מקור פון נישט בראקן פסח

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אינעם "ברודער אשכול", דארף אנגעבליך פארצייכענט ווערן, מקור מנהגי וחומרות בפסח.
אבער למעשה פארט דער אשכול אין אן אנדערן ריכטונג.

איך מיין אז דורכצושמועסן דער מקור פון נישט בראקען אין פסח פארדינט זיך א באזונדערן אשכול.
דהיינו:
- ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
- ווערט האט עס ממציא געווען?
- איז עס א חסידישע מנהג - אדער סך הכל א גאליציאנער מנהג?
- איז עס א חומרא - אדער א ספק (ספיקא) דאורייתא?

עס איז באקאנט אז רבי מענדלי לינסקער (תלמיד פונעם זלאטשובער מגיד) האט נישט געבראקט, אבער זיין מוטער האט יא (ביי אסאך ערטער זענען פרויען נישט מקפיד דערויף), אינמאל האבן זיין ביידע געגעסען יועך פון איין שיסל, און די מוטער האט אריינגעלייגט מצה, האט זיך רבי מענדיל געגעבן א רוף אן, מאמע! האסט דיך מיר פארבראקט די יועך, האט זיין מוטער געענטפערט, וואס איז די פראבלעם, שאר די מצה צו מיין זייט, און די עס פון די אנדערע זייט!
רבי מענדעלע לינסקער'ס מוטער איז געווען א טאכטער פון רבי איציקל האמבורגער.

האט רבי מענדלי זיך געפירט נישט צו בראקען, אלס תלמיד פון דער זלאטשובער מגיד?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

מען האט שוין דארט מן הסתם אנגעצייכנט די תשובה פונם בעל התניא געדריקט אין שו"ע נאך הלכות פסח. (אין די אלטע, אין די נייע איז עס מעגליך ערגעץ אנדערש וואו, דענק איך נישט).
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הרב איטשע, קוק דא א לענגערע אפהאנדלונג.

לויט זיינע ווערטער האט דער הייליגער בעש"ט נישט מחמיר געווען אויף געבראקס, דאס האט זיך אנגעהויבן ביים גרויסן מגיד זי"ע, לפי"ז איז נישט מוכרח אז דער זלאטשובער מגיד האט מקפיד געווען דערויף. די מעשה איבער ר' מענדעלע לינסקער ווערט אויך געברענגט אויף דער הייליגער שר שלום, קוק דא ד"ה וממו"ז.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מען זאגט אז די היינטיגע מצה (הארטע מצה) איז א נייע זאך (א ביסעל מער ווי 200 יאר), און פאר דעם האט מען געגעסען מצה עשירה ווי די ספרדים. וויל מען זאגען אז דער חשש פון געבראקטס האט זיך אנגעהויבען דענמאלץ מיט די היינטיגע מצה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

חלילה נישט קיין עשירה, נאר דיק און גוט אויסגעבאקן.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

איטשע האט געשריבן: עס איז באקאנט אז רבי מענדלי לינסקער (תלמיד פונעם זלאטשובער מגיד) האט נישט געבראקט, אבער זיין מוטער האט יא (ביי אסאך ערטער זענען פרויען נישט מקפיד דערויף), אינמאל האבן זיין ביידע געגעסען יועך פון איין שיסל, און די מוטער האט אריינגעלייגט מצה, האט זיך רבי מענדיל געגעבן א רוף אן, מאמע! האסט דיך מיר פארבראקט די יועך, האט זיין מוטער געענטפערט, וואס איז די פראבלעם, שאר די מצה צו מיין זייט, און די עס פון די אנדערע זייט!
רבי מענדעלע לינסקער'ס מוטער איז געווען א טאכטער פון רבי איציקל האמבורגער.

