פרטים איבער'ן באנק: אינפא/אנליין/אפדעיט'ס/פראגע'ס/ענטפער'ס..
און אנדערע ווערטער מ'זעהט א חידוש, וואס אסאך וואלטן געקענט הנאה האבן דערפון אדער זיך אכטונג געבן דערויף, אבער ס'איז נאר א מעלדונג, און מ'וויל עס אראפשרייבן ערגעץ, אנדערע זאלן זעהן, און אזוי ווייטער..
דאס האט מיך געמאכט אויפצומאכן די אויבן דערמאנטע.
ובזה החלי:
--
טשעיס האט לעצטענ'ס געטוישט די צייט פאר ביז ווען מ'קען דיפאזעטן טשעק'ס אין די דיפאזעט סקענער'ס, צו ביז 11:00 באנאכט, און עס זאל נאך גערעכנט ווערן ווי עס איז דיפאזעט געווארן יענעם ביזנעס טאג, אזוי ווי אינעם ATM מאשין.
דאס איז שוין אפאר חדשים, אבער עס איז ווערט באגריסט און געמאלדן צו ווערן.
-
באנק אף אמעריקע האט נישט קיין סעים דעי ביל פעי, אפילו צו זיך אליינ'ס.
למשל צו באצאלן א באנק אף אמעריקע לאון, נעמט א ביזנעס דעי אזוי ווי א אנדערע ביל.
אויך איז זייער קאט אף טיים פאר ביל פעי נאר ביז 5:00 מיטאג לעת עתה.
-
טשעיס האט לעצטענ'ס געמאכט א נייע זאך, (ווען זיי האבן 2 וואכן צוריק אויפגעפרישט זייער גאנצע אנליין אויסשטעל) אז מ'קען זעהן אין א סעווינג'ס אקאונט, וויפיל מאל מ'האט שוין אין דעם יעצט'יגן סטעיטמענט סייקל ארויסגענומען געלט פונעם אקאונט, וואס אויב נעמט מען ארויס מער פון 6 מאל קאסט שוין א Fee די אקאונט. (חוץ אויב מ'קומט נאך אנדערע פארלאנגען וואס קען איבערקומען די Fee).