בארשט, מה זה ועל מה זה!

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: כ'וועל דיר זאגן א סוד, אז חוץ בארשט, שפיער איך אויך א טעם אין א גוטע הייסע מקוה, א פיינעם שוויץ, און א שמעק טאביק!וואס זאל איך טאן אז כ'בין "רך בשנים ואב בחכמה"!


וועלכע טעם שפירסטו אין מיר????

דיין ארטיקל איז געלונגען געוואלדיג, אבער דאס עצם בארשט קען איך אויך נישט אין מויל נעמען....... א_ווי געלעגער...

יישר כח!!!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ס'רינט שמאלץ!!!! כמיין בארשט! אהההה, אזא פיינעם בארשט! וואס פארשטייען די אינגעלייטלעך... חחח.

אונז טרינק מיר געשמאק דעם זאפטיגן בארשט.

מיין מאמע זז"ג שטעלט צו די פאלשע, ווייל אויף די עכטע איז דא ווינציג בעלנים.. אבער די באבע זז"ג שיקט אריבער די ריכטיגע סחורה פון איר קיך ברייטהארציג לכל דכפין.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

לכתחילה - ואאווו;l;p-

איך פרינט עס ארויס פארן עלטערן דור ממשפחת שלעפ.....
נאר איין זאך צושרייבן.
כדי צו פארשטיין וואס דאס מיינט, מוז מען עס האבן צוגעזען, פון סתם ליינען איז נישט גענוג!
אבער די ארטיקל איז גאר גוט!!!!
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וגם אני בחלומי, מ'שטעלט אהער א בארשט א_ווי עס דארף צו זיין, און אזוי ווי ער זאגט דער לכתחילה, מ'דארף אים בעטן און זינגען און רעדן צו אים ביז ער קומט ארויס געראטן.

ביינונז טוט מען קיין דאכענע נישט שטעלן, און געוויס נישט קיין סטים, מ'שטעלט אים אין פסח קיך, און מ'דארף אים מישן איטליכע דריי טאג. ביינונז האט מען שוין אפגעשעפט, אהה מחי' געווען, און די צוייטע בארשט שטייט שוין רעדי פאר די צווייטע טעג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לעצם הארטיקל, לית טב מיניה, ווער ס'גלייכט אביסל אמת'דיגע בארשט, האט זיך געפונען אינדערהיים, כ'רעדט נישט פון אונגארין.... די שוים האט מיר גערינען...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

געלעגער האט געשריבן: פון די זאכן וואס איך קען נישט אין מויל נעמען. אבער די ארטיקל??? שוין איינמאל גוט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

צייטליכע ווארענונג!!!

דינסטאג איז ראש חודש, אז איינער וויל שטעלען בארשט, מוז ער היינט אדער מאגען ארויס אין מארק, נאכן זעקל צוויקעל! אויב ווייסט איר זיכער דאס איר וועט האבן צייט אין סאמען ראש חודש, צו סיי קויפן, און סיי שטעלען אינעם זעלבן טאג, קען ער האבן א היתר אויף צו קויפן דינסטאג, אבער א טאג שפעטער איז עס א "מעוות לא יוכל לתקן".

לויפט'ס קויפן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ייש"כ לכתחילה פאר די דערמאנונג אבער נעקסט טיים הייס מיך נישט לויפן כ'האב מיך אויסגעגליטשט און שיעור נישט אויסגעשאסן אלע ציינער
אקעי סייווי צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

הוספה:
נאך א טעם פארוואס פסח עסט מען בארשט, ווייל דער בעל הגדה זאגט דאך אויף איינע פון די מסובין פון די ארבעה בנים, ואף אתה הקהה את שיני"ו, נו אויב ווערט מקויים שיני רשעים שברת דאן וואס וועט דער רשע'לע עסן אין פסח, אויב נישט קיין בארשט?! ווייל צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

איי איי איז דאס זיסע זכרונות, ווען די באבע זאל זיין געזונט פלעגט אנרעכטן דעם גרויסן גלעזערנעם פאס אויף א צובראכען שטיקעל קאונטער טאפ. (אנשטאט לכתילה ריבער'ס באבענס פיסן בענקל)

מ'פלעג מיר אלע אייניקלעך קומען צופארן פון די נוי יארק צו דעם באבענס וואוין ארט- אביסל ארויפצו אין די יונייטדעט סטעיט.
איינע פון די ערשטע טריטס נאך דעם רייזעלע האבן מיר זיך ארויפגעכאפט שטילערהייט צום טונקעלען בוידעם, און איינגעבליקט אינעם גרויסען פאס-שימל, (דאס האט געברויכט זיין און א עת פקוד ווען די באבע תליט"א איז געווען ערגעץ ווי אונטער א פרידזשדער לצרכי פסח, חלילה זי זאל אונז דארט טרעפן, וואלטן מיר אלע דעם פליגער געברויכט צוריק כאפן קיין נוי יארק נאך יענע נאכט.