האט רבי מענדלי זיך געפירט נישט צו בראקען, אלס תלמיד פון דער זלאטשובער מגיד?

reb itcha I belive we both know the storey from the same source (not nessecerly from "klei rishon) According to my memory it was the opposite rebi mendela DID eat gebroks and HIS REBBITZIN who was a daughter of reb itzikel hamberger didnt eat. They ate out of the same bowl and he bruket in so she said oy u bruked my soup so he said shat nisht shar avek!l
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ווערווייסט:
עס קען זיין איך פארדריי די יוצרות - וואס מאכט די טעאריע נאך שטערקער, אז בראקען איז נישט קיין חסידישע מנהג נאר גאר א גאליציאנער מנהג.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איטשע האט געשריבן: ווערווייסט:

אין רוסישע חסידות'ן בראקט מען אויך נישט!
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

יידישע קהילות האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן: ווערווייסט:
עס קען זיין איך פארדריי די יוצרות - וואס מאכט די טעאריע נאך שטערקער, אז בראקען איז נישט קיין חסידישע מנהג נאר גאר א גאליציאנער מנהג.

אין רוסישע חסידות'ן בראקט מען אויך נישט!

וואדע אזוי.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: הרב איטשע, קוק דא א לענגערע אפהאנדלונג.

לויט זיינע ווערטער האט דער הייליגער בעש"ט נישט מחמיר געווען אויף געבראקס, דאס האט זיך אנגעהויבן ביים גרויסן מגיד זי"ע, לפי"ז איז נישט מוכרח אז דער זלאטשובער מגיד האט מקפיד געווען דערויף. די מעשה איבער ר' מענדעלע לינסקער ווערט אויך געברענגט אויף דער הייליגער שר שלום, קוק דא ד"ה וממו"ז.

אין ספר נהרי אש להרה“ק ר' שמעון מזעליכוב זי“ע שטייט אז די בעשטה“ק האט יא מחמיר געווען
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=187
דא אין תשובה פון בעל התניא זעט מען אז עס איז א נייע חומרה ווייל מען האט אנגעהויבן מטען די מצות שנעלער.
און שרייבט אז עס איז צוואנציק יאר וואס מען טוט אזוי
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

zugurnish האט געשריבן: https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=25077&st=&pgnum=187
דא אין תשובה פון בעל התניא זעט מען אז עס איז א נייע חומרה ווייל מען האט אנגעהויבן מטען די מצות שנעלער.
און שרייבט אז עס איז צוואנציק יאר וואס מען טוט אזוי

ער זאגט נישט אז מ׳איז מחמיר אויף געבראקטס 20 יאר.
ער זאגט אז 20 יאר וואס מ׳זעט קמח, וואס וועגן דעם דארף מען מחמיר זיין אויף געבראקט.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2300
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איטשע האט געשריבן: אינעם "ברודער אשכול", דארף אנגעבליך פארצייכענט ווערן, מקור מנהגי וחומרות בפסח.
אבער למעשה פארט דער אשכול אין אן אנדערן ריכטונג.

איך מיין אז דורכצושמועסן דער מקור פון נישט בראקען אין פסח פארדינט זיך א באזונדערן אשכול.
דהיינו:
- ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
- ווערט האט עס ממציא געווען?
- איז עס א חסידישע מנהג - אדער סך הכל א גאליציאנער מנהג?
- איז עס א חומרא - אדער א ספק (ספיקא) דאורייתא?

עס איז באקאנט אז רבי מענדלי לינסקער (תלמיד פונעם זלאטשובער מגיד) האט נישט געבראקט, אבער זיין מוטער האט יא (ביי אסאך ערטער זענען פרויען נישט מקפיד דערויף), אינמאל האבן זיין ביידע געגעסען יועך פון איין שיסל, און די מוטער האט אריינגעלייגט מצה, האט זיך רבי מענדיל געגעבן א רוף אן, מאמע! האסט דיך מיר פארבראקט די יועך, האט זיין מוטער געענטפערט, וואס איז די פראבלעם, שאר די מצה צו מיין זייט, און די עס פון די אנדערע זייט!
רבי מענדעלע לינסקער'ס מוטער איז געווען א טאכטער פון רבי איציקל האמבורגער.

האט רבי מענדלי זיך געפירט נישט צו בראקען, אלס תלמיד פון דער זלאטשובער מגיד?

