*מאיעסטעטישער ארון הקודש צו פארענדיגט ווערן אין חצה"ק באיאן לכבוד יו"ט שבועות*
ירושלים - נאך עטליכע יאר פון איבערבויען דעם גרויסן באיאנער קלויז אויף די מלכי ישראל גאס מיטן עס פארברייטערן און פארשענערן קומט די ארבעט אצינד צו אן ענדע מיט די ענדגילטיגע שטאפלן פון אהערשטעלן דעם פראכטפולן ארון הקודש ווי עס פאסט פאר אזא מקדש מעט,
דער ארון הקודש וועט פארמאגן ביים שפיץ א גרויסער כיפה וואס איז נאכגעמאכט געווארן אויפן זעלבע אויסשטעל ווי דער כיפה פון די היסטארישער תפארת ישראל - ניסן ב"ק שוהל אין אלט שטאט ירושלים וואס איז געבויט געווארן דורך חסידים פון דער הייליגער רוזשינער זי"ע.
ערב שבועות וועט פארקומען א מעמד הכנסת ספר תורה צו באנייען דעם נייע פראכטפולע ארון הקדוש וואס איז געבויט געווארן דורכן באקאנטן ארכיטעקט פאר גיגאנטישע שוהלן איבער די וועלט ר׳ אהרן אסטרייכער הי"ו.