יו"ט פסח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויבן ערי מסכנות לפרעה את פתום ואת רעמסס: בשעת יוסף האט צוגענומען בנימין, איז יהודה פול געווארען מיט צארען און האט געשריגען אזא גרויס געשריי אז פרעה איז אראפגעפאלען פן זיין שטול, און אלע גבורים זענען געפאלען אויף זייערע פענימער, און עס זענען איינגעפאלען די מויערען פון פיתום און רעמסס. וועגען דעם האבען זיי גוזר געווען אויף די אידן צוריק אויפצובויען פיתום און רעמסס. (ילקוט)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וימת מלך מצרים ויאנחו בני ישראל וכו': דער פשוט'ער פשט אין פסוק איז, אז ער איז ממש געשטארבן, דארף מען פארשטיין, וואס איז געווען דער טרויער און קלאג פון די אידן ווען דער קעניג איז געשטארבן, עס וואלט דאך געדארפט זיין פארקערט, מען וואלט געדארפט זיין פרייליך, דער תירוץ איז, ווייל די מצריים זענען געווען אזעלכע רשעים, אז זיי האבן אפילו נישט געלאזט די אידן קרעכצען און וויינען אויף זייערע צרות, טאמער האבן די אידן געוויינט ביי דער ארבעט האבן די מצרי'שע אויפזעהר נאך מער געשלאגן און געפייניגט, ערשט ווען פרעה איז געשטארבן און אלע מצריים האבן געוויינט און געקלאגט, האבן די אידן געטרפאן א גוטע געלעגענהייט זיך אויסצוויינען צום הייליגען באשעפער אויף זייערע אייגענע צרות, ווייל די מצרים האבן געמיינט אז די אידן באוויינען פרעה'ס טויט, זאגט אבער די פסוק "וידע אלקים" השי"ת האט אבער געוויסט צוליב וואס די אידן וויינען און זיפצן. (של"ה הקדוש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ותעל שועתם אל אלקים מן העבודה: די יודן האבן ביטער שווער געארבעט אין מצרים. אבער זייער וויי-געשריי און קרעכצן זענען נישט געווען ווייל זיי האבן שווער געארבעט, נאר וועגן דעם וואס זיי האבן נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן און טוהן מצוות ווי עס דארף צו זיין. דאס איז פשט: "ותעל שועתם אל אלקים", זייער געשריי איז געווען ווייל זיי האבן נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, "מן העבודה", מער ווי דאס געשריי וואס זיי האבן געמוזט שווער ארבעטן. (רבי מענדל רימנובער זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ועברתי בארץ מצרים: דער חוזה מלובלין האט געטייטשט, דער באשעפער איז שנעל אדורך און נישט געקוקט אויף די עבירות פון די אידן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ועברתי בארץ מצרים וכו', אני ולא מלאך: די טומאה פון די מצריים איז געווען אזוי גרויס, אז אפילו א מלאך האט דארט נישט געמעגט אריין גיין. ווייל אפשר וואלט זיך אין איהם געקענט אטנאכחאפלזען די טומאה!! דערפאר האט דער אייבערשטער געמוזט אליין גיין. (אר"י הקדוש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

במצרים לעיניך: די צרות וואס די יודן האבן געליטען אין מצרים, איז נאר געווען "לעיניך" - פאר דיינע אויגן. אבער אין אמת'ן איז אלעס געווען נאר לטובה פון די יודן. (רבי ר' ברוך ממעזבוז' זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואלו הן : לכאורה זענען די ווערטער איבריג. אין די משנה פון ארבעה אבות נזיקין זאגט דארט תוס' פארוואס דא שטייט נישט "הן" אזוי ווי ארבעה ראשי שנים הן וכו' זאגט אויף דעם די הייליגע רבי ר' אלימלך, אז "הן" מיינט אזוי איז, און אזוי וועט זיין, וועגען דעם שטייט "הן" נאר ביי גוטע זאכען, און אויך דא ווילען מיר אז עס זאל אזוי זיין פאר אלע רשעים אין די היינטיגע צייטען. (מאור