א נסיעה קיין ארץ ישראל און אלעס ארום

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

עטליכע אידן, חברי הקרעטשמע הי"ו, זענען דא געווען און געבעטן הילף פאר אינפארמאציע ווי ארומצופארן אין הייליג לאנד, אבער מען האט מער נישט געהערט פון זיי. זענען זיי געפארן, געווען דארט, ווער האט זיי ארומגעדרייווט, זענען זיי פון אים געווען צופרידן, וכו' וכו'.

איך שרייב דאס ווייל מיר איז דאס זייער נוגע, ווייל איך קלייב זיך אריבערצוכאפן קיין ארץ ישראל אין די טעג ארום ל"ג בעומר, און איך בין א גרינער דארט, און בין קיינמאל נישט געווען דארט.

איך וואלט זייער דאנקבאר געווען פאר דער וואס קען אביסל ארויסהעלפן מיט סיי וואס.

אגב, דא איז דא איינער "יענקל" וואס געט זיך אן אלס דרייווער.

ווייסט איינער אויב ער איז גוט? לויט ווי ער שרייבט זעט אויס ווי ער ווייסט וואס דארט טוט זיך.

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... m_id=16386
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

גם אני הקטן איז זיך מצטרף צי די בקשת פון די פריערדיגע,איך פלאן אויך צי פארן בעזהשי"ת קיין א"י, און איך וויל זייער אויסניצן די צייט דארט, אריינכאפן ווי מער איך קען, אז מען געט שוין יא אויס א פאר טויזענט דאללער,זאל מען ארויסנעמען וואס מען קען, פארשטייט אז נאר צי גיין צים תנא האלקי ,איז שוין אלעס אויסגעצאלט, מיט דעם אלעם אז מען איז שוין יא דארט ,ווילט זיך זען וואס ס'איז נאר שייך, עכ"פ ווער ס'איז שוין געווען און ער קען מיט טיילן מיטן עולם ,ווי יא צי גיין, און ווי ס'איז נישט כדאי צי גיין, וכ"ו וכ"ו וועט ער מהנה זיין א שיינע פאר יודען( און אויך יודענעס)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

באקומען פון א איד אין אי-מעיל. אנווייזונגען און עצות פאר א איד וואס פארט קיין אר"י דאס יאר ל"ג בעומר. תשחח"ל.


נסיעה לארה"ק ל"ג בעומר תשס"ט.


יום ג' –מקומט אהן אין ארה"ק בשעטו"מ – מען פארט אוועק פון עירפארט, מען גייט קיין ירושלים! די וועג נעמט בערך א שעה, מ'גייט אין האטעל/דירה מען רוהט זיך אויס, מען קען נישט שלאפן... פארוואס? ווייל די הייליגקייט ברענט, מען וויל ארויס גיין אינדרויסן, מען האנדעלט זיך דאן איין א זעקעלע פאפיטעס אויסגעזאלצענע – און שטארק אויסגעבאקן, מען נעמט א קאר [מונית; אזוי הייסט א קאר סערוויס אין א"י], תיכף צו [עיר העתיקה] אלשטאט ירושלים – מען נעמט קודם ארום ס'ירושלים מיט א חביבות - מען קוקט זיך אום ווי אונזערע אבות האבן מקריב געווען קרבנות, ווי מען איז געגאנגען עולה רגל זיין (ח"ו נישט לייגן קיין אויג אויף די טומאה וואס די ציונים האבן אריינגעפלאסן אהין). מען גייט נישט אין ערגעץ ווי --– נאר וואס עס מעגליך אריינצוכאפן אין א שעה צוויי. ווי למשל:

'הר הזיתים' - (נאר אויב עס איז מעגליך גיי אהין, דאס הייסט צוליב געפאר אדער צייט - זעה ווייטער ביי יום ו' עש"ק) אויף הר הזיתים; דארט ליגט זכרי' הנביא, אוה"ח הק' אין נאך. עס איז א אנגעפולטער בארג מיט קברים, אין מען ברויך זיך אויסקענען (עס איז כדאי צו פרעגן איינעם ווי מען גייט דארט – ווייל עס קען זיין א שטיקעלע סכנה).

