בארשט, מה זה ועל מה זה!

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

בארשט, מה זה ועל מה זה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(דא אין אנדערען אשכול ביי די מאכלי פסח האבעך דערמאנט די חשוב'ע פסח'דיגע בארשט, וועל איך אביסעל דערציילן מה טיבו!)

מען גייט ארויס - טאקע דייקא - אין סאמען "ראש חודש", פון דער גרויסען חודש "אשר ישועות בו מקיפות", און מען גייט אין גראסערי איינקויפן די צוויקעל.

איין טאג פארדעם איז צו פרי, און איין טאג נאכדעם איז שוין צו שפעט. ווער עס איז א אפשטאמיגער פון יוצאי הגר, ווייסט שוין די "טריקס" וואס מען דארף שפיערן אויף די צוויקעל, נישט צו הארט און נישט צו ווייעך, עס זאל ח"ו נישט זיין בלאס, נישט זיין פארוועלקט, נאר פריש, און רויט ווי בלוט.

מען קומט אהיים און מען פאנגט אן צוצוגרייטען - נאך נישט די צוויקעל - נאר די פלאץ ווי מען וועט דעם צוויקעל אנרעכטען, אפגעהיטן זאל מען ווערן, אז מען לייגט נישט קיין געהעריגען צודעק אויפן "קאנטער", אדער מען טוט נישט אן א "בולעט פרוף" שירצעל, און מען פראביערט צוגרייטן דעם צוויקעל, איז עס א מעוות שלא יוכל לתקן, די קלינערס די פעינטערס וכדו', אלע וועלן שוין מאכן געלט!!

איז האלט מען שוין צוגעדעקט די קאנטער, מיט - כאטש - צוויי דריי פלעסטיקס, אנגעטאן די שירצעל, די הענטשיך, קען מען אנהייבן.

מען צושניידט די צוויקעל אין פיר, פיר האבעך געזאגט!! נישט פינעף און נישט דריי! מען לייגט דאס אריין אין די גלאזענע כלי, (שוין ליידער דא אזעלעכע וואס לייגן דאס אין פלעסטיק, ווייל גרויסע גלאזענע כלים איז נישט אזוי פראקטיש, שוין וה' הטוב יכפר, אבער וויסן זאלט עטס אז דאס איז פונקט ווי לאזן וויין זיך עלטערען אין פלעסטיק, עס קומט אויס, אבער ווי קומט עס צו האלצענע פעסער) מען לייגט אריין צוויקעל כמעט ביז אויבן, איי סוועט קוים אריין גיין וואסער? נא וועט די בארשט זיין ... ווי רופט מען דאס? .... יא! מער קרעפטיג! (די ווארט אליינס בלענגט ארויף שפייאכטס).

מען פילט אן די כלים מיט וואסער דורך א שטיקל סחורה פארשטייט זיך, מיר ברויכען נישט קיין שמוץ, און חלילה נישט קיין חמץ. די סחורה וואס מען ניצט איז לכתחילה א טאשען טיכעל! (יא, איינס האט די באבע ארויס געגנב'ט פון זיידענס לעדעל), אבער אז מען האט נישט, קען מען ניצן אן אנדערער סחורה, מען בינט עס צו מיט שטריק אזוי ארום אין ארום, עס זאל נישט אריינפאלען, מען מאכט אזא גריבעלע, אזוי אז עס זאל זיין ראו מקבל צו זיין, און מען פאנגט אן גיסן, ביז די פעסעלע איז פול.

מען לייגט צו אביסלע זאלץ, מען לאזט די עפענונג צוגעדעקט מיטן שמאטע, און מען פארפאקט די פעסעלע מיט א פיינעם דאכענע (לכתחילה א פאכענע! ווייסט נישט וואס עס מיינט א פאכענע דאכענע? גיי פרעג דעם באבען), יא מען פאקט אים איין אזוי הארציג ווי מען פאקט איין די קליינווארג באנאכט ביים גיין שלאפען, א גלעט אויפן שטערען, און מען שטעלט עס ביי די סטים! אויף א קליין ספעציעלער פסח'דיגע בענקעלע, מען לייגט דאך נישט קיין פסח'דיגע כלים אויף דער ערד ח"ו, אז עס איז שוין נישט קאלט, און די סטים איז שוין אויסגעלאשען, מוז מען נעמען אזא פארטעבל סטים, און מען שטעלט די פעסעלע נעבן אים.