ושמש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דם: דם קען מיינען צוויי זאכען (דמים תרתי משמע) עס קען מיינען בלוט און עס קען מיינען געלט, דאס איז מרמז אז ביי די מכה פון דם איז טאקע געווען ביידע פאר די גוים איז געווען בלוט, און פאר די יודען איז געווען געלט, ווייל די גוים האבן געקויפט וואסער פאר געלט. (דגל מחנה אפרים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דצ"ך עד"ש באח"ב: אין די צייטען וואס די רשעים פלעגן יעדע יאהר אויסטראכטן אויף די יודן בלוט בלבולים (אז די יודן באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט אין זייערע מצות), האט מען אמאהל געצווינגען די יודישע רבנים זיך צו טענה'ן מיט די גלחים, און אויפווייזען ווער עס איז גערעכט. האבן זיך די גלחים אנגערופען: "מיר האבן אן אפענע באווייז אז דאס אלעס איז אמת און די יודן באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט, ווייל זיי זאגן אין די הגדה ווערטער מיט ראשי תיבות: "דצ"ך", - וואס דאס מיינט: "דם צריכים כולנו"! (מיר אלע דארפן האבן בלוט) האבן די רבנים אויף דעם צוריק געענטפערט: "טאקע, די ווערטער זענען ראשי תיבות, אבער זיי מיינען פונקט דאס פארקערטע פון די רייד פון די גלחים! די ווערטער מיינען: "דצ"ך" - "דברי צוררנו כזב" (די רייד פון אונזערע פיינד זענען ליגענד). "עד"ש" - "עלילת דם שקר" (די בלוט בלבול איז שקר), "באח"ב" - "בני אברהם חלילה בזאת" (קינדער פון אברהם אבינו מעגן דאס נישט טוהן, צו עסן בלוט)...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ר' יוסי הגלילי אומר במצרים לקו עשר מכות, ר' אליעזר אומר וכו', ר' עקיבא אומר וכו: מען דארף פארשטיין דער פשט פון די מחלוקת פון די תנאים. וואס איז אונז א חילוק וויפיהל מכות די מצריים האבן געליטען, מער אדער ווייניגער? נאר דער פשט איז, ווייל עס שטייט אין פסוק, אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר די יודן: "כל המחלה אשר שמתי במצרים, לא אשים עליך" - די אלע קראנקהייטן וואס איך האב געלייגט אויף די מצריים וועל איך נישט לייגען אויף דיר". דערפאר זוכען די תנאים צו באווייזען אז די מצרים האבן געליטען ווי מער קראנקהייטן, כדי די ברכה פון "לא אשים עליך" זאל זיין אויף ווי מער מכות. אזוי האפן מיר אז מיר וועלן ווערן געראטעוועט פון אלע קראנקהייטן און זיי זאלן קומען אויף אונזערע פיינד. (דער ווילנער גאון)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלו קרע לנו את הים ולא העברנו בתוכו בחרבה דיינו: איז שווער וואס וואלט מען געהאט אויב דער ים וואלט זיך געשפאלטן און השי"ת וואלט אונז נישט אדורך געפירט דעם ים. דער תירוץ איז, די אידן האבן טאקע געמוזט א דורך גיין דעם ים, אבער ס'האט נישט געמוזט זיין, "בחרבה" אזוי טרוקען אפילו ס'וואלט געבליבן בלאטע, וואלט מען אויך געקענט דורך גיין, דאס איז די לויב אז דער ים איז געווען "גאנץ טרוקען". (רשב"ם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו: וואס פאר א נוצען וואלטן מיר געהאט ווען דער אייבערשטער ברענגט אונז צו דעם בארג סיני, אבער ער גיבט אונז נישט די תורה? נאר דאס חשיבות פון דעם בארג סיני פאר "קבלת התורה" איז געווען, אז די יודן זענען דארט צום ערשטן מאהל געשטאנען מיט אחדות און ליבשאפט. און דער ענין פון אחדות איז אליין זייער א חשובער זאך. און פאר דעם אליין וואלט געווען "דיינו". (ספרים הקדושים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו: וואס פאר א נוצען וואלטן מיר געהאט ווען דער אייבערשטער ברענגט אונז