דעם אשכול ווערט געעפענט בשעה טובה מודיע צו זיין פארן עולם איבער ספרים וואס וועט בקרוב ערשיינען, דער מעלה פון אזא אשכול איז א היות ס'קומט אן דער ידיעה אזא ספר פלוני בענין פלוני קומט ארויס איז יתכן צו צהעלפען דעם מחבר, ספעציעל איז דאס נוצבאר פאר ספרי תולדות צדיקים, אז אויב האט איינער האט א א עובדא אגרת אדער אפילו א קלייניגקייט וואס קען צו העלפען צום מחבר.
אדער סתם פאר די נייגער פאר די מענטשהייט צו וויסען וואס גייט רייכער מאכען מיין ספרים שאנק.
ובזה החלי:
א) מושיעין של ישראל - כרך י' מתולדות הרה"ק מסאטמאר, לכאורה אויף דער קומענדיגע יארצייט.
ב) תולדות 'בעלזא בבארא פרק' בפרט די ערשטע תקופה פון דער זעכצען'ער שטיבל (כיום על 15 עוו.), איבער אירע מייסדים ומתפללים וכו'.
ג) תולדות אדמור"י בית טאהש - ע"י הכותב הידוע רבי הערשל (ב"ר בערל) שווארץ
ד) שו"ת משנת יעקב - בדפוס חדש ותוספות מרובה על העיקר, מהגאון רבי יעקב לעבאוויטש אבד"ק קאפיש, ווי אויך א באזונדער כרך 'תולדות'.
ה) רבינו הקדוש מהארנסטייפל - תולדות מרבי מאטיל מהראנסטייפל, ע"י ר' צבי בריננער
ספרי רבי ייבא שארית לפנחס בת עין ילקוט מאורי אור ועוד
די אויבערדערמאנטע ספרים זענען געדריקט געווארען אדער געדארפט געדריקט ווערען דורך אנדערע נאר מכון משכנות יעקב איז זיי פארפארען דער וועג, געלייגט גרויסע פרעשור, זיי אין נאר זיי האבען משום איזה סיבה וטעם הכמוס אתם די רעכטן צו דריקען די אויבערדערמאנטע ספרים.
דער ר' צבי בריננער גיט זיך שטארק אפ מיט דריקען ספרים הקשורים לבית צאנז, ער האט שוין געדריקט: א) תהלת חיים - על ספר תהלים ליקוט מספרי דברי חיים ויוצ"ח, תשנג ב) תהלת חיים - ליקוט מתורתו והליכותיו בעל דברי חיים ויוצ"ח המופזרים בספרים וכת"י, ג) תהלת חיים - אוסף מכתבים ואגרות ותשובות מבעל דברי חיים ויוצ"ח, אדר א' תשנ"ה ד) מעיין החיים - ענינים סיפורים מנהגים הנהגות פסקים הקשורים בין מרן החת"ס לבעל דברי חיים מצאנז ה) אורות חיים - ליקוט על חנוכה מתורתו של בעל דברי חיים ויוצ"ח, תשנ"ו ו) דברי חיים על הלכות מקואות, מיטן הערליכען וואונדערבארע "ילקוט הערות", תשס"ו ז) רבינו הקדוש מטשחויב - תולדות הה"ק רבי יצחק ישעי' הלברשטאם הי"ד, נלקט מפי סופרים וספרים, ונערכו ונסדר לראשונה ח) רבינו הקדוש מראצפערט - תולדות הה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט הי"ד, תשס"ז
דער רשימה איז ספרים וואס רבי צבי בריננער מנהל מכון זכרון משה, בני ברק האט ארויסגעגעבען, כולם קשורים לבית צאנז (הו"ל גם ספר בנין אריאל ב' כרכים, ועוד), יעצט וויל ער אויך ארויס קומען מיט דעם ספר "רבינו הקדוש מהארנסטייפל", ער ארבעט שוין דערויף זיבען אכט יאר, אבער מכון משכנות יעקב האלט אז בלויז זיי האבען רעכט וויבאלד דער הארנסטייפל באלאנגט צו זיי אלס טשערנוביל אד"ג. הגם רוב הארנסטייפל אייניקלעך זענען איהם מיחס מער צו צאנז. ססיי ווייל ער איז דארט געוועהן א איידעם, און סיי ווייל ער איז געוועהן דער שווער פון רבי שלום אליעזר מראצפערט.