יעצט קומט די עיקר, מען זאגט א הייסע תחינה, מען איז מתפלל אז דע בארשט זאל זיין געראטען, אז עס זאל גיט "אויפשפילען" (דאס איז זייער א קריטישע ווארט אין בארשט, די סאמע יסוד), אז עס זאל שוין זיין אינגאנצען פערטיג דעם ערשטען טאג ביים סדר, און עס זאל זיין קרעפטיג, גיט זויער, און נישט צו געזאלצען אא"וו.

יעצט ווארט מען א פאר טאג, און מען גייט באקוקען דעם פאס, מען עפענט אויף די שמאטע, און אויב אלעס איז בסדר, וועט זיין אזא - זייט מיר מוחל - פעסטע שיכט ווייסער שימל! יא שימל, דאס איז די סימן מובהק אז דער בארשט איז אויפן ריכטיגער דרך! ער אנטוויקעלט זיך פיין קעניינע הרע! נאך א סימן אז עס בלייבט א גערוך אין שטוב, אז א האלבע שעה שפעטער שפיערט מען נאך, אז מען האט דא אפגעשיילט די שימל פונעם בארטש, ווייסט מען אז ס'איז דא פון וואס צו רעדן.

מען נעמט אראפ דעם שימל, שטייט איידל אזוי אז עס זאל נישט בלייבן קיין שטיקלעך, און מען פאקט אים צוריק איין. אזוי חזר'ט מען איבער די פראצעדור אפאר מאל ביז פסח. פארשטייט זיך אז קיינער חוץ די מאכערין, טאר אין דעם פאס נישט אריינקוקען, אפי' נישט גיין נאענט, און מען טאר נישט רעדען דערפון, אלס כדי ס'זאל נישט שאטן קיין גוט אויג.

און אז דער יום טוב קומט אן, און מען נעמט ארויס דעם פאס, און מען גיסט אים נאכאמאל דורך דעם שמאטע, אזוי אז עס זאל נישט בלייבן ח"ו קיין שימל (פארשטייט זיך אז ביי די שמאטע, איז עס די לעצטע תפקיד אויף די וועלט, ווייל פון דארט גייט עס גראד אין די מיסט, ווייל פראבירן אויסרייניגען, איז ניטעמאל קיין הוה אמינא), מען לייגט עס אריין אין באטלעך, און אריין אין פרידעזשער.

יעצט ווענט זיך שוין לויט מנהגים, אנדערע ווילען דוקא די מאסט אזוי מגיתו, גארנישט אריין געלייגט, און גוט קאלט, אנדערע ווילן עס מיט די אלעמען באליבטן פסח מאכל, די ווויל באקאנטער און בארימטער "קארטאפעל" די קארטאפעל ווארעם, און די בארשט קאלט, און אנדערע ווילען עס ... אינטערגעשלאגען!!

מה זה אינטערגעשלאגען? אה, דאס הייסט אז מען לייגט צו אייער.

וועט איר זעכער מיינען אז דאס איז פשוט, ניין! דאס איז א עקסטרע עבודה, און חכמה, ווי אזוי מען טוט דאס אינטערגעשלאגען!

מען נעמט רויע אייער, מען מישט עס גאר גוט אויס, זייט געווארענט, אזוי ווי מען מאכט אייער שפייז, אדער פסח לאקשען איז ווייט פון גענוג! עס מוז זיין גאר גיט אויסגעמישט, קיינע שטיקלעך ערלויבט. מען מאכט די בארשט הייס, און ווען עס איז שוין גוט הייס, פאנגט מען אן אריינגיסען די אייער, זייער שטייט צוביסלעך.