צו דעם בארג סיני, אבער ער גיבט אונז נישט די תורה? נאר עס איז באקאנט אז עס איז דא 613 מצות, און אנקעגען זיי איז דא 613 חלקים אין די מענטש, און אויב א מענטש איז זייער הייליג טוען דו איברים פון די מענטש פון זיך אליין די מצוה, אזוי ווי עס שטייט ביי אברהם אבינו, וירא - וירץ, ער האט געזען אז די פיס לויפען פון זיך אליין, און וועגען דעם ביים עקידה שטייט "וישלח אברהם את ידו" ער האט דאס געדארפט טוהן מיט כח, ווען די יודען זענען געקומען צום בארג סיני זענען זיי געווען אזוי הייליג אז זיי זענען געווען אזוי ווי די אבות הקדושים, און זייער אברים האבען אליינטס געטוהן די מצות יעצט פארשטייען מיר אז אפילו מיר וואלטען נאר געקומען צום בארג איז דיינו, ווייל די אברים וואלטען אליין געטוהן די מצוות. (קדושת לוי)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואמרתם זבח פסח הוא לה': "ואמרתם" אויב איר וועט זאגען, "זבח" מיר ווילן ברענגען א קרבן פאר השי"ת, איז די עצה "פה-סח לה'", אז מען זאל רעדן תורה און תפלה פאר השי"ת, און דאס ווערט גערעכנט פאר א קרבן. (קדושת לוי פ' בא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מצה: אין פסוק שטייט (ויקרא ו-ט): "מצות תאכל במקום קדוש". דער פסוק וויל אונז מרמז זיין, אז דאס פלאץ ווי די מצות גייען אריין - אין די מויל און קערפער פון דעם מענטש - זאלן זיין א "מקום קדוש" (א הייליג ארט). זיי זאלן זיין הייליג און ווערט אריין צו נעמען די הייליגע מצות. (אמרי חיים פרשת צו)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

על שום שמררו המצרים את חיי אבותינו במצרים : דאס ווארט "במצרים" זעהט אויס איבריג, נאר ווען מען פייניגט אויס א מענטש און ער טראכט אז באלד וועל איך שוין פטור ווערען פון די צרות, איז דער צער נישט אזוי גרויס, אבער ווען מען פייניגט איינער, און ער זעהט נישט קיין עק צו זיינע צרות איז עס זייער שווער אויסצוהאלטען, ווען די יודען זענען געווען אין מצרים האבען די מצרים זייער פארביטערט זייער לעבען, זיי האבען געזאגט פאר די יודען "פון דא וועט איר קיינמאהל נישט ארויסגיין, ווייל קיין קנעכט איז פון דא קיינמאהל נישט ארויסגעלאפען" וועגען דעם דערציילט אונז די בעל הגדה "במצרים" ווי די מצרים האבען געשפעט און געזאגט אז פון דא וועט איר קיינמאהל נישט ארויס. (חתן סופר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וימררו את חייהם: מיר ווייסען דאך אז וועגען די "קושי השעבוד" דאס מיינט די שווערע ארבייט וואס מען האט געארבייט אין מצרים, זענען מיר באפרייט געווארען פריער ווי דער צייט, ווייל דער אייבערשטער האט דאך געזאגט אז מען וועט זיין אין מצרים 400 יאהר, און דערווייל איז מען דארט נאר געווען 210 יאהר. דער "טראפ" פון "וימררו את חייהם" איז "קדמא ואזלא", קען מען אזוי טייטשען "וימררו את חייהם" ווייל זיי האבען זייער פארביטערט זייער לעבען, וועגען דעם איז געווען "קדמא ואזלא" (קדמא-געפעדערט -- אזלא-ארויסצוגיין) זענען זיי ארויס, פאר די צייט. (ווילנער גאון זצ"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו: א יוד מוז יעדען טאג באזונדער באטראכטן זיינע מעשים און זעהן ווי ער האלט אין די מדריגות פון עבודת השם יתברך, דאס מיינט לראות את עצמו, זיינע מעשים. (תפארת שלמה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לפיכך אנחנו חיבים להודות וכו' ונאמר לפניו שירה חדשה: מיר זענען מחויב צו לויבן השי"ת אויף אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן אין די פריערדיגע דורות, דאס איז אבער נישט גענוג, מען דארף אויך זאגן "א שירה חדשה", אויף די טובות וואס ער טוט שטענדיג מיט אונז אפילו אין היינטיגען דור. (כתב סופר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

