מנהג ישראל אין די וואכען צו לערנען יעדע וואך א פרק אין מסכת אבות, ס'דא מאנכע וואס הערען א דרשה פון א פה מפיק מרגליות, וואס דער בעל דרשן הייבט אן 'כל ישראל יש להם וגו', אין נעמנט זיך רעדען א שעה צייט, וואס ניין און ניינציק פערצענט האט גאר נישט מיט פרקי אבות, ס'נישט קיין זמן פון הערען דרשות, ס'איז א זמן פון לערנען א פרק, נישט א משנה נאר יעדעס וואך א אנדערע פון די זעקס פרקים. אין אנשטאט אפזאגען דעם פרק אין פינעף מינוט כאילו דאס איז א קפיטל תהלים, איז בעסער נעם דיר א פרקי אבות וואס האט א פירוש וואס איז געאייניגט פאר דיין תכונת הנפש, אין לערן משנה נאך משנה מיט יענעם פירוש.
דערפאר טאקע עפען איך דעם אשכול, אז אויב ווייסטו פון א מסכת אבות מיט א פירוש, וואס איז דא צו באקומען אין געשעפטן לייג דאס ארויף צו רשימה, ווייל פון סתם פון א פרקי אבות וואס איז נישט בנמצא האט דער ליינער נישט תועלת, (לדעתי), אגב אויף היברו בוקס איז דא א לינק בלוי פאר ספרים אויף מסכת אבות, אבער כוונתי איז אויף נייע פרישע ספרים,ובזה החלי:
עיון יעקב- רבי יעקב רישר ראב"ד בי"ד דק"ק פראג ובעל שבות יעקב, חק יעקב, ועוד - יו"ל ע"י תפארת בחורים באבוב תשנ"ד
עיר התמרים - מכיל בתוכו - פי' רבינו יונה, ישמח משה,ייט"ל, עצי חיים, מהר"י ט"ב, עבודת ישראל, מהר"י יעב"ץ, מגן אבות - להגאון ר' שלמה קלוגער (נדמ"ח) מדרש שמואל מעיונות הנצח - פנינים על פרקי אבות הלקח והליבוב - ר' אברהם שארר
די לב אהרן פון מרן מהר''א ט''ב שליט''א איז א ברכה צו מאכן גאר הערליכע שיינע גאנץ קורצע טייטשען מכיוון די רבי רעדט נאר יעדע שבת מברכים און געווענליך איז עס און קר''י איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען צו הערן די רבי פארלערנען פרק אבער אריין קוקענדיג אינעם ספר בין איך ערשטוינט געווארן איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז די רבי קען אזוי שיין טייטשען
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
נחלת צבי- רבי נתן צבי בריסק הי"ד אבד"ק סאלאנטא בן רבי יהושע בריסק אבד"ק טיסא דאדא נכד בעל "פרי צדיק" מטשאבע זצ"ל, דער ספר פארמאגט הערליכע חידושים ודרושים על מסת אבות. אויך האט דאס "פירוש הבהיר על המשניות מלוקט מספרי רבותינו הראשונים ואחרונים".
מאת ר' אברהם חיים ריינמאן אבד"ק קרעטשניף (חתן ר' שלמה מגארליץ בן ר' י"י יוקל מוואלאווא) בן ר' אלעזר ריינמאן מקרעטשניף וגלאגוב (חתן ר' אברהם חיים ראבין מגלאגיוו ??) בן ר' צבי הירש ריינמאן אבד"ק קרעטשניף (חתן ר' אברהם אהרן מקאלביסאוו בן הייטב לב וחתן ר' יחיאל מקאלביסאוו בן רא"י מראפשיץ) בן ר' יצחק משולם זלמן ריינמאן מנאראל http://www.hebrewbooks.org/5364
די ספר האט שיינע הסכמות פון ווישאווא רב, און דמשק אליעזר, סיגוטער רב ר' זלמן לייב, שאמלויער רב. און צום לעצט הרה"ק מסאטמאר, וואס שרייבט בתוך הדברים כמנהגו בקודש: הנה ככר ידעת כי נדר גדול נדרתי בעדי שלו (א טעות כמובן) ליתן הסכמה על שום ספר יהי' מי שיהי' ולולא זה הנדר אין ספק שהייתי נותן לו הסכמה עצהיו"ט אך לא אוכל לצאת מגדרי ... באעה"ח ה' לס' וישבתם על הארץ לבטח ה' ת"ש לפ"ק פה סאקמער יצ"ו, הק'׳ יואל טייטלבוים אבדק"ק סאטו-מארע והגליל
מעניין שאף אחד עדיין לא הזכיר את הספר הנפלאזכרון אבותלתלמיד הרמ"ע מפאנו רבי אליעזר נחמן פואה בעל גורן ארנ"ן והגש"פ מדרש בחידוש שהופיע השנה לראשונה מכתי"ק, ספר נפלא מעובד ומסודר באופן נהדר ונפלא
ס'איז טאקע א הערליך ספר, דער ויגד משה אויף אבות, בנוסף א שיינע מפתח,
מס' אבות לבית פאפא
דעם ווינטער ביי די חתונה פון בת הרב ר' אהרן גר"וו דומ"ץ פאפא איז פארטיילט געווארן א נייע ספר צוזאמען גענומען אויף מס' אבות אלע תורות פון ערוגת הבושם, ויגד יעקב, קרן לדוד, ויחי יוסף, א ווינדערליכע שיינע ארבעט, ס'איז מיר א חידוש אז ס'איז נישט בנמצא אין די געשעפטן