די השכלה פון געוויסע תגובות דא, ווערט דוקא אריינגעלייגט צווישן די שורות, אזוי אומשולדיג. וואס זאגסטו נאכאמאל? ביי אסאך ערטער זענען פרויען נישט מקפיד דערויף? אפשר פארקויפסטו פסח לאקשן פאר א צווייטן, אבער אין די פלעצער ווי מען האט מקפיד געווען נישט צו בראקן, האט מען דאס געהאלטן פאר א חומרא נוראה, אז מען האט דאס מחמיר געווען אויף יעדעם אפילו אויף פרויען.

געווען אפילו אין אסאך פלעצער (למשל סאטמאר) ווי מען האט שטארק מקפיד געווען אז בכלל ביים עסן זאל נישט זיין קיין ברעקלעך אויפ'ן טיש, כדי עס זאל נישט פאר קיין רגע אנקומען צו ווערן נאס אפילו די ברעקלעך.

און דיין מעשה איז בכלל נישט ריכטיג פארציילט ממש היפוך המכוון, די מעשה פארציילט און שרייבט רבי יענק'לע אין א בריוו, אינגאנצן אנדערש ווי די שרייבסט דאס. בקיצור המעשה איז דאס געווען ביים בעלזא רב דער שר שלום, וואס זיין מאמע האט געגעסן פון אים אין איין טעללער, און זי האט אינמיטן אריינגעווארפן א שטיקל מצה אין די טעללער, האט ער אנשטאט זיך אנצורופן א ווארט, פשוט געריקט די מצה אין די זייט און ווייטער געגעסן די זופ פון די אנדערע זייט.

שפעטער האט ער געזאגט פאר די חסידים וואס האבן זיך געווינדערט דערויף, אז מצה שרוי' איז א חומרה, און כיבוד אם איז א דאורייתא....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

טראק דרייווער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן: אינעם "ברודער אשכול", דארף אנגעבליך פארצייכענט ווערן, מקור מנהגי וחומרות בפסח.
אבער למעשה פארט דער אשכול אין אן אנדערן ריכטונג.

איך מיין אז דורכצושמועסן דער מקור פון נישט בראקען אין פסח פארדינט זיך א באזונדערן אשכול.
דהיינו:
- ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
- ווערט האט עס ממציא געווען?
- איז עס א חסידישע מנהג - אדער סך הכל א גאליציאנער מנהג?
- איז עס א חומרא - אדער א ספק (ספיקא) דאורייתא?

עס איז באקאנט אז רבי מענדלי לינסקער (תלמיד פונעם זלאטשובער מגיד) האט נישט געבראקט, אבער זיין מוטער האט יא (ביי אסאך ערטער זענען פרויען נישט מקפיד דערויף), אינמאל האבן זיין ביידע געגעסען יועך פון איין שיסל, און די מוטער האט אריינגעלייגט מצה, האט זיך רבי מענדיל געגעבן א רוף אן, מאמע! האסט דיך מיר פארבראקט די יועך, האט זיין מוטער געענטפערט, וואס איז די פראבלעם, שאר די מצה צו מיין זייט, און די עס פון די אנדערע זייט!
רבי מענדעלע לינסקער'ס מוטער איז געווען א טאכטער פון רבי איציקל האמבורגער.

האט רבי מענדלי זיך געפירט נישט צו בראקען, אלס תלמיד פון דער זלאטשובער מגיד?

די השכלה פון געוויסע תגובות דא, ווערט דוקא אריינגעלייגט צווישן די שורות, אזוי אומשולדיג. וואס זאגסטו נאכאמאל? ביי אסאך ערטער זענען פרויען נישט מקפיד דערויף? אפשר פארקויפסטו פסח לאקשן פאר א צווייטן, אבער אין די פלעצער ווי מען האט מקפיד געווען נישט צו בראקן, האט מען דאס געהאלטן פאר א חומרא נוראה, אז מען האט דאס מחמיר געווען אויף יעדעם אפילו אויף פרויען.

געווען אפילו אין אסאך פלעצער (למשל סאטמאר) ווי מען האט שטארק מקפיד געווען אז בכלל ביים עסן זאל נישט זיין קיין ברעקלעך אויפ'ן טיש, כדי עס זאל נישט פאר קיין רגע אנקומען צו ווערן נאס אפילו די ברעקלעך.

