מקור פון נישט בראקן פסח

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

להודות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:24 pm
מגיד משנה:
ופירש"י ז"ל יום ראשון לילה הראשון וכן נראה מדברי רבינולפי מה שכתב פ"ו וכן הוא בירושלמי אמר ריב"ל אותו כזית שאדם יוצא ידי חובתו בפסחצריך שלא יהא בו משקין.
עכ"ל.

קען זיין ס'דא נאך שיטות, אבער דאס איז דער פשטות.

בכל אופן רעדט דער רמב"ם נאר פון באקןמצה עשירה; ווער זאגט אז ס'איז א פראבלעם צו טובל'ן שפעטעראין שמן?

אויסער דעם, דער רמב"ם בפרק ו' האלט אז מ'איז אפילו יוצא במצה שלשה במי פירות, חוץ מיין שמן דבש וחלב.
טאקע בנוגע די לעצטע סתירת הרמב"ם, איז דא וואס ווילן מאכן דעם חילוק. יוצא זיין מיט אכילת מצה איז מען מיט מי פירות, אבער עס איז נישט לחם עוני וואס איז א מצוה פאר זיך דעם ערשטן טאג.
חוץ אויב דו ווילסט אנעמען אז די חילוק איז, צו מיט וואסער צוזאמען מיט די מי פירות צו נישט. איך האב נישט געלערנט דעם סוגיא לעצטענס, במילא געדענק איך נישט די מראה מקומות פונקטליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”