מכון משכנות יעקב וויל אדער האבען געוואלט מאכען מיט איהם א געשעפט, אז לכל הפחות אחר כל הדברים האלה, זאל שטיין אז 'מכון משכנות יעקב' האט דאס ארויס געגעבען אין אז דער רבי האט געגעבען 'ברכת קדשו'. לפענ"ד איז גלייכער ווען דער בריננער גיט דאס ארויס, ווייל אזוי בלייבט דער ספר נוטראל, ודי.
פון דיין תגובה זעהט זיך אויס אז דו האסט קנאפע ידיעות אין פאליטיק... מכון משכנות יעקב האט מיט ספרי רב ייבי און בת עין קיינע שייכות געהאט, דאס זענען ארויסגעגעבן געווארן אין אפסעט פארמאט פונעם שוין ניי איבערגעדרוקטע אויפלאגע אהן נעמען קרעדיט דערפאר דורך מפעל מעיינות החסידות.
ילקוט מאורי אור, איז געווען א סעמי ארבעט פון איינע פון די טשערנאביל-בני ברק'ער משפחה וועלכע האט נישט געהאט די מעגליכקייטן עס צו ענדיגן און דאס איבערגעגעבן פארן מכון (מיט גענויע פרטי הקאנטראקט זענען מיר נישט באקאנט).
שארית לפנחס איז די מעשה אז סקווירא האט עס נישט געהאלטן ביים דרוקן צוליב די בעלזער קפידא נישט צו דרוקן קיינע תורות, ובהיות ר' פיניעלע איז געווען מער בעלזער ווי ראחמסטריווקער (און דאס עצם תורה זאגן איז געווען א בעלזער זאך) האט מען זיך געוואלט האלטן צו דער פירונג. אבער היות יענער האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער וועט עס אליינס דרוקן, האט נישט געפאסט אז בשעת ס'איז דא משפחה זאל עס א פרעמדער דרוקן האט יענער פארקויפט דעם כת"י פאר סקווירא (בהשתדלות הרב מציעשינוב) אבער יענער האט מורא געהאט אז מ'מאכט מיט איהם א שפיל האט ער זיך אויסגענומען א תנאי אז דאס מוז געדרוקט ווערן ביז א באשטומטע זמן, און פון דעם איז געדרוקט געווארן דער שארית לפנחס מיט פילע הוספות. און כדי יוצא צו זיין שיטת בעלזא האט מען געטוהן וואס ר' ישראל באכניער (קלאפהאלץ) האט געטוהן, און עס נישט געדרוקט מיט שיינע אותיות.
בן בוזי האט געשריבן:

כבוד הרב, כ'האב געמוזט שרייבען אביסעל בלשון סארקאסטיש, אין גראדע פארשטיי איך שוין איין מאהל וואס טוט זיך, ביים שרייבען האב איך בהכרח בעל כרחי שפאצירט אויף א דינע שטיקעל, כ'האב פשוט מורא פונם מעקער, האב איך געמוזט שטארק מקצר זיין אין מיינע ווערטער, אין דאס וואס כ'האב שוין יא געשריבען איז געוועהן מיט א מעסטער. כ'האף איהר פארשטייט מיך.
ישלהוסיף האט געשריבן:
דער ר' צבי בריננער גיט זיך שטארק אפ מיט דריקען ספרים הקשורים לבית צאנז, ער האט שוין געדריקט:
דער רשימה איז ספרים וואס רבי צבי בריננער מנהל מכון זכרון משה, בני ברק האט ארויסגעגעבען, כולם קשורים לבית צאנז (הו"ל גם ספר בנין אריאל ב' כרכים, ועוד), יעצט וויל ער אויך ארויס קומען מיט דעם ספר "רבינו הקדוש מהארנסטייפל", ער ארבעט שוין דערויף זיבען אכט יאר,אבער מכון משכנות יעקב האלט אז בלויז זיי האבען רעכט וויבאלד דער הארנסטייפל באלאנגט צו זיי אלס טשערנובילאד"ג.הגם רוב הארנסטייפל אייניקלעך זענען איהם מיחס מער צו צאנז. ססייווייל ער איז דארט געוועהן א איידעם, און סיי ווייל ער איז געוועהן דער שווער פון רבי שלום אליעזר מראצפערט.