איי וואס וויסען די קינדערלעך דא פון א גוטען בארשט? די אלע אנגעבליכע טעמי המנהג "מחמצת" יא ציין נישט ציין" איז מאכעטייתע אלץ האבן אונזערע באבאעס געפונען טעמים אין צאנה וראנה אויף די זאכען וואס זיי האבן געגליכען.

אוי שווענקט דאס אפ די אנגעלייגטע אייער מיט די פאטאטען איבערן הייליגען יו"ט!
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

שאקס!! און פארנומענעם ערב יום טוב האבער נישט באמערקט די דערמאנונג, ווען יא וואלט אפשר געווען געשמאקע בארשט
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

Sorry for English, I'm on my cell.

Firstly thanks 'First Over' for the article.
Secondly, a general tip about adding eggs to hot liquids (also custards and puddings etc.): to prevent the egg from solidifying first mix with cold liquid of whatever is in the pot. For example when making borsht beat the eggs together with cold borsht, then pour into hot borsht.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

עה... וואס פארשטייען יונווארג אין 'טאטע' זאכן...

לכתחילה, דאס יאהר איז די בארשט ב"ה געווען געראטן, פאר אלע אידן געזאגט געווארן...
אבער, העטעך ווען געזעהן בעפאר דאס איינזייערן, דיין לעכטיג ארטיקל, העטווען געווען א נאנדער מאנסע...

געוואלדיג! האסטעך ממש געדרייט ביי די באבעס קאך, און נאכגעזאגט דעם זיידן אות באות...

זאג מיר אבער דעמעמעס,
האסטו אויך געהאט א גוט וויין אויפן סדר נאכט און אויף א גאנץ יו"ט? אדער בלויז רויטע קאלעי וואסער מיט א פונק אלכאהאל?... [אדער חלילה גראפן זאפט...]
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מיר האבן ב"ה אריינגעגאסן אין מאגן ארום 3 גאלאן בארשט במשך גאנץ יו"ט, איי איז דאס פיין געווען.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אגב אורחא; מיין פאטער זז"ג האט מיר אויסגעלערנט אז נאכן האלב אויסלערן דעם פאס פונעם ערשטן בארשט קען מען צולייגן פרישע וואסער - און צולייגן א פרישע צוויקל אדער צוויי, און אויב האט מען נישט קען מען צולייגן א רויע פאטעיטא אדער צוויי, און ביז א 2 צו 3 טאג איז דא פרישע בארשט.

נ.ב. די אויבנדערמאנטע איז לכאורה נאר גילטיג פאר די וואס שלאגן נישט אונטער די בארשט מיט אייער.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בעאבאכטער האט געשריבן: עה... וואס פארשטייען יונווארג אין 'טאטע' זאכן...

לכתחילה, דאס יאהר איז די בארשט ב"ה געווען געראטן, פאר אלע אידן געזאגט געווארן...
אבער, העטעך ווען געזעהן בעפאר דאס איינזייערן, דיין לעכטיג ארטיקל, העטווען געווען א נאנדער מאנסע...

געוואלדיג! האסטעך ממש געדרייט ביי די באבעס קאך, און נאכגעזאגט דעם זיידן אות באות...

זאג מיר אבער דעמעמעס,
האסטו אויך געהאט א גוט וויין אויפן סדר נאכט און אויף א גאנץ יו"ט? אדער בלויז רויטע קאלעי וואסער מיט א פונק אלכאהאל?... [אדער חלילה גראפן זאפט...]

;l;p-
וויין האבעך געהאט היימישע, און היימיש מיין איך נישט אז דער איד האט נישט געלייגט תפילין חו"ה אלס בחור ווי די הערצאג'ס. היימיש מיינעך אייגענ'ס ב"ה געווען זייער פיין.