אבער דא דארף מען שוין הילף, איינער דארף שטארק מישען דעם בארשט, בשעת דער אנדערער גיסט, ווייל אויב נישט, קען ח"ו ח"ו ח"ו (אויף אלע שנאי ישראל געזאגט) ווערן אזעלעכע ציעדיגע שטיקלעך אייער אין דעם בארשט, און דעמאלס איז טוב שלא נברא - די גאנצע בארשט - משנברא, ממילא דארף מען אב'אכט געבן, אז ווי די אייער רינט צוביסלאך, און עס ווערט גלייך אבגעקאכט פונעם הייסן בארשט, זאל מען נישט זעהן קיין שום שטיקלעך, די גאנצע "עווידענס", אז עס איז דא אייער, קען נאר זיין אז די קאליר האט זיך געביטן פון שטאק פערפעל, צו אביסל לעכטיגער פערפיל!

יעצט פארשטייט איר שוין, פארוואס איך ווארט אזוי ארויס אויפן יו"ט?!!

און אז מען הערט אט די זיסע רייד,
און מען דערהערט און מען פארשטייט,
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד,
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט!

מיר דאנקן און לויבן, פאר אונזער גלויבן,
דעם באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט,
און האט אונז געגעבן, א גליקליכען לעבן,
און האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו זיין א איד!!
(קרעדיט יו"ט ערליך זצ"ל)
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אפריל 03, 2012 11:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36774
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מסירת מודעה, כאטש מיר האבן שוין געזען געלעזט און געהערט די בארשט מאכן אינסטרוקציעס, קיינמאל האבן מיר עס געהערט אזוי זויער און בע'טעמ'ט אווי איצט.

יישר כחכם, אם ביום מן הימים וועלן מיר מיטן גרויסן בורא'ס הילף שטעלן בארשט, קריגט איר איצט דעם קרעדיט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

דיין ארטיקל איז בעסער ווי די בארשט אליין..

נישט געוויסט אז דו ביסט שוין איבער די ארבעים..
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12733
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכתחילה!!!
די ביזט מעכטיג.
איך וויל נאר צולייגן א ווארט צוויי, אראפנעמען די שימל איז נישט הלכה למשה מסיני, ביי מיין מאמע נעמט מען עס נישט אראפ.
דאס וואס די זאגסט וועגן שטעלן לעבן א סטים, איז באמת די געדאנק דערפון נישט אז דאס דארף ווערן אנגעווארעמט, נאר אז עס זאל בלייבן אויף די זעלבע טעמפעטשור די גאנצע צייט, וואס דאס איז א חלק פון די יסוד אז עס זאל געלונגען.
און וועגן זאלץ איז דא פארשידענע מנהגים, ס'איז דא וואס פירן זיך צו לייגן גלייך, מיין מאמע פירט זיך צו לייגן דריי טעג נאכן שטעלן.

נאך אזאך כמדומה מען פלעגט זאגן אז ווי בעסער די בארש איז געלונגען איז א סימן מען האט זיך גוט ארומגעשלאגן פאר פסח....
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

leiby האט געשריבן: דיין ארטיקל איז בעסער ווי די בארשט אליין..

נישט געוויסט אז דו ביסט שוין איבער די ארבעים..

ווייט פון די ארבעים, נאר א שטיקל טעם זקינים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

למעלה משבעים האט געשריבן: לכתחילה!!!

ישר כח פאר די הערות, כ'האב עס איבערגעגעבן ווי איך האב עס מקובל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
leiby האט געשריבן: דיין ארטיקל איז בעסער ווי די בארשט אליין..

נישט געוויסט אז דו ביסט שוין איבער די ארבעים..

ווייט פון די ארבעים, נאר א שטיקל טעם זקינים.

אלץ געוויסט אז א טעם אין בארשט שפירן נאר די וואס זענען איבער די ארבעים,
וויפיל אינגעלייט האסטו שוין געזעהן גלייכן בארשט.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נאך א הוספה:

די טעם פארוואס מען טרונקט בארשט פסח, איז ווייל די צדוקים פלעגן טייטשען "כל מחמצת לא תאכלו", אז מען טאר נישט עסן קיין "זויערס", איז כדי להוציא מליבן של צדוקין, עסט מען זויערס.