מכון משכנות יעקב וויל אדער האבען געוואלט מאכען מיט איהם א געשעפט, אז לכל הפחות אחר כל הדברים האלה, זאל שטיין אז 'מכון משכנות יעקב' האט דאס ארויס געגעבען אין אז דער רבי האט געגעבען 'ברכת קדשו'.לפענ"ד איז גלייכער ווען דער בריננער גיט דאס ארויס, ווייל אזוי בלייבט דער ספר נוטראל, ודי.
נייטראל ביים שרייבן רבי'שע היסטאריע זעהט אויס ווי ווען דוד אסף שרייבט חסידישע היסטאריע, כדי אראפצוגעבן אמת'ע שטריכן איבער א גדול בישראל טאר מען נישט זיין נייטראל, חיים ליברמאן אין זיין בארימטע ווערק 'כיצד חוקרים חסידות בישראל' אייסערט זיך איבער דער נקודה. למשל מכון וויזשניץ זאל באשרייבן דעם חתם סופר ווייל אזוי איז עס נייטראל...
עס איז איבעריג ארויס צו ברענגען אז "נכדי הורנסטיייפאל" מיינט נישט באבאווער רב, אדער סאטמארער רב (ברך משה) זיי זענען בעצם צאנזער און קוקן פון דעם שטאנדפונקט, די אנדערע נכדי הורנסטייפל פון מילוואקי איז אינטערעסאנט אז זיי מאכן איהם נישט אזוי צאנז'דיג נאר זיי אלס באבאווער אייניקלעך זענען צאנז'דיג.
אין פאקט האט דער הארנסטייפאלער געוואוינט אין אוקריינא אפילו ווען ער וואלט געווען א צאנזער קינד וואלט ער געווארן א טשערנאבילער רבי...
מכטי1 האט געשריבן:
יש, א גרויסען שכוח, אויב די קענסט נאר פליז מודיע ווען עס קומט ארויס למעשה אויכעט ווען ס'איז שוין אין די געשעפטען....
אזוי ווי בוידעם שרייבט טאקע אז פאר ספרים וואס זענען שוין ארויס געקומען איז דא א באזונדערע אשכול.
מען דארף בכלל אינאכט נעמען אז די ספרים אין דעם אשכול וועט מען ערשט זעהן אין די געשעפט ווער ווייסט ווען, וויבאלד עס איז עומדים לצאת לאור עולם, יעדער ספר ווענט זיך ווי פלייסיג איהר ארויסגעבער ארבעט.
ועוד יש להוסיף לרשימה:
ספר תולדות אדמור"י בית סטרעטין- אויך מעשי ידיו להתפאר פון ר' הערשל שווארץ,
דער וואס האט טאקע אינפראמאציע אדער סיי וואס קען עס איהם טאקע אפשיקען, אזוי אויך לגבי די ספרים דער מאנט פריער.
ידעתי בבירור פון ספרי בית סיגוט וואס איז באמצע להדפיס מחדש:
שו"ת השיב משה
ספר רב טוב
ייטיב פנים- על המועדים, דאכצעך ע"י מו"ל ספרי ייטב לב
שו"ת עצי חיים- ע"י ר' אברהם חיים הלברשטאם מלאס אנדזעלעס (ער האט אויך ארויס געגעבען דעם עצי חיים על הלכות מקואות)
מכטי1 האט געשריבן:
יש, א גרויסען שכוח, אויב די קענסט נאר פליז מודיע ווען עס קומט ארויס למעשה אויכעט ווען ס'איז שוין אין די געשעפטען....
אזוי ווי בוידעם שרייבט טאקע אז פאר ספרים וואס זענען שוין ארויס געקומען איז דא א באזונדערע אשכול.
מען דארף בכלל אינאכט נעמען אז די ספרים אין דעם אשכול וועט מען ערשט זעהן אין די געשעפט ווער ווייסט ווען, וויבאלד עס איז עומדים לצאת לאור עולם, יעדער ספר ווענט זיך ווי פלייסיג איהר ארויסגעבער ארבעט.
ומהאי טעמא האט זיך קיינער נאכנישט געיאוועט ארוסצוגעבן א ספר אויף דעם גדול בישראל דער יעב"ץ זצ"ל. אבער אולי וועט ער איין טאג יא זוכה זיין צו א מחבר א בעל שכל וואס ווייסט ווי אזוי צו גיין צווישען די טראפען.