'הר הצופים' – מען גייט ארויף אהין, עס איז א שיינער בארג ארויף (ווען מען קומט אהן אהין - באוויינט מען די הר הבית, וואס מען זעהט פונקט אקעגן איבער ווייט אוועק. מען רייסט זיך קריעה כמנהג אבותינו). דערנאך גייט מען צוריק צו חומת עיר העתיקה, עס איז דא אפאר שערים ווי מען גייט אריין, שער שכם וכדו' אין בתוך עיר העתיקה איז פארהאן א פארטש ווי מען קען זעהן דעם כותל... [דאס איז געזאגט פאר איינעם וואס וויל האלטן זיין קשר מיטן רבין זי"ע בעל דברי יואל] עס איז זייער שיין צו שפאצירן אין די געסלעך אין אלטשטאט, אבער מען דארף וויסן ווי מען גייט דארט. – ממש דארט ביים עק פון אלשטאט וועג ארויס איז דא 'קבר שמעון הצדיק', מיט די סנהדרין, מגדל דוד, קבר דוד, (לשיטתם ליגט דארט דוד המלך, אבער מען ווייסט נישט זיכער). אין די גאנצע ארום איז נשגב – לייג אראפ א תפלת מנחה אין אוהל פון שמעון הצדיק.

מען קומט אהן צוריק אהיים צו א געשמאקער קיללער נאכט אין ירושלים עיה"ק, וואס מען עסט פאר נאכטמאל קען איך נישט זאגן, אבער עס איז אלעס "איזרעילי פוד". מען לערנט א אידיש ווארט אין מען לייגט זיך שלאפן.

יום ד'- דא קען מען שוין אנהייבן מיט טורס. מען פארט קיין נגב (דרום), עין גדי, מצעדה, ים המלח, דאס איז א גאנצן טאג צו פארן.
'עין גיד' – איז א אינטערעסאנטער פלאץ – אינמיטן מדבר איז געווענליך נישטא קיין וואסער, דארט זעהט מען וואסערן מיט אינטערעסאנטע קוועלער, זייער אינטערעסאנט.
'מצעדה' - איז דא אינטערעסאנטע היילן וואס הורדוס האט געבויעט נאך אין די צייטן פון ביהמ"ק, מען זעהט די אמאליגע גרובער וואס מען האט געבויעט מיט מורא'דיגע חכמה, עס איז דא א "טשעיר לופט" וואס טראגט ארום דארט – [מיטנעמען אסאך וואסער דארט – עס איז זייער הייס דארט אין מדבר] מען פארט דארט אין 'מדבר יהודא' און 'מדבר פארן'.
'ים המלח' - דארף איך דיר נישט זאגן, וועסט אביסל זיצן אין וואסער אין אריינכאפן די מאקסימום – ווי וואונדערליך דאס איז מען בלייבט ליגן אויפן וואסער פלאך.

מען קומט צוריק אהיים קיין ירושלים, מען האנדלט זיך איין נאכטמאל אין מען לערנט א בלאט גמר' אויף די אוירא דירושלים, איי חבל על הזמן!

יום ה'– נעמט מען נאכאמאל א טורבוס, 'דרך האבות', (ווי עס ווערט איבערגעגעבן אז דארט איז געווען די וועג וואס אברהן אבינו איז געגאנגען צו די עקידה) 'חברון', איז דא א ביה"ח, 'קבר ישי ורות, מערת המכפלה', ביהמ"ד אברהם אבינו, [די זאכן זענען אלעס איינס לעבן דאס אנדערע, דארנאך פארט מען א שטיקל וועג צו 'קבר רחל' – איי מאמע רחל, עס עגבערט דעם ושבו בנים לגבולם... עס ברענט!...

עש"ק יום ו'– נעם א קאר צו 'קבר שמואל הנביא' דערנאך צוריק צו אלטשאט ירושלים, אין זיי משלים אלעס וואס מען האט אויסגעלאזט דינסטאג, אדער אפילו מען איז געווען – קען מען איבער גיין נאכאמאל, ווייל יעצט איז מען שוין מער אויסגערוהט, אין די צווייטע מאל אויף א פלאץ זעהט מען מער.

נאך אלטשטאט, אויב איז דא צייט כאפ דיר אריבער צום שוק 'מחנה יהודא' מען קוקט זיך אביסעלע אום, וואס מען זעהט נישט אין די גאנצע וועלט, גייט מען אביסעל אויף "גאולה" אין מען האנדעלט זין איין מאכלי שבת.