אבער עס איז דא נאך א טעם כמות, יעדער ווייסט אז אויב מען עסט מצה מיט א געהעריגע מאס, און מען האט נישט א "סטרעיט ליין", צו "קדם" אין "גאלדען פלוא", איינס פאר "גרעיפ דזשוס", און איינס פאר "אראנדזש זדזשוס", איז אחת דתו פארן מאגן, אבער אז מען טרונקט בארשט, איז א אנדערע מעשה, מען דארף זיך נישט מישן, און עס איז ווי "קאנסעטרעיט", איין גלעזעל בארשט איז ווי פינעף גלעזלעך "גרעיפ דזשוס", בדוק ומנוסה.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אפריל 03, 2012 11:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

leiby האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
leiby האט געשריבן: דיין ארטיקל איז בעסער ווי די בארשט אליין..

נישט געוויסט אז דו ביסט שוין איבער די ארבעים..

ווייט פון די ארבעים, נאר א שטיקל טעם זקינים.

אלץ געוויסט אז א טעם אין בארשט שפירן נאר די וואס זענען איבער די ארבעים,
וויפיל אינגעלייט האסטו שוין געזעהן גלייכן בארשט.

ליידער ליידער.

כ'וועל דיר זאגן א סוד, אז חוץ בארשט, שפיער איך אויך א טעם אין א גוטע הייסע מקוה, א פיינעם שוויץ, און א שמעק טאביק! וואס זאל איך טאן אז כ'בין "רך בשנים ואב בחכמה"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

דו ביזט אייזן! ממש איך שפיר דעם טעם פונעם געלונגענעם בארשט!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

באמת א געראטן ארטיקל! איך האב עס געליינט מיט אן אויסגעצויגענעם שמייכל און שיער נישט מיטגעשפירט דעם שימל גערוך און די נארהאפטיגע טעם פון דיינע אונטערגעשלאגענע בארשט.

ביי מיר אין שטוב איז מען שוין היבש היינט-צייטיג, און מען מאכט פשוט'ע בארשט דורך אויפקאכן די צוויקל וואס מען קויפט איין קוים 2 טעג בעפאר פסח.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הרב לכתחילה, דו בוזט אנריעל!!! אייזן גוט, איך (און יעדער) באלעק מיך די פינגער מיט דיינע פערל רייד.
זעה אנציהאלטן, מיר ברויכן דאס האבן א_ווי בארשט אום פסח פאר א 60 יעריגען איד..
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן: באמת א געראטן ארטיקל! איך האב עס געליינט מיט אן אויסגעצויגענעם שמייכל און שיער נישט מיטגעשפירט דעם שימל גערוך און די נארהאפטיגע טעם פון דיינע אונטערגעשלאגענע בארשט.

ביי מיר אין שטוב איז מען שוין היבש היינט-צייטיג, און מען מאכט פשוט'ע בארשט דורך אויפקאכן די צוויקל וואס מען קויפט איין קוים 2 טעג בעפאר פסח.

איך גראדע האב ליב נישט אינטערגעשלאגען! און די שרייבסט וועגן די מאדערענע בארשט, שוין וואס קענעך זאגן, א שאד, א שאד, ווי שרייבט נאר "ניסן פאטאגרעפי" (ניסן ניסן לגזירה שוה):

if you don't smile to nissen, you don't know what your missin!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך ווייס וואס איך פארפאס, איך טרונק צומאל אונטערגעשלאגענע בארשט, ווען מען קומט זיך צוזאם במסיבת מרעים אויף א מלוה מלכה אין ס'מעדרש.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן: איך ווייס וואס איך פארפאס, איך טרונק צומאל אונטערגעשלאגענע בארשט, ווען מען קומט זיך צוזאם במסיבת מרעים אויף א מלוה מלכה אין ס'מעדרש.

א חידוש, א איד האט עכטער בארשט און ער טיילט עס אזוי אין ביהמ"ד? דערמאנט מיר א מימרא וואס מען זאגט פונעם מלאך זצ"ל:

ער איז אמאל אדורך געגאנגען א געשעפט, זעהט ער א טאוועל,"מיר פארקויפן גוטע אלטע בראנפען"!