און דיין מעשה איז בכלל נישט ריכטיג פארציילט ממש היפוך המכוון, די מעשה פארציילט און שרייבט רבי יענק'לע אין א בריוו, אינגאנצן אנדערש ווי די שרייבסט דאס. בקיצור המעשה איז דאס געווען ביים בעלזא רב דער שר שלום, וואס זיין מאמע האט געגעסן פון אים אין איין טעללער, און זי האט אינמיטן אריינגעווארפן א שטיקל מצה אין די טעללער, האט ער אנשטאט זיך אנצורופן א ווארט, פשוט געריקט די מצה אין די זייט און ווייטער געגעסן די זופ פון די אנדערע זייט.

שפעטער האט ער געזאגט פאר די חסידים וואס האבן זיך געווינדערט דערויף, אז מצה שרוי' איז א חומרה, און כיבוד אם איז א דאורייתא....

אז מען ווייסט מען נישט - רופט מען זיך נישט אן.
לגבי די מעשה, אכן איז געווען אין בעלז, אבער כפי שכתבתי.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

טראק דרייווער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 04, 2022 11:44 pm
איטשע האט געשריבן:

אין אסאך פלעצער האט מען מקיל געווען פאר פרויען.
אין טייל פלעצער האט מען מקפיד געווען אויף די כלים אויך, פארשטייט זיך אז אין יענע פלעצער האט מען געמוזט מקפיד זיין פאר פרויען אויך, זיי נוצן דאך די זעלביגע כלים!
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך זוך מקורות פון יא אדער נישט מקפיד זיין אויף געבראקטס מיט מי-פירות אדער מילך.
ווער עס האט סיי וועלכע מקורות, אדער שמועות מפי אבותיו ורבותיו, ווערט געבעטן אריינצוקומען.

טשעכיי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 4:16 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעכיי »

בראקן אין מי פירות אדער מילך פון געשעפט איז הארבער וויבאלד עס איז מעורב מים בתוכם
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:39 pm
איך זוך מקורות פון יא אדער נישט מקפיד זיין אויף געבראקטס מיט מי-פירות אדער מילך.
ווער עס האט סיי וועלכע מקורות, אדער שמועות מפי אבותיו ורבותיו, ווערט געבעטן אריינצוקומען.
הרבי רש"ב מליובאוויטש האט געגעסן מצה שמורה, מיט חלב שמורה וואס מען האט נישט געמישט מיט וואסער און יין וואס מען איז זיכער נישט געמישט מיט וואסער
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 61&hilite=
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום זונטאג אפריל 07, 2024 8:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טיר
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:25 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיר »

אלע פוסקים רעדן פון דעם די שערי תשובה ברענגט אראפ אריכות וועגן דעם אין משנה ברורה ברענגט אויך וועגן דעם. אז די ווילסט די פונקטליכע מראה מקום וועל איך ברענגען שפעטער
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:39 pm
איך זוך מקורות פון יא אדער נישט מקפיד זיין אויף געבראקטס מיט מי-פירות אדער מילך.
ווער עס האט סיי וועלכע מקורות, אדער שמועות מפי אבותיו ורבותיו, ווערט געבעטן אריינצוקומען.
א. בריסק האט מען מקפיד געווען דעם ערשטען טאג, צוליב מצה עשירה און דער רמב"ם האלט אז דעם ערשטן טאג זאל מען נישט עסן מצה עשירה.

ב. קלויזענבורג, ביאלע, מהרש"ב האט יא מקיל געווען במי פירות

ג. די חשש פון די אוסרים איז דעם ’חוזר ונערם’ אז וואסער מיט מי פירות זענען שנעלער מחמיץ.

ד. אין סיגוט האט מען געלאזט די קינדער בראקן מיט מי פירות, אבער עס איז געווען עקסטערע עסצייג פאר דעם.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:26 am
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:39 pm
איך זוך מקורות פון יא אדער נישט מקפיד זיין אויף געבראקטס מיט מי-פירות אדער מילך.
ווער עס האט סיי וועלכע מקורות, אדער שמועות מפי אבותיו ורבותיו, ווערט געבעטן אריינצוקומען.
א. בריסק האט מען מקפיד געווען דעם ערשטען טאג, צוליב מצה עשירה און דער רמב"ם האלט אז דעם ערשטן טאג זאל מען נישט עסן מצה עשירה.