שב"ק– אוי עס ברענט די הייליגער שטאט ירושלים עיה"ק, עס וועט זיין א שבת צום געדענקן!

מוצש"ק– איז דא וואס כאפן זיך אריבער צו 'קבר דן בין יעקב' אבער איך וואלט געראטן זאלסט פראווען א שיינער מלוה מלכה פאר דיר, אין כאפ אריין נאך אביסל אין ירושלים, אין דערנאך גיי רוה דיך אויס פאר זונטאג.

יום א' –כאפט מען א טורבוס פון ירושלים קיין גליל (צפון NORTH) דארט וועט מען גיין אביסעלע פארן גוף אין דערנאך מאכן א "קאווער אפ" פארן נפש, זונטאג א גאנצן טאג וועט מען גיין אין די 'גולן'.

'גולן – GOLAN HEIGHTS '– דאס זענען שטחים וואס גרעניצט זיך מיט 'סיריע' פון דארט קען מען זעהן דגארנץ אר"י. עס איז דא צו טאן פאר א גאנצער טאג צו זיין דארט, אין די 'גולן בערג' אבער וויפיל מען איז דארט איז גוט, עס איז דא טשערי לופטס, דזשיפים, וכו' גענוג אין נאך.

יום ב' –טברי', עמוקה, צפת, מירון.

'טברי' - דארט איז דא אסאך ארומצוגיין סיי קברים אין סיי שיינע פלעצער 'טברי' איז אויפן שפת הכנרת, (כנרת – דאס איז די וואסער פון ווי גאנץ אר"י טרונקט). מען גייט צו קבר עקיבא, קבר מרים, אלישבע, בלהה, זלפה, ועוד. קבר הרמב"ם, של"ה הק', ר' אמי, ר' אסי, ר' יוחנן בן זכאי, ועוד. [די אלע זענען נישט ווייט]. דערנאך פארט מען 5-10 מינוט צו קבר ר' מאיר בעל הנס, סומכוס, (פארן וועג ארויף צו ר' מאיר, איז דא א ביה"ח אונטען, עס ליגן דארט אסאך גרויסע גדולים אבער איך בין נישט אזוי באקאנט).

'עמוקה' - גייט מען צום קבר יונתן בן עוזיאל, דארנאך צו קברים פון אביי ורבא, ר' יהודה הנשיאה, רב פפא, דוסא בן הרכינס, אבא שאול, ועוד. [עמוקה הייסט אזוי - ווייל עס איז א מורא'דיגער בארג אראפ, ממש א טאהל - וועסט שוין זעהן דארט וואס מיינט א בארג – אין ווי די באסעס פארן...].

אונטערוועגנס - וועט מען זיך אפשטעלן ביי 'ר' יהודא בר עילאי' עס איז א מוראדיגער סגולה פאר פרנסה זיין ציון. קבר ר' טרפון, קבר בניהו בן יהודיע, כרוספדראי,

'צפת' – מען גייט דארט צום אריה"ק מקוה, מען גייט אין די צפת'ער ביה"ח, עס נעמט א גוטע פאר שעה אויב גייט מען פאמעליך, לאמיר נאר שרייבן בערך וואס איך געדענק ווער עס ליגט דארט. אריה"ק, בית יוסף, ר' שלמה אלקבץ, האלשי"ך הק', הרמ"ק, בת עין, באר מים חיים, הושע בן בארי, ר' שמעון בן חלפתא, פנחס בן יאיר, חנה ושבעה בניה, רבינו בחיי/חובת הלבבות, נאך א געוואלד וואס ליגן דארט].

'מירון' – מען קומט אהן אויפן בארג, צו 'קבר רבי שמעון', מיטן גאנצן ברען דערפאר איז מען דאך געפארן, ווען דו קומסט אהן אהין, דאווען מעריב, צייל ספירה, אין גיי אריין אין אוהל צו ר' שמעון אין נעם א תהלים, קוק נישט ארויס דערפון ביז די ביסט פארטיג! לאז אלעס אפ, גיי נישט ארויס פון דארט ווילאנג דו שפורסט אז דו האסט אויסגעבעטן, (וועסט האבן גענוג צייט צו ארומקוקן די גאנצע זאך, לאז נישט ארויס די געלגעגענהייט) בלייב אין אוהל, איך זאג דיר!
דערנאך גיי צו 'ר' אלעזר ב"ר שמעון' ער ליגט אין די זייט דארט אויך אין אוהל - יום ג' וועסטו משלים זיין די קברים ארום. זיי דארט ווילאנג דו וועסט האבן כח, דערנאך נעם א באס צוריק קיין טברי' אין א האטעל.

