חזקה שתים", מיר איז זייער שווער, ווי קומט דא אריין ביים סדר א "דבר אחר"?
"פארשטיי מיין קינד", - זאגט דער טאטע נאך שטארק אריינקלערן - ער איז אריין "ביד חזקה", מיט א פויסט, מען האט אים נישט אריינגעלאזט חלילה בידים.
"יא טאטע, אבער פארוואס האט מען אים נישט ארויסגעטריבן"?
"מען האט יא, אבער עס איז דארט נאך געווען נאך איינע, ווי עס שטייט ארויס "שתים", ווען מען האט די איינע פארטריבן דורכ'ן אפענעם טיר, איז א צווייטע אריינגעקומען...
("חכמה" אות קס"ה)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מעשיות פון אמעראצעם ביים סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

חד גדיא – על פי סוד פארוואס קאסט די ציג אזוי ביליג
אן עם הארץ איז געזעצן ביים סדר מיט זיין פרישן איידעם א למדן. ביי חד גדיא, האט דער שווער געפרעגט דעם איידעם פשט, האט ער געזאגט אז דאס איז א משל אויף גלות און גאולה וכו', נאכן צוהערן דעם לאנגן פשט אויף יעדן שטיקל, האט דעם שווער נישט געפעלן דער פשט. דער איידעם האט פרובירט אן אנדערן פירוש, אבער אויך דאס האט דער שווער אוועקגעמאכט: ניין, נישט דאס איז עס, עס מוז זיין עפעס אנדערש.
ווען דער איידעם האט געזען אז עס גייט נישט, רופט ער זיך אן אז ס'איז דא א פשט עפ"י סוד. דאן האט זיך דער שווער בארואיגט. דעם איידעם האט געוואונדערט וואס פארשטייט דער שווער אין סוד, איז ער אפשר א מקובל, א צדיק נסתר. האט ער זיך געוואגט און געגעבן א פרעג דעם שווער: "נו, דער פשט פארענטפערט שוין אלע קשיות?"
"איין שווערע קשיא האט מיך נאר געארט", זאגט דער שווער, "ווי קען זיין אז א ציג זאל קאסטן בלויז צוויי גולדן? אבער אז עס איז דא דערביי א סוד דאן פארשטיי איך אלעס, ס'איז זיכער געווען א גע'גנב'טע ציג!"
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

1
אטעטשמענטס
New Picture (7).png
New Picture (7).png (237.38 KiB) געזען 749 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”