ב. קלויזענבורג, ביאלע, מהרש"ב האט יא מקיל געווען במי פירות

ג. די חשש פון די אוסרים איז דעם ’חוזר ונערם’ אז וואסער מיט מי פירות זענען שנעלער מחמיץ.

ד. אין סיגוט האט מען געלאזט די קינדער בראקן מיט מי פירות, אבער עס איז געווען עקסטערע עסצייג פאר דעם.
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (70.22 KiB) געזען 256 מאל
Capture.JPG
Capture.JPG (25.79 KiB) געזען 260 מאל
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יידישע קהילות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:52 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:26 am
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:39 pm
איך זוך מקורות פון יא אדער נישט מקפיד זיין אויף געבראקטס מיט מי-פירות אדער מילך.
ווער עס האט סיי וועלכע מקורות, אדער שמועות מפי אבותיו ורבותיו, ווערט געבעטן אריינצוקומען.
א. בריסק האט מען מקפיד געווען דעם ערשטען טאג, צוליב מצה עשירה און דער רמב"ם האלט אז דעם ערשטן טאג זאל מען נישט עסן מצה עשירה.

ב. קלויזענבורג, ביאלע, מהרש"ב האט יא מקיל געווען במי פירות

ג. די חשש פון די אוסרים איז דעם ’חוזר ונערם’ אז וואסער מיט מי פירות זענען שנעלער מחמיץ.

ד. אין סיגוט האט מען געלאזט די קינדער בראקן מיט מי פירות, אבער עס איז געווען עקסטערע עסצייג פאר דעם.
ברענג נאך די אינטערשטע חלק. דאס איז די מערסטע אינטערעסאנט.

נ.ב. לענ"ד איז דער מחבר פון די גרעסטע גאונים בדורנו. איך בין געזיצן נעבן אים אויף א פליגער, ער האט געשריבן א תשובה (בנוגע א בדיקה וואס א כלב האט אראפגעשלינגען) פון זכרון ארויס, רוב מיט די מראה מקומות. הלוואי זאלן מיינע קינדער דאס קענען באווייזן. אבער לאמיר נישט פארפארן פונעם אשכול.

--

נאכן שיקן זעה איך אז איר דאס צוגעלייגט. ואתכם הסליחה
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:26 am
בריסק האט מען מקפיד געווען דעם ערשטען טאג, צוליב מצה עשירה און דער רמב"ם האלט אז דעם ערשטן טאג זאל מען נישט עסן מצה עשירה.
וועלכע רמב"ם?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

להודות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:03 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:26 am
בריסק האט מען מקפיד געווען דעם ערשטען טאג, צוליב מצה עשירה און דער רמב"ם האלט אז דעם ערשטן טאג זאל מען נישט עסן מצה עשירה.
וועלכע רמב"ם?
פרק ה' הלכה כ':

"וכן מותר ללוש העיסה במים ושמן או דבש וחלב או לקטף בהן. וביום הראשון אסור ללוש ולקטף אלא במים בלבד. לא משום חמץ, אלא כדי שיהיה לחם עוני. וביום הראשון הוא שצריך להיות זכרון לחם עוני."
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקור פון נישט בראקן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מגיד משנה:
ופירש"י ז"ל יום ראשון לילה הראשון וכן נראה מדברי רבינולפי מה שכתב פ"ו וכן הוא בירושלמי אמר ריב"ל אותו כזית שאדם יוצא ידי חובתו בפסחצריך שלא יהא בו משקין.
עכ"ל.

קען זיין ס'דא נאך שיטות, אבער דאס איז דער פשטות.

בכל אופן רעדט דער רמב"ם נאר פון באקןמצה עשירה; ווער זאגט אז ס'איז א פראבלעם צו טובל'ן שפעטעראין שמן?

אויסער דעם, דער רמב"ם בפרק ו' האלט אז מ'איז אפילו יוצא במצה שלשה במי פירות, חוץ מיין שמן דבש וחלב.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”