האט דער מלאך געזאגט, "כ'האב דריי פירכות, אויף דעם טאוועל",

1) וואס הייסט "גוטע" בראנפען, וועלכע בראנפען איז דען נישט גוט?

2) "אלטע" בראנפען, ווי קען זיין אז איינער האט בראנפען, און ער לאזט עס אלט ווערן?

3) מיר "פארקויפן", וועלכע נער האט בראנפען און ער פארקויפט עס?!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

און דער תירוץ אויף די פראגע איז, אז היינט קען מען אין געשעפט קויפן פארטיגע אונטערגעשלאגענע בארשט, און וויבאלד מען האט זיך נישט געמוטשעט דערויף נאר געקויפט פאר אפאר גילדן [פאר א נויט האט עס פעטער אבאמא געספאנסערט לע"נ טרעיוואן מארטין] טיילט מען עס פולהארציג אין שוהל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן: און דער תירוץ אויף די פראגע איז, אז היינט קען מען אין געשעפט קויפן פארטיגע אונטערגעשלאגענע בארשט, און וויבאלד מען האט זיך נישט געמוטשעט דערויף נאר געקויפט פאר אפאר גילדן [פאר א נויט האט עס פעטער אבאמא געספאנסערט לע"נ טרעיוואן מארטין] טיילט מען עס פולהארציג אין שוהל.

אבער דאס איז לדעתי די פאלטשע, ניין?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קען זיין, מען דארף זיך נאכפרעגן ביי די יודעי דבר.
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

לכתחילה, גוט געראטן, פיין געראטן!
אגב, מיר האט דאס מערסטע געפאלן דיין אויספיר פון ר' יום טוב ערליך ז"ל...
עת לקרות | ועת לתגוב
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8072
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לכתחילהוואלט דער ארטיקל געברויכט געשריבן ווערען שוין אום ע״ש מברכים ניסן; כדי מיר זאלן אויספיען צו שטעלן דעם בארשט בעוד מועד... איצט אז שבת הגדול איז שוין אויך אריבער, איז בדיעבד, דער ארטיקל אויך לכתחילה...

א הערצליכן דאנק אייך לכתחילה, האסט מיך מחיה געווען, דאס מויל וואסערט מיר פאר א ביסעל געשטעלטן בארשט זיך צו דערקוויקן דאס הארץ און בארוהיגן דעם מאגן, אדער כאטש באנעצן די לעפצן.. אבער בדלא ליכא האט דאך דער רבי נישט געזאגט... העמיר זיך באגעניגען מיט די מאדערנעזירטע אפגעקאכטע ווארע...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: נאך א הוספה:

די טעם פארוואס מען טרונקט בארשט פסח, איז ווייל די צדוקים פלעגן טייטשען "כל מחמצת לא תאכלו", אז מען טאר נישט עסן קיין "זויערס", איז כדי להוציא מליבן של צדוקין, עסט מען זויערס.

אבער עס איז דא נאך א טעם כמות, יעדער ווייסט אז אויב מען עסט מצה מיט א געהעריגע מאס, און מען האט נישט א "סטרעיט ליין", צו "קדם" אין "גאלדען פלוא", איינס פאר "גרעיפ דזשוס", און איינס פאר "אראנדזש זדזשוס", איז אחת דתו פארן מאגן, אבער אז מען טרונקט בארשט, איז א אנדערע מעשה, מען דארף זיך נישט מישן, און עס איז ווי "קאנסעטרעיט", איין גלעזעל בארשט איז ווי פינעף גלעזלעך "גרעיפ דזשוס", בדוק ומנוסה.

ומי שיש לו מח בקדקדו מקדים הרפואה למכה - און מען טרינקט דאס ערשטע געלזעלע בארשט ערב פסח, בדוק ומנוסה.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: און אנדערע ווילען עס ... אינטערגעשלאגען!!

מה זה אינטערגעשלאגען? אה, דאס הייסט אז מען לייגט צו אייער.

וועט איר זעכער מיינען אז דאס איז פשוט, ניין! דאס איז א עקסטרע עבודה, און חכמה, ווי אזוי מען טוט דאס אינטערגעשלאגען!