המשפילי לראות בשמים ובארץ: אויב א מענטש האלט זיך קליין איז ער זוכה צו זעהן וואס עס טוהט זיך אין הימל און אויף דער ערד, דאס זאגט דוד המלך ע"ה "המשפילי" אויב מען האלט זיך שפל (נידעריג), איז מען זוכה, "לראות" צו זעהן וואס עס טוהט זיך, "בשמים ובארץ" (המגיד מקאזניץ)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בצאת "ישראל" ממצרים, בית "יעקב" מעם לועז : עס שטייט צוויי עניני גאולה, גאולת ישראל און גאולת יעקב, ווייל עס איז טאקע געווען צוויי מיני גאולות, גאולה פון טומאת מצרים, און א גאולה פון גלות מצרים, עס איז געווען יודען בבחינת "יעקב" וואס ביי זיי איז די גאולה געווען, א גאולה פון גלות מצרים, אבער די יודען בבחינת ישראל, ביי זיי איז די גאולה געווען א גאולה פון טומאת מצרים. (ישמח משה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אשר גאלנו וגאל את אבותינו : דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט געזאגט אז ווען א איד זאגט די ווערטער פסח ביינאכט און ער גלייבט מיט אמונה שלימה, קען ער שוין אויסגעלייזט ווערען פון אלע זיינע פריוואטע גלות'ן, סיי גאולת הנפש און סיי גאולת הגוף, ווייל פסח ביינאכט איז דער זמן הגאולה, מען דארף נאר זיין צוגעגרייט דערצו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ונאכל שם מן הזבחים : די ראשי תיבות פון די ווערטער זענען די זעלבע ווי די ווערטער "ו'לזות ש'פתים ה'רחק מ'מך" וואס איז טייטש, די קרומקייט פון דיינע ליפען זאלסטו דערווייטערען פון דיר, דאס קומט מרמז זיין אז דארך דעם וואס מען וועט נאר רעדען וואס מ'מעג, וועט מען זוכה זיין צו בנין בית המקדש. (אמרי חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פארוואס מאכט מען נישט קיין ברכה אויף די מצוות עשה פון סיפור יציאת מצרים ? ווייל מיר זאגען אין די הגדה "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים, א מענטש דארף זיך פארשטעלען אז ער אליין איז ארויס פון מצרים, און אזוי ווי ווען די יודען זענען ארויס פון מצרים זענען זיי ערשט דעמאלס געווארען יודען אזוי אויך דארף מען זיך אויך אזוי פארשטעלען אז מיר ווערען יעצט יודען, מיר ווייסען דאך אז א גר מאכט נישט קיין ברכה פאר די טבילה ווייל פאר'ן טובל'ן איז ער נאך א גוי, קען ער דאך נישט מאכען קיין ברכה, וועגען דעם מאכט ער די ברכה נאכען טובל'ן, די זעלבע זאך איז ביי אונז, פאר די הגדה מאכען מיר נאך נישט קיין ברכה, אבער נאכ'ן הגדה קענען מיר שוין יא מאכען א ברכה, וועגען דעם מאכען מיר די ברכה פון אשר גאלנו נאך די הגדה. (חתם סופר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מצה-מרור-כורך: "מצה" איז מרמז אויף דעם יצר טוב, און "מרור" איז מרמז אויף דעם יצר הרע וואס מאכט ביטער דאס לעבן. ווען א יוד שטארקט זיך איבער זיין יצר הרע, דאן ווערט אויך דער יצר הרע אונטערטעניג אונטער איהם, און ער שטערט איהם שוין נישט צו דינען דעם באשעפער, נאר פונקט פארקערט. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "בכל לבבך" - מיט דיינע ביידע הערצער (דער יצר הרע מיט דער יצר טוב). דאס מיינט מען: "מצה-מרור-כורך", מען דארף זיי ביידע צוזאמען בינדען און אזוי דינען דעם באשעפער. (אלשיך הקדוש)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”