און וויל נאר איין זאך צולייגן. אז איינער פארשטייט נישט דעם "חדש אסור מן התורה" פונעם הייליגען חת"ס, אז מען טאר נישט משנה זיין וואס מען האט געזעהן ביי די זיידעס, זאל פראבירן מאכן א בארשט אנדערשט ווי די באבע האט אויסגעלערענט, דאן וועט ער שוין פארשטיין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

איך האב אויפגעפאסט אז ווער ס'גלייכט נישט קיין וויין דער גלייכט אויך נישט קיין בארשט, און ווער ס'גלייכט וויין וועט געווענדליך אויך גלייכן בארשט.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיר זענען נאך נהנה פון די בארשט באלו הימים ווען קיינער זעיט נישט... מיט די שטיקלעך צוויקל כמו לאקשן אין די זופ.. איי איי ייאייא (איר האט שוין אמאל געהערט רבי שלום שוואדרון'ס איי ייייא אייאיי? אט די מיין איך)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: וויין האבעך געהאט היימישע, און היימיש מיין איך נישט אז דער איד האט נישט געלייגט תפילין חו"ה אלס בחור ווי די הערצאג'ס. היימיש מיינעך אייגענ'ס ב"ה געווען זייער פיין.

ניוואדען, דער ברום ניגון בעת מ'גלעט דאס וויין פעסל אידעך דאס זעלבע ווי פון די בארשט... [ווען דער זיידע גייט צו דערצו בעת די באבע שלאפט] אממ...המממ... הממ מאממ... אננממ... [יא יא, דאס וואס העניך ביים מעסטן...]
און וויל נאר איין זאך צולייגן. אז איינער פארשטייט נישט דעם "חדש אסור מן התורה" פונעם הייליגען חת"ס, אז מען טאר נישט משנה זיין וואס מען האט געזעהן ביי די זיידעס, זאל פראבירן מאכן א בארשט אנדערשט ווי די באבע האט אויסגעלערענט, דאן וועט ער שוין פארשטיין.

אוי ביסטו גערעכט!

ק.נ.א.
ס'איז דאך ממש היינו הך...
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

רבניש האט געשריבן: מיר זענען נאך נהנה פון די בארשט באלו הימים ווען קיינער זעיט נישט... מיט די שטיקלעך צוויקל כמו לאקשן אין די זופ.. איי איי ייאייא (איר האט שוין אמאל געהערט רבי שלום שוואדרון'ס איי ייייא אייאיי? אט די מיין איך)

פארבליבן?...
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

ביינונז מישט מען צעזאם הינדל-זופ מיט דעם הייסן בארשט, ס'איז בייסיקלי חצי וחצי, האלב זופ און האלב בארשט, מיר באפעפרן עס גוט אז עס דרונגט אריין. אן עונג יו"ט.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ביי אייך נוצט מען פעפער אום פסח?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בעאבאכטער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן: מיר זענען נאך נהנה פון די בארשט באלו הימים ווען קיינער זעיט נישט... מיט די שטיקלעך צוויקל כמו לאקשן אין די זופ.. איי איי ייאייא (איר האט שוין אמאל געהערט רבי שלום שוואדרון'ס איי ייייא אייאיי? אט די מיין איך)

פארבליבן?...


יא די רבנית תחי' האט דאס געוואלט ארויסשטעלן פאר די קעץ, איך האב מיך שארף דערקעגן געשטעלט
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

בעאבאכטער האט געשריבן: פארבליבן?...

רבניש האט געשריבן: יא די רבנית תחי' האט דאס געוואלט ארויסשטעלן פאר די קעץ, איך האב מיך שארף דערקעגן געשטעלט

גוט האט איר געטוהן, שיירי מצוה...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איך ליין איבער דעם אשכול שוין צום וויפלטן מאל און איך קוק און קוק וואו די גהינם איז מיין יישר כח פון פאריאר אהינגעקומען, ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פאריאר נאכן ליינען דעם אשכול ווען די פייכקייט פונעם איינגעזויערטן בארשט איז געשווימען אין מויל זאל איך האבן איבערגעלאזט דעם אשכול אן איבערלאזן מיינע אפדרוקן,
אלענפאלס לכתחילה האסטו געמאכט א סופער דזשאב, די שפייעכטס רינט פון מויל נאכן ליינען דעם ארטיקל, אזש אז איינער וואס גלייכט אפילו נישט קיין בארשט לויפט אויף אלע פיר זיך כאפן א טרינק פונם זיסן איינגעזויעראכטס.

היי יאר האט דער שווער געהאט א שווערע יום טוב נאך וואס דער בארשט האט נישט גענוג געשימעלט, ער האט דאס זייער שווער אריבערגעטראגן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”