מען נעמט רויע אייער, מען מישט עס גאר גוט אויס, זייט געווארענט, אזוי ווי מען מאכט אייער שפייז, אדער פסח לאקשען איז ווייט פון גענוג! עס מוז זיין גאר גיט אויסגעמישט, קיינע שטיקלעך ערלויבט. מען מאכט די בארשט הייס, און ווען עס איז שוין גוט הייס, פאנגט מען אן אריינגיסען די אייער, זייער שטייט צוביסלעך.

אבער דא דארף מען שוין הילף, איינער דארף שטארק מישען דעם בארשט, בשעת דער אנדערער גיסט, ווייל אויב נישט, קען ח"ו ח"ו ח"ו (אויף אלע שנאי ישראל געזאגט) ווערן אזעלעכע ציעדיגע שטיקלעך אייער אין דעם בארשט, און דעמאלס איז טוב שלא נברא - די גאנצע בארשט - משנברא, ממילא דארף מען אב'אכט געבן, אז ווי די אייער רינט צוביסלאך, און עס ווערט גלייך אבגעקאכט פונעם הייסן בארשט, זאל מען נישט זעהן קיין שום שטיקלעך, די גאנצע "עווידענס", אז עס איז דא אייער, קען נאר זיין אז די קאליר האט זיך געביטן פון שטאק פערפעל, צו אביסל לעכטיגער פערפיל!

דאכצעך אז די עיקר סיבה פאר'ן אונטערשלאגן איז מחמת הפחדנים - וואס ציטערן פון די ליי"וו בעקטערי"א.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע:מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

לכתחילה און וועלעכע שול דאווענסטו אחרון של פסח?
ברענגסטו די לעפט אווער צום סעודות בעל שם?
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פון די זאכן וואס איך קען נישט אין מויל נעמען. אבער די ארטיקל??? שוין איינמאל גוט.
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

פרעגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: און אנדערע ווילען עס ... אינטערגעשלאגען!!

מה זה אינטערגעשלאגען? אה, דאס הייסט אז מען לייגט צו אייער.

וועט איר זעכער מיינען אז דאס איז פשוט, ניין! דאס איז א עקסטרע עבודה, און חכמה, ווי אזוי מען טוט דאס אינטערגעשלאגען!

מען נעמט רויע אייער, מען מישט עס גאר גוט אויס, זייט געווארענט, אזוי ווי מען מאכט אייער שפייז, אדער פסח לאקשען איז ווייט פון גענוג! עס מוז זיין גאר גיט אויסגעמישט, קיינע שטיקלעך ערלויבט. מען מאכט די בארשט הייס, און ווען עס איז שוין גוט הייס, פאנגט מען אן אריינגיסען די אייער, זייער שטייט צוביסלעך.

אבער דא דארף מען שוין הילף, איינער דארף שטארק מישען דעם בארשט, בשעת דער אנדערער גיסט, ווייל אויב נישט, קען ח"ו ח"ו ח"ו (אויף אלע שנאי ישראל געזאגט) ווערן אזעלעכע ציעדיגע שטיקלעך אייער אין דעם בארשט, און דעמאלס איז טוב שלא נברא - די גאנצע בארשט - משנברא, ממילא דארף מען אב'אכט געבן, אז ווי די אייער רינט צוביסלאך, און עס ווערט גלייך אבגעקאכט פונעם הייסן בארשט, זאל מען נישט זעהן קיין שום שטיקלעך, די גאנצע "עווידענס", אז עס איז דא אייער, קען נאר זיין אז די קאליר האט זיך געביטן פון שטאק פערפעל, צו אביסל לעכטיגער פערפיל!

דאכצעך אז די עיקר סיבה פאר'ן אונטערשלאגן איז מחמת הפחדנים - וואס ציטערן פון די ליי"וו בעקטערי"א.

אפשר ביי בארשט איז דאס די עיקר סיבה, אבער למעשה שלאגט מען אונטער אפילו אנדערע "געקאכטע" עסן, צ.ב.ש. עפל זופ, קארשן זופ. עס געט צו א פיינעם טעם.
עת לקרות | ועת לתגוב
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”