יום ג' –דאווען שחרית, עס איז א פראגע אין וועלכע האטעל דו וועסט זיין. (אויב וועסטו זיין נעבן ר מאיר בעל הנס, דאווען דארט, אין ביהמ"ד). דערנאך פארט מען צוריק קיין מירון פארן איבריגן טאג ביז שפעט אויפדערנאכט, האסט צייט אנצוקומען דארט טיף אינמיטן טאג קיין מירון.
נאכאמאל צו קבר ר' שמעון, זעה ווי מער צו זאגן תהלים, אין זיין אין אוהל, טאנץ מיטן רינג אינדרויסן וועסט שטארק הנאה האבן. דערנאך גיי צו צום 'מערת הלל הזקן ותלמידיו', קבר ר' יוחנן הסנדלר'. אויפדערנאכט וועט זיין די גרויסע הדלקה פון תולדות אהרן.

יום ד' –וועסטו גוט אויסשמעקן טברי', עס איז דא זייער שיינע פלעצער דארט, צו שווימען אין צו זיצן, חמי טברי' דאס זענען בעדער וכדו' וועסט דיר מער נאכפרעגן דארט, וועסטו דיר דאס אויסשטעלן לויט דיין געשמאק.
יום ה' – אויפן וועג צום עירפארט [אויב וועסטו פארן מיט א מונית, וועט ער דיר שוין צו ווייזן ווי נאך מען קען גיין, אויב וועסטו נאכנישט זיין געונג צופרידן, וואס איך גלייב נישט...].

דער עיקר איז - פאר געזונטערהייט אין קום צוריק געזונטערהייט, אין בעט דיר אויס אלעס גוטס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

צייטליך, שיקעם א יישר כח, זייער אינטערעסאנט.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

יישר כח צייטליך;l;p-
און א באזונדערע יישר כח פארן שרייבער פון די שורות;l;p-
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שיינעם דאנק, איך דארף שוין נישט גיין...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16937
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צייטליך, אלס איינער וואס איז שוין געווען אין ארץ ישראל כמה פעמים קען איך דיר זאגן אז דער יעניגער ווייסט וואס ער רעדט.
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

יישר כח צייטליך פארן אינזין האבן דעם עולם דא, און עס אראפ ברענגען געניג "צייטליך" פארן פארן
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

היימישע טורס אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

did anybody of the freinds here know of a "Heimish Tours in E"Y" ? 1

if you know of someone, please provide website info. and experiance. the amount costs, Thank you !!1
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

http://www.hoffman-tours.com
ווייסט אפשר איינער אויב ס'איז דא ביליגער? בעסער?
אין נאך וויכטיגע אינפ. בנוגע נסיעת צו אר"י לכבוד ל"ג בעומר
ביטע לאזט אייך הערן
אוועטאר
מעכעלע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 23, 2008 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכעלע »

דא רעדט מען שוין דערפון

http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צוזאמגעשטעלט
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

צייטליך, די האסט געראטעוועט די\מיין מצב
תודה
להתראות
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... m_id=16810 " ;

רשימת כל מלונות המהדרין בארץ !

אור הגנוז




אפשרות ללנדא ורובין בד"צ העדה החרדית בית הארחה אור הגנוז

04-6980792

בני ברק

הרב לנדא מלון בני ברק
03-5792222
רח´ קדושת יום טוב 5

הרב לנדא מלון ויז´ניץ ציפורי קלאס
03-6777141
דמשק אליעזר

בד"צ העדה החרדית מלון וגשל
03-5799959
מלצר 31


בת ים

בד"צ בית יוסף מלון סאן
03-5532553
שד´ בן גוריון

קיבוץ האון

חוות יענים+כדור צבע מהדרין כפר הנופש האון
04-6656555
ד.נ. עמק הירדן

חיספין

חדר אוכל מרכזי- מהדרין רבנות רמת הגולן מהדרין מדרשת הגולן
04-6678888

קיבוץ חפץ חיים

בד"צ מהדרין-רב קוק ורב רובין בית הארחה חפץ חיים
08-8593888

טבריה

מוצרי בד¨ץ, משגיח צמוד הרב שמואל אוירבאך-מהדרין מלון אריסטון
04-6790244

מהדרין רק בחודשי הקיץ רבנות טבריה מהדרין עדן
04-6790070
אהל יעקב

יסוד המעלה

רבנות קרית שמונה-מהדרין אטאפ הגליל
04-6802323

ירושלים

רבנות ירושלים מהדרין רנסנס
02-6599999
שדרות הרצל


רבנות ירושלים מהדרין פנינת ירושלים דן
02-6226666
ככר צה¨ל

רבנות ירושלים מהדרין פנסיון רייך
02-6523121
הגיא

רבנות ירושלים מהדרין מרקיור שערי ירושלים
025008500
סנטר 1

רבנות ירושלים מהדרין מלון פרימה המלכים
02-6201201
המלך ג´ורג´ 60

רבנות ירושלים מהדרין בית הארחה בית וגן
02-6420990
הפסגה 8

רבנות ירושלים מהדרין שרתון פלאזה
02-6298666
המלך ג´ורג´ 42

אולם אירועים רבנות ירושלים מהדרין מלון מבוא ירושלים
02-5376532
יפו 212

רבנות ירושלים מהדרין המלך שלמה
02-5695555
דוד המלך

כפר תבור

רבנות גליל תחתון מהדרין מלון הר תבור
04-6620124



לביא קיבוץ

מהדרין מלון קיבוץ לביא
04-6799061

ניר עציון

מוצרים מהדרין הרב נחשוני והרב לוביץ ניר עציון מלון ניר עציון
04-9842542
ד.נ חוף כרמל 80803

נתניה

מהדרין גלאט ועד הכשרות-צאנז גלי צאנז
09-8621777
קרית צאנז רח´ המלכים

רבנות נתניה מהדרין כרמל נתניה
09-8601111

ערד

מהדרין. מוצרים בדצ ולנדא בלבד מהדרין נוף ערד
08-9957056
אזור המלונות

צפת

ביכנ¨ס קרוב רבנות צפת מהדרין מלון מרכזי
04-6972666
רח´ ירושלים 37

רבנות צפת מהדרין מלון רון
04-6972590
המצודה-חטיבת יפתח 1

ביכנ¨ס קרוב רבנות צפת מהדרין מלון תל אביב
04-6972555
בית ברנזון-רח´ האר¨י

רמת הגולן

מהדרין אוירבך- בשר לנדא מהדרין כינר קלסיק טבריה
04-6738888
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

איינער דייטש פירט אן א נסיעה פון א וואך, פון דינסטיג ביז דינסטיג.

מער ווייניגער נאר מקומות הקדושים.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

די מיינסט די פאפא טור
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע:צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

ווייסט איינער ווי איז גוט צו גיין סייט סיאינג מיט די ב"ב, פלעצער ווי זי וועט הנאה האבן צו גיין?

און אויך צו ס'לוינט זיך ארויס צו נעמען א קאר ארומצופארן, אדער ענדערש גיין מיט איינע פון דו טורס?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

פאר די וואס זענען נישט מקפיד אויפן כותל.

עס איז פאראן דארט א מערה מיטן נאמען "מנהרת הכותל", זייער אינטערעסאנט אהינצוגיין. מיט יארן צוריק ווען איך בין געווען, האט מען געדארפט באשטעלן מיט א טאג פאראויס. ווייסט איינער אויב היינט דארף מען אויך באשטעלן? - און אויב יא, ווייסט איינער די נומער וואו מען קען באשטעלן?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך מיין מען זאל דעם אשכול צוזאמשמעלצן מיטן אנדערן ל"ג בעומר אשכול.
דעמאקראטיע
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2012 7:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעמאקראטיע »

שלום עליכם

איך פלאן צו פארן אי''ה אויף א''י אויף ל''ג בעומער
איך זוך א שיינע האטעל מיט אש''ל מלא מיט א גוטע הכשר (בד''ץ, רב לאנדא, וכדומה)
איך האב א מזוזה אויף מיין טיר! ווען איך גיי אדורך קיש איך איר! (קרעדיט: לחיים קינדערגארטן)
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

א נסיעה קיין ארץ ישראל און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

איך האף אי"ה צו פארן קיין אר"י אין די שפעטערדיגע זומער וואכן, איך דארף אבער 'פלענינג אינפארמאציע', איך האף דא צו באקומען הילף און אינאיינוועגס זאל דאס דינען אלס א צענטראלע אשכול איבער אינפארמאציע פאר אר"י. (בדרך אגב, ס'וואלט כדאי געווען ווען עס זאל זיין א באזונדערע אפטיילונג אויף אייוועלט פאר 'טרעוול און לעיזשור' מיט באזונדערע אפטיילונגען פאר יעדן קאנטינענט, ס'וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת)

איז דא א שיינע האטעל מיט א געהעריגע השגחה אויסער אין ירושלים אדער בני ברק ווי מען קען פארן אויף א שבת? כ'זיך א האטעל אין א רעזארט ארט ווי צב"ש ביים ים המלח, טברי', וכדומ'
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

כ'זעה די מנהלים האבן שוין צאמגעשטעלט, דא האסטו נאכאיין אנווייזונגען פאר די נסיעה קיין מירון
פינטל האט געלייגט א לינק אויפן פריערדיגן בלאט צו האטעל'ס
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

פ' לך לך האט געשריבן: איך האף אי"ה צו פארן קיין אר"י אין די שפעטערדיגע זומער וואכן, איך דארף אבער 'פלענינג אינפארמאציע', איך האף דא צו באקומען הילף און אינאיינוועגס זאל דאס דינען אלס א צענטראלע אשכול איבער אינפארמאציע פאר אר"י. (בדרך אגב, ס'וואלט כדאי געווען ווען עס זאל זיין א באזונדערע אפטיילונג אויף אייוועלט פאר 'טרעוול און לעיזשור' מיט באזונדערע אפטיילונגען פאר יעדן קאנטינענט, ס'וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת)

איז דא א שיינע האטעל מיט א געהעריגע השגחה אויסער אין ירושלים אדער בני ברק ווי מען קען פארן אויף א שבת? כ'זיך א האטעל אין א רעזארט ארט ווי צב"ש ביים ים המלח, טברי', וכדומ'


אויב גייסטו צום ים המלח, איז דא א שטעטל "ערד" בערך 20 מינוט אדער א האלבע שעה אוועק. דארט איז דא א האטעל (כ'געדענק שוין נישט דעם נאמען, אפשר יפה נוף?) וואס ווערט געפירט דורך היימישע גור'ע יונגעלייט, העפליכע סערוויס, כשר'ע עסן בתכלית הכשרות, זייער גוטע לופט אינעם שטעטל, א הערליכע ביהמ"ד, מקוה, סווימונג פול, און נאך. כ'בין דארט געווען פאר עטליכע טעג שוין יארן צוריק. ס'איז געווען איינע פון מיינע בעסטע וואקאציעס! עס איז פאראן א שאטעל עט-ליעסט איינמאל א טאג צו ים המלח און צוריק, אסאך מאך 2 מאל א טאג, געוואנדן לויט די פארלאנג (עס קאסט עטליכע שקל).
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

ריכטיג, עס הייסט יפה נוף און עס איז זייער שיין. ווי אין הייליג לאנד איז נישט שיין? אוי עס בענקט דאס הארץ
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

אוי נאטורליך, זאגסט מיר?

איך בין טאקע א סאטמארער, אבער הלואי ווען איך קען דארטן גיין וואוינען. אינגאנצן אן אנדערע פלאנעט ווי אמעריקע. מיט אלע נסיונות פון ציונות און אידישקייט, שפירט מען א העכערקייט, א לויטערקייט, א זיסקייט, וואס איז נישט צום באשרייבן. איי געס ס'איז נאך אלץ אן "ארץ חמדה טובה ורחבה". (דאנט ווארי, ס'איז נישט בלויז די סיבה צוליב סאטמאר וואס איך גיי נישט אהין.... יש עוד דברים בגו...)

עס רייסט די בענקשאפט.!!!!!!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”